|
|
| נשלח ב-27/5/2010 20:43 |
|
| |
ווייגעשריי צו עסקנים: ראטעוועט מיר פון וואלווי!
ס'טוט וויי מודה צו זיין אבער פאקט בלייבט פאקט, עס איז נישט דא בעסער'ס פון וואלווי.
איך רעדט פון די זאלי בוטשער אין בארא פארק. די זאליס האבן אין זייער בוטשער
אין בארא פארק אויך א טעיק אוט. פלייש קויף איך טאקע אין אונזער בוטשער
יעדער ווייסט אז אונזער פלייש איז די מערסטע מהודר, איך גיי טאקע ווייניג אריין
אין בוטשער ווייל מיין ווייב באשטעלט אויפן טעלעפאן יעדע פאר וואכן איין גרויסע
ארדער און באצאלט אויפן טעלעפאן מיט א קארטל. צוליב די פאקט אז איך האב
אלע יארן געגעסן נאר סאטמארע פלייש און מיין טאטע האט שטארק אריינגעבאקן
אין אונז אז פלייש עסט מען נאר פון סאטמאר בין איך געצווינגן צו קויפן טעיק אוט פוד
ביי די זאליס. ביז לעצטנס איז די טעיק אוט געפארן אויף רעדער און עס זענען געווען
ווייניג פראדוקטן, יעצט האבן די זאליס אויפגענומען וואלווי'ן און ער פילט אן שעלווס פונם
שענסטן און בעסטן, זיין טשאלענט איז געוואלדיג. עס טוט וויי מודה צו זיין אבער פארפאלן
ווען וועלן זיך אונזערע עסקנים שטעלן אויף די פיס און צושטעלן א מהודר'דיגע טעיק אוט?!
פארוואס דארפן מיט זיין געצווינגן צו עסן זאלי פלייש און זיי שטיצן?!
זאל מיר נישט קומען א אויבער חכם אדער גאר א קליינע קאפ און זאגן אז OU איז בעסער
ווי זאלי פלייש, עס איז קיין ספק נישט אז רח"ד קעצל וויל נישט דווקא מכשיל זיין
עס איז זיכער אז ער פראבירט אלעס זאל זיין כשר, א מכשול? יא דאס קען זיך מאכן
ביי די שענסטע משפחות, עס האט זיך געמאכט ביי אונז אויך. טריפה זענען זייערע פליישן
זיכער נישט, פארשטייט זיך אויך נישט אזוי חשוב ווי אונזער'ס און אוודאי נישט מהודר.
וואס ברענגט מיר יעצט צו שרייבן? וועל איך אייך זאגן דעם אמת. די טשאלענט פון וואלווי
איז נישט אסאך בעסער ווי פונם פריערדיגער קעכער, נאר וואס יא? וואלווי שטעלט אהער גאלע
וואס קיינער קען נישט נאכמאכן. איך האב דאס איינמאל געגעסן ביי א קידוש, איך האב נישט
געוויסט אז עס איז זאלי'ס. איך האב געפרעגט דעם בעל שמחה וועמענס גאלע דאס איז
געווען האט ער מיר געזאגט אז דאס איז פון די זאלי בוטשער.
פאריגע וואך ווען איך בין אריין דאנערשטיג נאכט קויפן דעם טשאלענט
האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב געקויפט א פישקעלע גאלע.
ווען איך בין ארויס פון געשעפט האב איך זיך געגעבן א כאפ, רבוש"ע איך גיי
לייגן אויף מיין שבת טיש זאלי פלייש?! איך האב זיך נישט געוויסט ווי אהין צו טון
פון מיר אליינס, איך האב דעם פישקעלע גאלע אוועקגעלייגט אין ביהמ"ד אין
פרידשידאר אויף א באהאלטענען פלאץ, און פרייטאג האב איך אין אפיס
מסדר געווען דעם קאנטענער.
עסקנים ווי זענט איר?! פארוואס זאל אזא אינגערמאן ווי מיר דארפן אריבערגיין אזא
נסיון?! אמת אז איך האב נישט קיין נסיונות צו עסן OU פלייש, אבער די זאלי פלייש
ווייסן מיר אויך אז עס איז כשר. פארוואס זאל מען אונז נישט צושטעלן אלעס היימיש?
איך גיי היינט נאכאמאל קויפן א פישקעלע טשאלענט און איך גיי דערצו קויפן א גאלע. העלפט מיר! איך קען נישט אליינס ביישטיין! איך וויל באמת עסן נאר אונזער פלייש, איך בעט זיך גיבטס מיר די ברירה!
(רבי_יונה, איך בעט דיר ענטפער מיר נישט, איך בין נישט נייגעריג אין דיינע נבילה וטריפה שטותים)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 20:51 |
|
| |
עס לאזט זיך מיר שווער גלייבן אז די ביסט א אהרויני וואראום די ביסט צו קליג און נארמאל צו זיין א אהרויני. וויפיל אהרוינים איך האב נאר נישט גערעדט מיט זענען זיכער אז די זאליס פארקויפן בריש גלי חזיר ווי שרימפס.
עני וועי, קענסט עסן מיט א רוהיג געמיט, אמת מכשולות קען זיך מאכן איבעראל אבער סייעתא דשמיה האט נישט יעדער, אזוי ווי עס האט זיך שוין טאקע ארויסגעשטעלט ביי ענק עטליכע מאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:08 |
|
| |
פאר די וואס האבען זיך מיט מיר ג'טענה'ט ווי נעקי באלאנגט האב איך יעצט א ניצחון
איך קען נישט פארשטיין פארוואס ביי צד מהרז''ל איז דא אזוויפיל ניקס וואס שפילן פארטיי ס'איז אזא קינדישקייט
מ'גיבט זיך א מיעסע נאמען, אין מ'מאכט זיך כאילו מ'פארטרעט יענע צד אין מ'שרייבט נאך ספעציעל שטותים אין מיעס אין נאכדעם שרייבט מען מיט די אנדערע ניק ווי מיעס יענע צד שרייבט ביז ער דעקט אויף אז אפי' ''ער'' איז מודה אז וואלווי....
נעקי, די ברענגסט אראפ די ניווא פין די ליינער
שקר האט אויך א שיעור
נ.ב. איך האב גארנישט קעגן דעם בוטשער, נאר די נערישע אדווערטייזמענט אז צו אפען נעריש
תוקן על ידי דיןתורה ב- 27/05/2010 21:39:32
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:16 |
|
| |
איז דאס די בעסטע וואס די קענסט מיר ענטפערן אויף וואס איך האב געשריבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:21 |
|
| |
ווי איז דע בוטשער ? אויף וועכע גאס ?
לאמיך עס גיין פארזוכען , איך בין א שטיקעל מבין אויף א גוטען טשולענט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:25 |
|
| |
איך וויל דיר נישט מכשיל זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:29 |
|
| |
ווער עס ווייסט דעם אדרעסס זאל עס ביטע ארויפלייגן
יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:30 |
|
| |
די בויך טוט מיר וויי פון לאכן ווען איך זע די תגובה פון דיןתורה. אזא פנים טראגן נעבעך די אהרוינים, ווען א אינגערמאן זאגט אז די זאלי פלייש איז כשר מיז זיין ער איז א זאלי. ווען וואלט ער געווען א אהרויני וועלט ער דאך געגלייבט אז די עוף פלייש איז גאר מאסקאווי און די רינדערן זענען גאר חזיר פלייש
איך גיי נישט אריין אין די שמועס אויב ער איז יא צו נישט א אהרויני, איך האב שוין אויבן געשריבן וואס איך האלט, חוץ פון וואס איך מיין אז ס'איז קעגן די תקנות.
דאס אמאל זיכער אז איך קען אים פארשטיין, איך האב די זעלבע זאך געשפירט אין קרית יואל ביז איך האב אנגעהויבן קויפן דורן טעל פון די ווילאמסבורגע בוטשער.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:38 |
|
| |
אהא שפילן פארטיי איז נישט קעגן די תקנות אבער שרייבן וואס יעדער נארמאלער ליינער קען אלייין זעהן דאס טאר מען נישט?
אין פארוואס ביי בראווער1 וכדומה ווי איינער שעמט זיך מיט אים, שרייט מען יא אז ער באלאנגט ביי די אנדערע צד (דארט איז פשוט נישט אמת) ?
אין נאכמאל א כלל פאר ביידע צדדים ס'איז נעריש אין קינדיש צו עפענען א ניק אין שפילן פארטיי קיינער מיינט נישט אז די רעדסט אין זייער נאמען אין פאר די פאר נערנים וואס ווילן זיך יא איינערעדן איז א שאד די ביסל צייט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:43 |
|
| |
ווער שעמט זיך מיט מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:43 |
|
| |
די בוטשער איז אויף ניוטריקט צווישן 50 און 51
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2010 21:47 |
|
| |
ווען איך האב געשריבן אז איך וויל נישט קיין תשובה פון רבי_יונה האב איך געמיינט טאקע דין_תורה אויך כידוע ליודעי חן אז ביידע ניקס געהערן צום זעלבן.
לאמיר זיך נישט לאזן פארפירן פון קינדישע נארישקייטן און זיך האלטן צום פינטל, איך בין גרייט אפילו צו הייסן א זאלי, זאל זיין, ערלעדיגט דין_תורה איך בין א זאלי.
יעצט ענטפער מיר ביטע, פארוואס זאל א אהרויני נישט קענען קויפן א פערטיגע טשאלענט, לעבער, גאלע פון אייגענע פלייש פארוואס איז ער געצווינגן צו עסן פרעמדע פלייש?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|