|
|
| נשלח ב-28/5/2010 02:07 |
|
| |
נעכטען האט סאכדעס פאר ריפען אן אסיפה ווייסט ווי די פיפיציג טויזענט יודען ס'איז נישט געווען קיין 500 יודען דארטן וואס איז געשעהן מיט די טויזנטער ?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 02:15 |
|
| |
קאמאן!, וואס גלייכסטו צו א אסיפה ביי די זאליס צו א פראטעסט אין מאנהאטן, וויפיל מענטשן האט איר ביי אייערע אסיפות אין הופפער?, דער פאקט איז אז סאיז דא אסאך אידן וואס זענען גרייט צו גיין צו א פראטעסט און זיי זענען נישט קיין זאליס און נישט קיין אהרונים, הערטס מיך אויס, איך האב בתמימות געפרעגט א פראגע, איך האב נישט געמיינט צו טשעפען קיינעם, קיין נארמאלען ענטפער האב איך נישט באקומען, על כן כן וואונטש איך אייך נאר הצלחה מרובה, און זאל השי''ת העלפן אן מען זאל אויפטון מיט די פראטעסטן אז דעל מלכות הזדון זאל זיך אפטון פון אונז און זאל בטל ווערן במהרה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 02:16 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  |
אז דו ווילסט וויסן, רבינו שליט"א האט אלעמאל געהאלטן ווי דו. ער האט בשו"א נישט געוואלט גיין עקסטער. אבער, די זאלי'ס האבן דאס געברענגט צו אן ענדע, איבערצייגנדיג אז ביי זיי גילט נישט דער כלל אז ביי כבוד שמים ברויך מען פארקוקן אויף אינטערעסן, און זיי האבן געבראכן אלע גדרים אז עס זאל קענען אנגיין צוזאמען.
דאס איז געווען ביי די לעצטע "מאסן פראטעסט" (כמיין צו זאגן די לעצטע מאל וואס די מאסן זענען דארט געווען..) אום חוה"מ, כגעדענק נישט די פונקטליכע דעיט, און אונזערע עסקנים האבן ארויסגעהאלפן צום פראטעסט, סיי מיט שאפן גרויסע געלטער, און סיי מיט מאכן א גרויסע פראפאגאנדע און אויפארבעטן אונזערע מאסן צו קומען צום פראטעסט. און דאס אלעס איז געווען מיט 2 פאראויס אפגעשמועסטע תנאים: 1 אז רבינו שליט"א זאל חלילה נישט נתבזה ווערן דארט, צווייטנס אז משה דוד נידערמאן און מנוול אלימלך שטערן זאלן נישט אויפטרעטן, כדי אונזער עולם זאל קענען האבן מיטגעפיהל צו ארבעטן צוזאמען. און די אפמאך איז געווען געשלאסן אויף הונדערט פראצענט.
ביז ווען מ'איז אנגעקומען צום פראטעסט, וואס דאן האבן זיי יעדן איבערצייגט דאס ערנסטקייט און באגלייבטקייט:
1, רבינו שליט"א איז ערנסט פיזיש אטאקירט געווארן דורך די קווינס בחורים, 2, משה דוד און דער מנוול האבן ביידע אויפגעטרעטן!!![/quote]
[quote] הונדערט פראצענט גערעכט. נישטא קיין איין אנדערע קהילה וואס קומט צו פראטעסטן, חוץ סאטמאר. אבער אפשר למען המערכה, איצט אז ביידע זייטן פארשטייען שוין אז מען האט זיך דא פשוט צובראכן איינער דעם צווייטנס כח וואלט געווען פאסיג אז ביידע זאלן גיין אין איינעם? (חוץ אז מען האט מורא אז דעמאלטס וועלן זיין אזויפיל מענטשן ביים פראטעסט, וויפיל מענטשן עס פלעגן גיין וואוטן פאר עס איז געווארן א פאליטיק). |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 02:20 |
|
| |
זיי אזוי אין ברענג צי א פראטעסט די לעצטע 10 פין די סאכדעם וואס האט געהאט מער ווי 3000 יודען ?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 02:53 |
|
| |
משהלע,
וואס פאלט דיר ביי אז דער פראטעסט איז בלויז פאר חסידי ר' אהרן, טעות טעות טעות, דער פראטעסט איז פאר יעדן אידיש קינד בעולם, מיר ערווארטן אז אלע קהילות זאלן זיך פאראייניגען מיט דעם מערכה,
אויב מיינט טאקע יעדער דער אמתער כבוד שמים, דעמאלטס זעה איך נישט פארוואס זאל התאחדות הרבנים מיט די אלע שאר קהלות זיך נישט מיטשטעלן מיט ר' אהרןס מערכה, איך מיין ער האט נאך עני-טיים אלע רעכטן צו רופן א דעמאנסטראציע, ווי סיי וועלכער רב אין התאחדות, אויב זייער פראבלעם איז ר' אהרן פערזענליך, זענען זיי גאר די וואס שפילן פאליטיק,
און ווי געשמיסט דו קענסט אונז נישט בעטן זיך צו צישטעלן די זאלונישע פראטעסט אונטערן שלייער פון התאחדות, צוליב זייער פאראט די לעצטע מאל ווי זיי האבן אריינגעשלעפט די מערכה אין די אינערליכע סאטמארע מאראסט,
בקיצור דער פראטעסט איז אויסדריקלעך נישט בלויז פאר אהרונים, דאס איז פאר קינד אין קייט, פארופן געווארן דורכן סאטמאר רבי, און מיר טוען פולע ערווארטן אז ס'זאל זיין א פאראייניקטע מערכה מיט התאחדות ושאר הקהלות, פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 03:45 |
|
| |
איך וועל פרעגן א נארישע פראגע, נישט אזוי ווייט נאריש ווי א נאאיווע פראגע, לויט ווי איך זע צעווישן די שורות איז דער פראבלעם אז התאחדות הרבנים איז געהיידזשעקט ביי די זאליס און ביי שונאי ארונים, אפשר איז דא א מעגליך אז די אהרונים זאלן עפענען א נייע התאחדות הרבנים, איז דאס א מציאות?, וואלטן זיי געהאט די סאפארט פון אנדערע רבנים?, און אויב יא, ווער לויט אייער מיינונג וואלט זיך צו געשטעלט צו די אהרונים?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 03:57 |
|
| |
פארוואס זאל מען זיך נישט צו שטעלן צו ר' אהרן אנעם לעטער-העד התאחדות? ווי שטייט אז ס'מוז הייסן "התאחדות" צו אויסשרייען די ווייגעשריי קעגן די עוקרי הדת?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 04:05 |
|
| |
וואס התאחדות, ווען התאחדות...? וואס איז דאס התאחדות?
התאחדות הרבנים איז שוין געשטארבען, די גאנצע התאחדות באשטייט בערך פון 3 קאמפיאטער.
איינס ר' יצחק גליק קאמפיטער ווי ער טייפט צעטליך וואס ער וויל און לייגט דעראויף א לעדער העט התאחדות.
דאס זעלבע איז דא א קאמפיאטער ביי די זאלי קהל אפיס, און ווען זיי ווילן שרייבן זיי א צעטיל און לייגן דעראויף התאחדות לעדער העט.
און נאך א קאמפיאטער האט הערשל קלאר, וואס ווען ער זעט רויטע הוזין, אדער א סווימינוג פול, צו א צוגעפאסטע רעקל... טייפט ער אפ א צעטיל און לייגט דעראויף די לעדער העט פון התאחדות.
דאס אזי די גאנצע התאחדות, "התאחדות הקאמפיאטערס".
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 04:06 |
|
| |
איך מיין נישט דווקא ביי דעם יעצטיגן פראטעסט, איך מיין בכלל, סוף כל סוף, איז התאחדות הרבנים געגרינדעט געווארן אויף צוטון פאר אידישקייט, און ווער נאך ווי רבי אהרן איז מוכשר פארדעם, איי וועט איר פרעגן וואס דארף מען אויף אויפצו טון א התאחדות הרבנים, מען קען דאך סתם אזוי אויפטון אזוי ווי תקנות און פלייש וכו', אבער סוף כל סוף האט דער רבינו יואל אויך געקענט אויפטון אן א התאחדות הרבנים, נאר ער האט פארשטאנען אז כדי צו האבן דעם אלגעמיינעם עולם דארף מען מאכן א התאחדות הרבנים און זיי צוטיילן זייער כבוד אזוי וועט מען מער מצליח זיין, און דאס איז מיין פראגע, קען רבי אהרן זיך צוזאם שטעלן מיט אנדערע רבנים, און גרינדן א פרישע התאחדות הרבנים? איך ווייס אז סערדעהעלער רב רבי חיים לייב כ''ץ וואלט זיך זיכער צוגעשטעלט, איז דא נאך רבנים?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 04:18 |
|
| |
יעצט ווען עס ברענט די הויט קען מען נישט דאגה'ן אויף די סאכדעס שמאכדעס שטותים, אויב איינער וועט דוקא נאר פראטעסטירן מיט א לעטער-העד פון "התאחדות" זאל זיך שנעל גיין אונטערזוכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 04:52 |
|
| |
| קראך_היט כתב: |  | יעצט ווען עס ברענט די הויט קען מען נישט דאגה'ן אויף די סאכדעס שמאכדעס שטותים, אויב איינער וועט דוקא נאר פראטעסטירן מיט א לעטער-העד פון "התאחדות" זאל זיך שנעל גיין אונטערזוכן. |
|
אוי וויי, עס ברענט אויף דיר די הויט? איך מיין אז בעבי אויל איז זייער גיט פארדעם!, אבער ווען עס ברענט שטארק די הויט איז זיכער נישט געזינט צו זיצן ביים קאמפיאטער, ווייל זיצן אויף איין פלאץ פאר ערגערט די שמערצן, שוואנץ וואס דו ביסט, מען רעד דא א נארמאלע דיסקאשן, גלייכסט דאס נישט? קראך אריין אין ים סוף, און שפאציר ארויס פון דא, אבער אטאקיר נישט יענעם, נישט יעדע שרייבער שרייבט צו דיר, דו דארפסט נישט רעאגירן אויף אלעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 07:09 |
|
| |
מנהל, איז דא דא פלאץ פאר די קליינע?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 19:14 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | קאמאן!, וואס גלייכסטו צו א אסיפה ביי די זאליס צו א פראטעסט אין מאנהאטן, וויפיל מענטשן האט איר ביי אייערע אסיפות אין הופפער?, דער פאקט איז אז סאיז דא אסאך אידן וואס זענען גרייט צו גיין צו א פראטעסט און זיי זענען נישט קיין זאליס און נישט קיין אהרונים, הערטס מיך אויס, איך האב בתמימות געפרעגט א פראגע, איך האב נישט געמיינט צו טשעפען קיינעם, קיין נארמאלען ענטפער האב איך נישט באקומען, על כן כן וואונטש איך אייך נאר הצלחה מרובה, און זאל השי''ת העלפן אן מען זאל אויפטון מיט די פראטעסטן אז דעל מלכות הזדון זאל זיך אפטון פון אונז און זאל בטל ווערן במהרה. |
|
דא האט איר אסיפה וואס די זאלי'ס האבען פארריפן אין געניצט דעם לעטערהעד התאחדות אין געמאכט א גאנצע פאמפע מיט מייקס וכו' אין קוק וויפיל יודן זענען געווען

|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 19:17 |
|
| |
דאס איז התאחדות?
 דא דארפען זיין פאפא באיאן וויזניץ קראסנא?
תוקן על ידי היראים ב- 28/05/2010 19:20:49
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 19:25 |
|
| |
נאך א זאך משה'לע ר' אהרן קען צאמשלעפן א עולם אפי' ער ניצט נישט דעם נאמען התאחדות ''ע''פ דיברו הם נאספין'' כ'זעה נישט פארוואס ער זאל דארפן שרייבען התאחדות
אגב נאך די גרויסע סוקסעס וואס די לעטערהעד התאחדות האט געהאט האבען זיי אפגערופן זייער פראטעסט מיטוואך אין מאנהעטן - כדי מ'זאל נישט זעהן אז די זאלי'ס האט ווייניגער מענטשן ווי............. אין זיי גייען מאכען א גרופ קיין וואשינגטאן
תוקן על ידי היראים ב- 28/05/2010 19:27:26
|
|
|
|
|