ווי יעדער קען זען האט במשך די לעצטע יאר שרעקליך אויפגעפלאקערט די שנאת הדת אין ארץ ישראל, מען קען זען ווי די פרייע שפריצן שנאה קעגן די ערליכע אידן, הצמאים לדבר ה'.
קען דא אפשר איינער מסביר זיין וואס דא האט פאסירט?
לאמיר נאר טייל פון די פרשיות וואס האבן זיך אפגעשפילט אין לעצטן יאר.
געעפנט די פארקינג אין ירושלים,
אנגעפירט א שרעקליכע בלבול קעגן די חרד'ישע מאמע פון מאה שערים
אפגעשפארט עטליכע שולן, ווייל עס האט נישט קיין "פערמיטס".
זיך צוריק גענומען צו חיטוטי שכבי.
מען זעט אז זיי ווילן אויפרייצן א שנאה הדת,
ווער רעדט נאך די אלע העצערייען אויף די ראדיאס, און די שמוציגע צייטונגען מיט אלע סארט השמצות קעגן חרדים,
וואלט געווען אינטרעסאנט צו פארשטיין וואס שטופט זיי דערצו?
מה היום מיומים?
איז עס דער שרעק פון "פן ירבה"?
איז דער די שנאה צו די חברי הכנסת?
איז עס א שרעק פון די בעלי תשובה באוועגונגען?
צי סתם שנאת רשעים לצדיקים, בלי שום חשבון כלל?
וואס איז אייער מיינונג?