בית פורומים כל העולם כולו

מיין שפעקאלאציע...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2010 22:15 לינק ישיר 
מיין שפעקאלאציע...

וואס גייט דא פאר?, צענדליגע אידן גייען פראטעסטירן אקעגן די חפירות,
און נישט תולדות אהרן איז צום האבן, און נישט דער גרויסער ר' חיים הערשעלע
פון ירושלים, צענדליגע אידן ווערן ארעסטירט, את גוום נתנו למכים, כאפן מכות רצח,
אבער ניין, דאס מיינט נישט תולדות אהרן און נישט די ירושלימע זאלונים, זיי זיצן זיך
אין ירושלים כלא הי', כלל ישראל שטייט פארציטערט, מען טראגט די ארעסטירטע
אין בית המשפט קיינער ווייסט נישט מה יולד יום, אבער פון חיים הערשעלע הערט
מען נישט קיין פיפס, חסדי השם, טראץ דעם מסירת נפש פון די אסירי ציון ווען זיי
האבן מקדש שם שמים געווען ברבים מיטן אויסשרייען קבל עולם ומלואו, איננו
מכירים בעבודה זרה הציונות, ואיננו מכירים בחוקי המדינה, טראץ דעם האט מען זיי
באפרייט, מען פארט קיין בני ברק, מען טאנצט חסדי השם, און מען דאנקט דעם
באשעפער פאר די חסדים טובים, מען גייט אהיים שלאפן, און...

חיים הערשעלע מיטן תולדות אהרן וועקן זיך אויף, זיי האבן זיך געכאפט אז יעצט איז
זייער צייט, די מלחכי פינכה, די פרישע ציונים לעקערס, דער מיטן גיין אין ערכאות
הציונים, און דער מיטן לעקן די ציונים פאר אביסל תאוות הכבוד אין מירון, האבן זיך
שנעל פארבינדן מיט זייערע פאליצייאישע פארבינדונגען, מיט זייער בג''ץ חברים
און מסביר געווען אז למען הפאליטיק איז זייער וויכטיג אז מען זאל אויסארבייטן אז
זיי זאלן זיך אויך לאזן הערן, מען ארבייט אויס אויף א שיינעם וועג אז זיי זאלן בכבוד
גדול קענען פראטעסטירן מיט גרויס פאמפע, מען מאכט זיכער צו שטעלן פאליצייאישע
וואך לעבן חיים הערשעלע, מען לאזט עם אפילו אינעווייניג פון די באריקאדן, (ער איז
דאך א ידיד המשטרה) און ווינדער איבער ווינדער, קיין שלעק, קיין ארעסטן, קיין בית
המשפט, אלעס גייט אדורך גענוי לויט די פלעינער, הפנים, חיים הערשעלע האט נישט
געדארפט אויסשרייען אין בית המשפט איני מכיר, ווייל דאס וואלט דאך געווען דאס
גרעסטע ליצנות, בו בזמן ווי ער שרייט אין בית המשפט אז ער וויל אויסדריקלעך דער
בית המשפט זאל זיין דער פוסק און וויל זיך חלילה נישט שטעלן צו קיין דין תורה כדת משה
וישראל, ער שרייט אויס איני מכיר בחוקי התורה, איני מכיר בהרבנים היושבים על מדן,
ורק שופטי מדינת ישראל יחליטו וישפטו את הסכסוך שלנו, נו, וויאזוי וואלט ער געקענט
שרייען איני מכיר?, אבער זיינע ביזעם פריינד אין די משטרה הציונית, האט עם איינגעשפארט
דעם פראבלעם, און פארמיטן בזיונות, ווייל... פלאי פלאים...  קיינע ארעסטן זענען נישט געווען.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2010 22:27 לינק ישיר 
יעדער קען שיסען שפעקאלאציעס

איר זיצט זיך דארטן אין ברוקלין על סיר הבשר, עסין דאנאטס מיט פיצה, און קומען מיט שפעקאלציעס

מיר דא אין ארץ ישראל, ארוינים & זאלוינים, תולדות אהרן & תולדות אברהם יצחק, קהל חסידי ירושלים & משכנות הרועים, דושינסקיא & פרושים, תפארת ירושלים & עמך בני ציון היקרים, אלע אינהיינעם זענען זיך משתתף ע"פ הוראתם פונעם ביד"צ שליט"א - ביי די הפגנות און מחאות, מיר כאפן קלעפ, מיר לאזן מיר זיך ארעסטירן, מיר שרייען "איני מכיר".

זייט ממשיך מיט אייערע שפעקאלצייעס, לויט די יעצטיגע בויך ווייטיג פון ענקערע פאליטיק.

און מיר וועלן ווייטער טוהן וואס מיר האבן פון שטענדיג האן געטוהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 22:52 לינק ישיר 

זאג נאר אומגערעכטער, וואס פרעסן די ישראלים, גרעינים מיט פאלאפל?,
וועסט מיר זאגן אז אהרונים, זאלונים, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק,
קהל חסידי ירושלים, משכנות הרועים, דושינסקי, פירושים, תפארת ירושלים,
און עמך בני ציון היקרים ציילן נישט מער ווי עטליכע הונדערט פערזאן?, אמת
אידן האבן זיך מקריב געווען פאר כבוד שמים, מיט מסירת נפש זענען זיי
געגאנגען מוחה זיין, זיי האבןו געוויסט אז זיי וועלן נישט לעקן קיין האניג, עכ''ז
זענען זיי געגאנגען אן קיין פחד און אן קיין מורא, אבער וויפיל מענטשן זענען
דארט געווען? ווי זענען די אלע ערליכע אידן, אויף אונז שרייסטו אז מיר זיצן על סיר
הבשר, אבער אויף וואס זצט עטץ דארט? אפשר זאגסטו מיר ווי איז חיים הערשעלע
געווען מאנטיג? האסט עפעס געהערט פון עם? פארוואס זענען די פאליציאנטן
אויפאיינמאל געווארן איינשטענדיגע מענטשן, קיין רציחות קיין שלעק, דער פאקט
שרייט דרשינו! און אויב ווייסטו נישט איז אויך גיט, נעווער מיינד, איך ווייס יא!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2010 23:00 לינק ישיר 
קוקטס יענקעלעס איינשטענדיגע פאליציי




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:01 לינק ישיר 
לעבעדיג יענקל - זיי נישט בייז - רעג זיך נישט

וואלסטו טאקע געוואלט אז אלע זאלן גיין, קענען דען אלע גיין, ביסטו נאריש?

געדענק נאר צו מאכן א נאך ברכה נאך די פיצה עסין, געב אכט צו ווארטן צווישן מילכיג און דעם סיר הבשר.

זיי ממשיך מיט שפעקאלציעס, לויט ענקערע זאליס & ארויניס קא. פאליטיק.

די ווייסט?  דו ביסט זייער אינטעלעגנט, דעם אשכול האסטו געעפנט מיט "שפעקאלציע" - האסט פארגעסן פון גרויס צארין וואס דו האסט געשריבן, און שרייבט פלוצלונג "איך ווייס".
אויב דו ווייסט - בין איך א פלייט.


תוקן על ידי גערעכט ב- 25/05/2010 23:12:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:07 לינק ישיר 
וואונדער איבער וואונדער קיין ארעסטן פון ארוינים - ווייל זיי זענען נישט דארט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:10 לינק ישיר 
וואונדער איבער וואונדער - אוואו איז ר' חיים הערש מייזליש




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:12 לינק ישיר 

און פארגעס נישט צגרייטן א סיום מסכת אין די ניין טעג זאלסט קענען האקן א גוטן גריל אין קאנטרי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:18 לינק ישיר 
ווער איז ר' ח.צ. מייזליש אדער ר' חיים צבי טייטלבוים?


וועכלכע רבנים זעהט מען דער רב פון די אהרוינים אדער הרה"ג ר' אהרן בראנדסדארפער שליט"א מיט הרה"צ ר' חיים צבי טייטלבוים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:20 לינק ישיר 

האסטו שוין א צווייטן יענקי, פאדריי נישט קיין פאקטן, אלע היימישע קהילות אין ארץ ישראל, גייען כאפן קלעפ ביי די הפגנות, ברענג נישט קיין סעלעקטיווע פיקטשעס, מאך נישט נאך די יושבים על סיר הבשר פון ברוקלין, און מיש נישט אריין דא קיין עקלדיגע פאליטיק.

די מערכה איז צו טייער דאס צו פאר פאטשקען מיט ארויניס & זאליס פאליטיק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:21 לינק ישיר 
יענקעלעס זיידענע ענטשיקעס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:24 לינק ישיר 
יענקעלע יהי חלקי עמך וואס סטהוט דיר אזוי וויי מער ווי דער איידעלער תולדות אהרן אינגערמאן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:29 לינק ישיר 
איך גלייב נישט דאס וואס די זאלוינים פארקויפן אז די אהרוינים האבן זיך אויך אזוי אויף געפירט וואונדערליך וי זיי אלעיארן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 23:30 לינק ישיר 

עס קיקט עפעס אויס ווי איך טי גרינגשעצן דאס מסירת נפש פון די מפגינים,
אדרבה, איך שעץ זיי למעלה מן המשוער, יהי חלקי עמם, אבער זיך אפצורעדן
אויף די אמעריקאנער אידן און שרייען אז מען זיצט אויפן סיר הבשר איז אבסורד,
וואס וואלט איר געוואלט? מיר זאלן כאפן דעם נעקסטן פליגער און פליען קיין יפו
און גיין פראטעסטירן, ווען ביי אייך פארשטייסטו אז נישט יעדער דארף צו גיין, איי
ווי זענען די טויזענטער אידן, איך פארשטיי אז נישט יעדער דארף אדער קען גיין,
אבער צען טויזענט אידן האבן זיכער געדארפט דארט זיין און נישט עטליכע הונדערט
וואס זענען דארט געווען, אבער דאס איז נישט דער מדובר דא, דער מדובר איז
אז די מאנטיג'דיגע בילדער צייגט רציחות און שפיכות דמים פון די פאליציי, און דינסטיג
ווען חיים הערשעלע איז געגאנגען זענען זיי זייער וואויל, אגב, רבי חיים הערש מייזליש'ס זון
האט מען ארעסטירט און איינגעזעצט און ער איז געווען פון די מקדשי השם וואס האבן
געשריגן איני מכיר, אבער חיים הערשעלע פון ירושלים האט נישט געכאפט קיין שלעק,
ווייל ער קען נישט שרייען איני מכיר, און דאס איז מיין פוינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2010 23:31 לינק ישיר 
ר' חיים הערשעלע קומט אן מיט פאליצייאישע באלייטונג - דער איבעריגער ציבור ווערט אפגעהאלטן פון הונטן דורך די פאליציי צוגיין


1





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2010 23:32 לינק ישיר 

גערעכט - צו יעדן רעדט מען לויט זיין שפראך, עם עיקש...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיין שפעקאלאציע...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext