בית פורומים כל העולם כולו

בני המן וויינען נאכן קרעטשמע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2010 02:15 לינק ישיר 
בני המן וויינען נאכן קרעטשמע

נעכטן נאכט האבן די בני המן, געמאכט א געלט מסיבה, צוזאמען מיט א מחאה, און א יארצייט סעודה פאר די רעביצען, נאך גרויס פראפערגאנדע איז עס געווען א שטארקע דורכפאל, עס איז נישט געווען קיין מענטשן, די שטימונג דארט איז געווען ווי ביי די תלי' פון די עשרת בני המן, די זאליס זענען נישט געווען און געלאזט די המן'לעך אליין וויינען.

די המן'לעך האבן געווינט אז היי יאר וועט זיין די ערשטע מאל וואס אין טאג פון די יארצייט וועט מען נישט קענען קיין טשיז קעיק עסן דארט... ווי עס הייסט איצט וועט אלטר משה מאכן א קאווער אפ און זיך אריין רייסן עסן טשיז קעיק, אדער וועט מען טאן וואס די זאליס טוען, פארן מיט א העליקאפטער פון דער הייעך און אזוי עסן די טשיז קעיק...

מען האט צוגעזאגט פאר די המן'לעך נעכטן אז מען גייט איצט זיך נעמען ווייטער טאן און מען האפט, אז מען וועט עס קענען צוריק עפענען, אבער די המן'לעך האבן נישט געגלייבט קיין איין ווארט, ווייל די זעלבע האבן זיי צוגעזאגט אז עס איז נישט מעגליך אין דער וועלט אז מען גייט עס אפשפארען, נאר מען וועט גיין אין פעדעראל, צו אבאמא... נאר דער וואלדמאן וויל זיך אנפילעך די טאשן מיט נאך געלט וואס די המן'לעך זאלן אים געבן אין טאש אריין.

די המן'לעך האבן ביטערלעך געוויינט אויף די פארשפארונג פון זייער קרעטשמע, וואס זיי האבן זיך אליין געברענגט אויף זיך, מיט דעם וואס זיי זענען אריין אין קארט קעגן קהלתינו, נישט וועלנדיג גיי צו דין תורה, גענוי ווי המן וואס האט דער תלי' אנגעגרייט צו הענגען מרדכי הצדיק, דאס זעלביגע האט פאסירט דא, מיטן זעלבען תלי' וואס די בני המן האבן געוואלט הענגען קהל, מיט דעם תלי' זענען זיי אליין אויפגעהאנגען געווארן לעיני כל העולם.

איצט איז שוין דורך ב"ה גאנצע 6 חדשים וואס דער קרעטשמע וואס איז געווען דער ריכטיגער מושב ליצים, און א שטיק לשון הרע ורכילות, מחלוקת שפיכת דמים, איז ב"ה אפגעשפארט געווארן צו די גרויסע שמחה פון אלע ערליכע אידן בכל העולם, און פאר תלמידי וחסידי פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל בפרט, וואס מיטן אפשפארען די קרעטשמע איז אפגעטאן געווארן דער שרעקליכער חילול רבינו, מיט דעם וואס די ליצים און בעלי מחלוקת האבן זיך גאר פאריפען אויף זיין הייליגען נאמען,

אין די פייערדיגע מינוט וואס מען האט אפגעשפארט די ליצים קרעטשמע איז ענדליך ערוויקעלט געווארן די הייליגע געבעט פון רביה"ק זי"ע: בקהלם אל תחד כבודי - שם אל יתיחד עמהם.

דער איד די וואך האט ביטער מיטגעוויינט מיט די המן'לעך, עס איז געווען בלעטער אין דער איד ווי זיי האבן געוויינט אז עס איז שוין 6 חדשים פון ווען מען האט אפגעשפארט די קרעטשמע, יעדעס ווארט איז געווען ווי הילעכיגע מוזיק צו ליינען.

ווער עס האט א קאפיע זאל מהנה זיין דעם עולם דא.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 19:10 לינק ישיר 

איינע פון די באוויסטע געבאקענע סלאגאן כדי צו מדמה זיין די רעביצן צו רביה"ק זי"ע, וואס די בני המן זענען כסדר ביזי צו טאן, צוליב וואס זי איז געווען פאר די המן'לעך זייער ממלא מקום.

איז אז רביה"ק זי"ע האט געזאגט אז פריערדיגע צדיקים קענען זיך לערנען פון איר צדקה.

די דאזיגע שקר'דיגע סלאגאן האבן זיי זינטאג נאכמאל און נאכמאל איבער געחזר'ט, עס איז נישט צו פארשטיין ווי מענטשן קענען זיצן און גלייבן אזאנע שטותים און שקר.

אפשר ווייסט איינער וועלכע פריערדיגע צדיקים האבן זיך געקענט קומען לערנען, שינאווער רב, רבי ישעי' קרעסטירער, רבי ישכר דוב, רבי יושע'לע מבעלזא, רבי שלום אליעזר, צו אפשר גאר דער קדושת יו"ט מיטן ייטב לב, צו די דברי חיים אליין...?

ווער...?

אפשר פון די פריערדיגע דור ווי דער ישמח משה, לובלינער, צו גאר דער חתם סופר, מיט רבי נתן אדלער, מיטן מהר"ם שיק, אפשר מיינען די משוגעים גאר דער בעש"ט מיטן רבי ר' בער, אינאיינעם מיטן תולדות אינעם רבי ר' אלימלך, מיטן תניא...

ווער ווייסט וואס די משוגעים מיינען, אפשר מיז מען צוקומען גאר צום רשב"א... מהרש"א... מהרש"ל... צו גאר צום בית יוסף, מיטן רמ"א...

אזא פנים האט זייערע מעשיות.

איינעם מיינט עס זיכער נישט דאס איז איר טאטע דער טשענסכאווער זצ"ל וואס ביי די המן'נלעך איז ער געווען 10 מאל גרעסער פון רביה"ק זי"ע ער איז געווען כמעט ווי דער בעש"ט בדורינו....

אפשר זענען זיך זיי טועה און זיי מיינען אז די צדיקים קענען זיך קומען לערנען בייי איר ווי אזוי צו מאכן טשיז קעיק, מיט טייערע מינק קאטוס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בני המן וויינען נאכן קרעטשמע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext