ווי יעדער ווייסט האבן די זאלי'ס גארנישט געטוהען ביי יפו גראבונגען אפצוהאלטן זיי זענען נישט ארויס און א"י ביז ווען מע האט דאס אויפגעדעקט, און אויך דא און אמעריקא מאכן זיי גארנישט, נאר באגענוגען זיך מיט א עצרת און זייער ביהמ"ד (יעדער געדענקט וואס זיי האבן געטוהען ביי שפאניע זהעט אויס אז יפו איז זיי נישט וויכטיג)
אבער צו דעם האב איך זיך שוין נישט געראכטען אז זיי זאלן זיין די שלוחים פון די ציונים און ווילאמסבורג צו רייסן צעטלעך ווען איינער וויל יא פראטעסטירן, צו אזא נידעריגע מדריגה פון רבינזכוורכה אידן האב שוין נישט געגלייבט
די צעטלעך רופן דעם עולם צו קומען פראטעסטירן
חזקה על שילח שעושה שליחותו
דער שליח יוסעלע פליט פארלאזט דעם פלאץ
ירא הקהל וישפוט ווער מיינט דאס ערענסט און ווער נישט
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 28/05/2010 16:53:53
נשלח ב-28/5/2010 17:46
א הערליך בילד!
דער דראופ-אוט בחור'ל, יוסעלע פריעד. דער פירער פון די זאלי מעסעדזש'ס SatmarHQ ביי זיין ארבייט אויפדערנאכט.
(דעם צוציק'לס מעסעדזש'ס קויפט דער עולם אפ. ווען מענטשן זאלן אום קענען פון דער נאנט [איך וואונטש עס קיינעם נישט] וואלט מען ניטאמאל געקוקט אויף די SatmarHQ מעסעדזש'ס.)
נשלח ב-28/5/2010 18:34
די דאטום אויף די בילדער זענען פון פאריגעס יאר
נשלח ב-28/5/2010 18:44
אלע מאי האסט געכאפט א פראבלעם די קעמרע האט נישט די גיטע דעיט אנגעשטעלט
נשלח ב-28/5/2010 18:48
נישט צום גלייבן א בחור, א פירה פין קווינס
איז ער משוגע? ער האלט נאך ביים חתונה האבען?
אגב, ער פירט אויך די SatmarNews - achim anuchny גרופ
ער גייט ארום טעראזירן אין כאפט קליפס אין בילדער פין די בחורים אין יונגעלייט וואס הענגן צעטליך - כאילו ס'איז א עולה
אין נאכדעם צישמירט ער עס איבעראל 'כאילו ער האט געכאפט ביי די מעשה'
פראבירענדיג אפצושרעקן יעדן בחור אויב ער וועט זיך וואגען צו הענגן נאך אמאל
ארגינעלער דאס מאל האסט עס גיט ארויסגעברענגט
אבער וואס ס'איז ס'שטעלט נאך אמאל ארויס,
אז ביי די זאליס איז נישט קיין באשאפער קיין תורה קיין שבת קיין מענטשהייט קיין מערכה קעגן ציונית
ביי זיי איז איין זאך דא אני ואפסי אין פירן א מערכה מיטן רבי'ן.
אין פאר זייערע מערכות דארף מען צי שטערן די גאנצע תורה אין אויס רייסן דעם באשאפער
אין ציונית ווערט נאך אמאל מותר אזוי ווי ביי בג"ץ.
---------
מ'דארף ארויסהעלפן יעדן עסקן וואס העלפט ארויס אין די מערכה
זיי זאלען זיך נישט דערשרעקן פין די פרייע ציונים אין פין די זאלי'שע ציונים
אפי' הרב פילאף אדער הרב וויינבערגער וועלן זיי נאכשרייען זאלען זיי ווייטער הענגן צעטליך אין
אנדערע פעולות
אנווארעעמן אין א דעם ציבור צום גרויסען פראטעסט קעגן די רשעי ישראל
ולד' הישועה
תוקן על ידי היראים ב- 28/05/2010 20:53:31
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/05/2010 02:38:47
נשלח ב-28/5/2010 20:21
* width="500" height="405">
<*
נשלח ב-28/5/2010 20:22
אז ס'איז שוין דא זאל יעדער זעהן די איידעלקייט פין 2 בחורים וויאזוי מ'הענגט צעטליך (ווער האט געזעהן די קווינס בחורים הענגן צעטליך ביי די פראטעסט קעגן די וועד להצלת בתי עלמין באירופה פארשטייט זייער גיט וואס איך מיין)
פרעג דעם געלחען בדחן אדער ר' מנשה פילאף זיי געדענקען נאך פון תקנ"ג ביי די ריזיגע פראטעסט האט מען אזוי זיך געפירט און דער רביזכרונברכאה האט געשמייכלט
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 28/05/2010 22:07:16
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/05/2010 02:39:58
נשלח ב-31/5/2010 00:41
עס איז נישט צום גלייבן וואס דא טוט זיך
דער אימעראלישער יונג האט נאך אטאקירט מיט זיינע ידי זאלי'ס עטליכע בחורים וואס האבען געהאט די חוצפה צו הענגן צעטליך איידעלערהייט צו דעם גרויסען פראטעסט נאכדעם וואס ער האט גערופן פאליציי אז זיי הענגן אן א פערמיט
ווער עס האט די קליפ ווי ער נעמט אוועק די קאפעל אין ברילל פין דעם בחור'ל זאל עס ביטע ארויפלייגען (כ'הער אז איינער האט עס אגעכאפט)
דער גאנצער פראטעסט איז ווי א דארען פאר זיי אין אויג נאכדעם וואס זיי האבען געמיזט קענסלען זייער פראטעסט לשם פאליטיק מיטוואך אין ''כ' סיון'' אין מאנהעטן (ווער האט זיי געצווינגען) כדי די גאס זאל נישט 'זעהן' ווי 'גרויס' די זאלי'ס זענען טראץ וואס זיי ניצן די התאחדות לעטערהעד לכבוד דעם האבען זיי אינטערגענועמן די קידערישען בייאפל פין טראגען די בחורים אין כולל יונגעלייט קיין וואשינגטאן ווען תאוות ניצחון / לאזערס וועט שאפען די שווערע געלטער - וואס מ'קען ווען מיט דעם אסאך מער אופטוהן אין דעם פעלד
אזש היינט צופרי האט דער ווילדער י''ק אטאקירט 2 חשוב'ע יונגעלייט וועלכע זענען ארומגעגאנגען נאך געלט פאר די מאנטוג פראטעסט, אין ער האט זיי ארויסגעווארפען ווען אין די זייט שטייען די זאלי'ס ואין פוצה פה
אזא פנים האט די גאנצע פארטיי בראש פין זייערע רבנים
די עיקר איז, ווען איר זעהט א זאלישער ציוני רייסען א צעטיל נעמט א בילד אין גייט גלייך אוועק שטעלט אייך נישט אפ טענה'ן מיט יענעם
נשלח ב-31/5/2010 01:11
האטס הנאה ליינט וואס איינער פין די פעמאס זאלי שרייבער אין זייער פארום שרייבען
אינזער יוסלע איז גאר א שותף אין דעם בילדינג...... אין אים שטערט אז מ'הענגט אן א 'פאוסטער' אויף די סיין פין די גויעשע סקעטפאלד קאמפעני - אן נאכמער מ'מאכט שאדען געלט (אין די צייט וואס ער מיט זיינע אימערצויגענע חברים הענגן וועכענטליך מות יומת סטיקער אויף יעדן'ס סיין און פענסטער אין שטאטישע נאו פארקינג סיין כו')
חי'שע דעספארעציע מזיק פריוואטע פארמעגנס
די אהרוינים זענען נעבעך אויסגעחלישט פאר איטענטשאן וואס זאל געבען ליטימאציע פארן רופן זייער פירער אלס מנהיג היהדות החרדית, האבן זיי פארופן א פראטעסט אביסל צו שפעט.
זיי געבן אבער נישט אויף, די פאקט אז מען גראבט שוין נישט איז נישט גענוג אפצורופן זייער שפעט באשטעטיגטע הפגנה, שיקן זיי ארום זייערע בחורים צו קלעבן צעטלעך און האפן אז קיינער וועט זיך נישט דערוויסן אז די חפירות זענען שוין סיי ווי אפגעשטעלט און די גאנצע הפגנה איז נישט מער ווי מפגין זיין אז אהרן האט מענטשן.
די בחורים קלעבן אן צעטלעך אן קיין אחריות און מיט א זעלטענע ווילשאפט. איינע פון די פלעצער ווי די אהרוינישע חיות האבן אנגעקלעפט מיט צעטלעך איז אויף דיווישאן קארנער קליימער. די חיות האבן אנגעקלעבט סקעפאלד'ס וואס טראגן טאוולען פון געשעפטן. ווער עס האט מחנך געווען די בחורים מזיק צו זיין נכסים פון פריוואטע פירמעס און קלעבן צעטלעך אויף פריוואטע טאוולען פון געשעפטן קענט איר זיך פארשטעלן.
פאר די אהרוינים איז נישט גענוג איינצושלינגן זייערע אייגע בזיונות פון חיה'שע בחורישע ווערטשאפט. זיי זענען מהפך הקערה על פיה און באשולדיגן גאר די בעלי בתים פארן ארבעטן צוזאמען מיט די ציונים פארן עבירה פון אראפנעמען די פאלקאטן פון זייערע טאוולען.