יעצט קאנפירעמד מיט א נאנטע קרוב משפחה ביי די נעכטיגע חתונה, דער מחותן ר' משה שווארץ איז צוגעגאנגען צום פשעווארסקער דיין פאר די חופה און אים געפרעגט אויב ס'איז אמת די שמועות אז ער קומט בשליחות רא"ט און מיט זיין רשות, דער דיין שליט"א האט זיך מורא'דיג געוואונדערט דערויף, און אנגערופן פארן מחותן בזה"ל: שקר וכזב! ס'איז מיר קיינמאל נישט עולה על הדעת געווען צו טון אזא זאך, וואס רשות? ווי רשות? ווען רשות?, איך האב קיינעם נישט געפרעגט קיין רשות, איך קום נישט אין קיינעמס שליחות, איך קום אויסדרוקליך בשליחות פונעם חתן, עכ"ל.
שפעטער איז דער משמש ר' יואל ברמ"י שווארץ נ"י צוגעגאנגען צום מסדר קידושין, און אים געזאגט אז עס איז די החלטה פון הנהלת הקהלה אז נישט הר' אט"ב און נישט זיינע שלוחים קענען דא מסדר קידושין זיין, דערפאר וויל ער וויסן אויב ער קומט אין שליחות פון א"ט האט ער גענטפערט נאכאמאל: חס ושלום! כ'קום נישט אין זיין שליחות, מיין ברודער האט מיך מכבד געווען.
האט אים דער משמש געזאגט, אז ער הערט אז איינער פון זיינע ארוינישע קינדער וויל אויסרופן ביי די חופה אז ער קומט אין רשות פונעם מרא דאתרא, דערפאר וויל ער אים זאגן, אז אויב עס גייט זיין אזא אויסרוף, מוז ער אים אנטשולדיגן אבער ער וועט נישט קענען זיין מסדר קידושין, האט ער אים געזאגט ח"ו קיינער גייט נישט אויסרופן, און ס'איז נישטא דערביי קיין שום שליחות פון א"ט.
די ארוינים נעבעך אין א פארלוירענעם פרואוו צו האלטן די קעלבלעך רואיג פאבריצירן יעדע פאר שעה אנדערע ווערסיעס און שקרים וואס איינס איז זיך סותר מיט די אנדערע, כדי די מפלה און שרעקליכע דורכפאל זאל נישט זיין אזוי ריזיג און ווייטאגליך,
ארוינים איי פיל יור פעין, יור טיים איז אווער, נעמטס ענק צו אנדערע מערכות, ווייל דאס איז פארלוירן,
אז נישט וועט עטץ אויסקוקן ווי דייטשלאנד וואס האט געשריגן "קיין ריקצוג" און די רעסט איז היסטערי.............
תוקן על ידי שמא ב- 27/05/2010 00:06:28
תוקן על ידי שמא ב- 27/05/2010 00:07:54