|
|
| נשלח ב-28/5/2010 18:36 |
|
| |
אזא פנים טראגט מען, ווען גשם איז דער עיקר!
אילו פינו מלא שירה כים, האב מיר נישט גענוג ווערטער צו לויבן און דאנקן דעם הייליגן באשעפער, ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים, אונז האב מיר די זכיה צו זיין פון די יהדות החרדית הצרופה שלא כרעו לבעל הציוני, אויף דעם דרך וואס האט אונז געלערנט אונזער הייליגער רבי זי"ע אין זיין הייליגן ספר ויואל משה, אבער מיט דעם אליין זענען מיר נאך נישט קיין בן יחיד, ווייל ב"ה עס זענען דא היינט שווערע טויזענטער אידן וואס אנערקענען נישט אינעם בעל הציוני, וואס מיר געבן אבער א באזונדערע שבח והודאה פארן אייבערשטן בימינו אלה, אז וחיי עולם נטע בתוכינו, ווי דער חתם סופר זאגט אין די דרשות שבה"ג, אז דאס מיינט מען די צדיקי הדור. * איר וועט מיר אנטשולדיגן א מינוט, אבער שרייבנדיג די שורות, האבן מיר נאכאמאל נאכגעקוקט דעם חתם סופר כדי צו קענען צייכענען א פונקטליכע מראה מקום, און אט שיינט פאר אונזערע אויגן, אז דער חתם סופר רעדט טאקע צו אונז תלמידי וחסידי סאטמאר. כאפט א בליק אריין אין די דרשות שבה"ג (דף רמג) "הנה אף שנתן לנו הקב"ה תורת אמת, עם כל זה היו בכל הדורות מגלי פנים בתורה שלא כהלכה, אשר סלפו דברי אלהים חיים באמרם שזהו דרך התורה, אך צדיקי וחכמי הדורות הם הורו לבני ישראל את דעת התורה האמיתית, ולזה אנו אומרים ברוך אלהינו שבראנו לכבודו ונתן לנו תורת אמת, אמנם זה לבד לא יספיק לשמור על גחלת ישראל שלא תכבה, אלא וחיי עולם נטע בתוכינו המה הצדיקים אשר הדריכו את ישראל בדרך הישרה". מיר וועלן זיך ערלויבן צו זאגן, אדער בעסער צו טרענסלעטן די הייליגע ווערטער פון חתם סופר על דורינו אלה. "אף שנתן לנו תורת אמת", אונזער הייליגע רבי ז"ל האט אונז איבערגעלאזט א שולחן ערוך פארן דור עיקבתא דמשיחא זיך צו קענען ספראווען מיט נסיונות, "עם כל זה היו מגלי פנים בתורה שלא כהלכה, אשר סלפו דברי אלהים חיים באמרם שזהו דרך התורה", מתחלה איז דער גאנג געווען צו שטעלן יעדע מין רשעות און אייגענע באקוועמליכקייט אונטערן נאמען פון רבין ז"ל, און אין די לעצטע צען יאר האט זיך עס דערהויבן צו נאך א שטאפל, אז זאכן וואס זענען קלאר געהערט געווארן מפי קדשו אדער געשריבן געווארן בכתב יד קדשו פון רבין, זענען מותר געווארן, וואס מותר געווארן? ס'איז גאר א מצוה!, בא הסמכות עליונה פארטיי והעמידן על אחת, די גאנצע תורה האט עקספייערט (ח"ו), ס'איז געבליבן איין מצוה, טון דאס פארקערטע פון מיין שונא. דער רבי ז"ל איז געווען דער סימבאל פאר פשרה'לאזע אידישקייט אין אמעריקא, דער רבי האט געמאכט א מהפיכה, און מוסיף געווען חומרות על חומרות גדרים וסייגים לדורו ולדורות הבאים, אבער די אינטערעסען זענען פארקערט, נוצט מען דעם נאמען פון רבין פאר די גרעסטע קולות, בדיעבד'יגע ווייץ, בדיעבד'יגע פלייש ועוד ועוד. אז די אינטערעסן זענען אנדערש, רייסט מען צעטלעך וועגן פראטעסטן קעגן חיטוטי שכבי, כאטש זיי א שב ואל תעשה, קיינער צוויינגט דיר נישט צו גיין, ניין, אבער יענער זאל אויך נישט גיין. אטו כי רוכלי נחשוב וניזל, מיר האבן נישט אזא גוטן זכרון צו געדענקן אלעס, מיר וועלן אבער אנכאפן איין נקודה פון תורה שבע"פ וואס דער רבי האט געזאגט ברבים, און איין נקודה פון תורה שבכתב, ועל הכלל כולו יצא. תורה שבע"פ, איז דאס ענין פון בחורים גייען צו חתונות פון חברים, דאס געדענקן מיר פשוט אויפן מאמענט, ווייל ס'איז די וואך געווען די יארצייט פון הרה"ג ר' זעליג שפילמאן ז"ל וואס דאן האט מען מחזק געווען די תקנה. (נישט אז ביז דעמאלטס איז עס געווען אפיציעל מותר, נאר ביז דעמאלטס איז געווען שווער צו פארסירן די תקנה, וכש"כ האט מען נישט געזאגט א דרשה פאר בחורים אז בחורים דארפן זיך אויסלופטערן אויף חתונות). תורה שבכתב, איז דאס הליכה לערכאות הציוני. דא איז נישט די רעדע צו די רבי האט יא געהאלטן פון טראגן מיט א עירוב צו נישט, ס'איז נישט די רעדע צו די רבי האט געלאזט דאווענען מנחה וקבלת שבת פארן זמן הדלקת הנרות פון ערב שבת פאר וועם ס'איז שווער אין די זומער שבתים, ווי אויך איז נישט די רעדע צו מען האט געזינגען זמירות און געזאגט תורה מיטל נאכט יו"ט, אדער "לא אמרו זמירות וד"ת כלל וכלל" כמבואר בזמירות דברי יואל. דא איז די רעדע פון א יסוד מוסד פון די גאנצע שיטה פון רבין ז"ל, וואס פאר די שיטה האט מען שוין שופך דם געווען פאר רבינו הק' בעל ברך משה ז"ל אז ער איז משנה, פארוואס? ווייל ער זינגט נישט דעם רבינ'ס לכה דודי, ווייל ער האט געטוישט די ניגון פון "היה עם פיפיות" צו א ניגון וואס קומט פון עצי חיים (פרעגט אייך נאך ביי אידן וואס געדענקן יענע יארן), און היינט ווען די זעלבע טוען/זענען מחזק פעולות וואס זענען קלאר בניגוד שיטת רבינו והתורה הק', איז שא שטיל. און לאמיר נישט פארגעסן די נושא פון סידור קידושין, דער רבי האט געשריבן א קלארע דעת תורה בשעתו, וזאת התורה לא תהא מוחלפת, די דעת פון רבין אין דעם נושא איז קלארער ווי די דע"ת פון רבין וועגן די עירוב, ולא יהא ספיקו כודאו?, ביים עירוב קערט מען איבער א שטאט, און וואס איז דא?, עכ"פ למען הספק זאל עס זיין בשב ואל תעשה, אבער חלילה, ס'איז דאך דא א מצוה, איין גרויסע מצוה, באגראבן מיין שונא, און פארדעם איז אלעס מותר, איך וועל באגראבן די אייגענע קינדער, אבי איך וועל מיר איינרעדן אז איך האב יענעם אפגעטון. * אנטשולדיגט מיר, אבער דאס גאנצע ביז אהער איז נאר געווען אגב גררא, נישט פאר דעם ציל האבן מיר גענומען די פעדער אין די האנט. מיר קומען צוריק צו דעם וואס מיר האבן אנגעהויבן, "מיר געבן אבער א באזונדערע שבח והודאה פארן אייבערשטן בימינו אלה, אז וחיי עולם נטע בתוכינו, ווי דער חתם סופר זאגט אין די דרשות שבה"ג, אז דאס מיינט מען די צדיקי הדור". ס'איז נישט קיין סוד, אז די לעצטע צען יאר איז קהלתינו הק' דורך גאר א שווערע תקופה, ס'איז געווען צייטן וואס האט אויסגעקוקט אז ס'איז ח"ו כלו כל הקיצין, ב"ה אז מיר קענען עס היינט דערציילן אין פריידן, אוודאי איז האויב תמו אבער חרבות לנצח, אבער ב"ה די קהלה האט זיך רעארגאנאזירט, און מען פרובירט ווייטער צו פירן די קהלה בדרכו של המייסד רבינו הק' זי"ע. וואס אונזער חיזוק איז געווען די לעצטע צען יאר, און ווי אזוי מיר זענען דורך די אלע שווערע צייטן, איז נישט דא דאס פלאץ ארויסצוברענגן, אבער א גרויס חלק איז געווען אז מיר האבן גענוצט דעם זעלבן חיזוק מיטל וואס רבינו שליט"א האט פאר זיך אליין גענוצט אלע יארן. רבינו שליט"א איז שוין א טארגעט פאר די רשעים נישט פון היינט, און נישט פון נעכטן, מיר ווייסן נישט אויב מיר וועלן מגזם זיין ווען מיר וועלן זאגן אז מען וועט כמעט נישט טרעפן אין די היסטאריע א מנהיג ישראל וואס האט געליטן רדיפות און אזא לאנגע תקופה פון יארן, פון די זעלבע גרופע מענטשן, פארשריבענע היסטאריע איז זייט זיין בר מצוה, וואס דער שבת פאר די בר מצוה איז פאר א "סיבה" דער רבי נישט געקומען דאווענען אין סיגעטער ביהמ"ד, און רבינו שליט"א האט אמאל דערציילנדיג די מעשה ביי א שמועס האט ער זיך אויסגעדרוקט "איך האב דעמאלט געזען דער טאטע האט געוויינט", אבער אויף דעם קען מען נאך זאגן, אז דאס איז געווען זכות אבות, ס'האט נישט געמיינט רבינו שליט"א פערזענליך. אבער פון יאר תשכ"ו און ווייטער איז דאך שוין יא געווען א זכות עצמו, און מאז ועד היום 44 יאר, וגם דמ"ו הנה נדרש, דורך די זעלבע קליקע וואס פארופן זיך אלס תלמידי רבינו. חסדי ה' כי לא תמנו, עד הנה עזרוני רחמיך, דער באשעפער האט געגעבן כח פארן רבין עד היום, און ער זאל ווייטער אים געבן כח, אבער ב"ה ער איז אלעס אריבער, וואס האט אים געהאלטן? רבינו הק' הברך משה זי"ע האט עס אמאל געזאגט ברבים, ווען ס'איז געווען גאר א שווערע תקופה, מען האט גערופן רבינו שליט"א אין קארט בחודש ניסן שנת תש"ן, האט דער ברך משה שפעטער געזאגט ביי א דרשה, איך האב אנגערופן מיין זון, און איך האב אים געפרעגט וואס ס'טוט זיך, זאגט ער מיר אז ער האט יעצט מחדש געווען נאך א תירוץ אויף די סוגיא וואס מען לערנט יעצט אויף שבת הגדול. האט דער רבי געזאגט, איך בין געשטאנען און געשטוינט ווי האט ער דעם קאפ יעצט צו לערנען, ווען ער דארף שטיין פאר א ריכטער. צוריק צו אונז תלמידיו וחסידיו, וואס האט אונז געשטארקט די לעצטע צען יאר, נאך א תורה פון רבין, נאך א דרשת חיזוק, אידן האבן א חיות מיטצוהאלטן א טיש א מסיבה מיטן רבין, מען הערט יסודות'דיגע מוסר והדרכה, ווען דער רבי וויינט כל נדרי ביינאכט ביים איבערבעטן די תורה, און זאגט מיר האבן נישט געלערנט גענוג, איז עס די גרעסטע מוסר והדרכה פאר אונז, דער רבי האט ב"ה מחזק געווען דאס לימוד התורה, מיר אלע זענען זיך מחזק מיט א בלאט גמרא, ואין לנו שיור רק התורה הזאת. גולה אחר גולה גלתה יהודה כולה, מען האט אונז פארטריבן פון אונזער ביהמ"ד פון אונזערע מוסדות, פון אלעם, מיר זענען געבליבן נקי מכל, מען האט געדארפט אנהייבן אלעס פון דאסניי, ממש ווי אונזערע עלטערן נאכן ביטערן חורבן אייראפע, מען האט זיך געוואלגערט פון איין טענט צום צווייטן, האט דאס פארטריבן פון אונז איין מענטש?, ניין, פארוואס?, ווייל נישט דער בנין און נישט די סיינס אדער לעקטערלעך האבן געברענגט די מענטש, נאר רבינו שליט"א דער מנהיג העדה. די גמרא זאגט אין תענית, ארץ אשר אבניה ברזל, אל תיקרי אבני' אלא בוני', נישט די שטיינער האלטן אונז, נישט די בנינים מאכן אונז פאר עפעס, אלא בוני', אלו תלמידי חכמים שמחדדין זא"ז, מיר האבן ב"ה א רבין וואס מיט זיין כח התורה האלט ער אונז. יעצט לאמיר איבערדרייען די מטבע אויף די צווייטע זייט, ס'איז דורך א יום טוב שבועות, אין יענע צד האט פלוצלינג טועם געווען דעם טעם ווען מען קען נישט זיין אויף א פלאץ וואס (מען האלט אז עס) איז זייער אייגנטום. ווי אזוי האט אויסגעקוקט דער יום טוב דארט? איך ווייס נישט אויב ס'איז דא דער שרייבער וואס קען באשרייבן זייער יום טוב, אבער איין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער, און מיר מיינען נישט די בילד פון היי יאר אין ראדני, ניין!, מיר מיינען דער בילד פון פאר א יאר (צו פריער) וואס מען האט געלייגט דאס יאר במקום דעם בילד פון היי יעריגע נעילת החג, דאס רעדט מער ווי טויזנט ווערטער. מיר האבן די זכיה געהאט ב"ה צו הערן דברי אלקים חיים דעם גאנצן יו"ט שבועות, און ווער ס'האט נישט געקענט אנקומען אויף יו"ט איז זיך מחיה מיט די געדרוקטע דברי תורה וואס מען האט געדרוקט נאך יו"ט, פארוואס פרעגן נישט יענע חסידים למה נגרע?, מיר האבן נישט געקענט פשוט אריינגיין אין די ראדני שול מחמת אפס מקום, מיר ווילן אבער זען כאטש איין תורה אפגעדרוקט פון אונזער רבין, וואס האט ער פארלאנגט פון זיין סטאדע אין אזא הייליגן יום טוב? ואיננו.... מען האט געקענט פון אונז צונעמען בנינים, אבער מיר זענען געבליבן מיט עפעס, מיט אונזער רבין אז מען האט דארט צוגענומען איין בנין, איז מען געבליבן מיט...... א פאריעריג בילד נעבעך..... אזא פנים טראגט מען, ווען גשם איז דער עיקר!, אז דאס גאנצע חסידות איז געבויט אויף עץ ואבן, מען האט בנינים, קוקט מען אזוי אויס. ועל הכל אנחנו מודים לך, אויף דעם לויבן מיר און דאנקן דעם הייליגן באשעפער, והבדילנו מן התועים, אוי זענען זיי תועים, דאס גרעסטע רחמנות אויף זיי וועט זיין ווען זיי וועלן זיך דערוועקן פון זייער טיפן שנאה-שלאף און זען ווי זיי האבן חרוב געמאכט זייער חינוך און זייערע דורות, אבער וחיי עולם נטע בתוכינו, מיר האבן אונזער הייליגן רבין זאל זיין געזונט, וואס איז משריש בתוכינו א חיי עולם. זאל דער אייבערשטער אים געבן געזונט און כח. ולסיום, יבואו הם ויעידו על עצמם, קוקט וואס א זאלי אליין שרייבט http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2791815&whichpage=1&forum_id=16386
אט ליינט וואס ער שרייבט: הונדערט פראצענט גערעכט. אפשר וועלן די זאליס דאס נישט וועלן מודה זיין פאר דיר, אבער צווישן זיך איז זיכער דאס דער פאקט. און אגב האב איך שוין לאנג זיך געוואונדערט פונקטליך מיט וועם די אהרונים פירן א מערכה. אויב מיט די זאלי קא., האט עטס נישט צופיל בארירט דעם כלל הזאלי'ס. און אויב רייסט עטס אראפ מיך און אנדערע זאליס, איז עס נישט דורך דערציילן ווי אויסגעשפילט די העדקוואדערס זענען. זעלבסט פארשטענדליך אז די אנאליז איז נישט גערעכט, און איך בין מוחה אויפן בזיון ת"ח. איך רעד נאר פון די פאקטן אויף וואס דער אנאליז איז געבויט. און נאך איין זאך, איך שעם מיך נישט דערמיט, אדרבה זו היא תפארתינו. (פארקערט, איך זאג אלס פאר די געציילטע קטני מח צווישן אונז, אז זיי זענען נאך סאך ערגער פון דעם אהרוני. דער אהרוני, איז זיך כאטש מצמצם פאר א רבי'ן וואס פארקויפט עפעס, משא"כ הכא. ודו"ק.) קאמענטארן זענען איבריג
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 23:21 |
|
| |
איך האב עס דארטן געשריבן, און איך זאג עס ווייטער דא אויכעט.
100 פראצענט גערעכט. אונז האמיר נישט לדאבונינו די לעצטע 31 יאר קיין רבי וואס איז ראוי למלא מקום רביה"ק זי"ע. ביי אונזער עולם איז נתקבל געווארן די מיינונג פון ר' יודל ראזענבערג וחביריו, וואס האט בשעתו אין יאר תשל"ט געטענה'ט מען זאל אויפנעמען א בי"ד צו פירן די קהילה. און רבינו בעל בר"מ זצ"ל זאל זיין העכסטענס דער אב"ד.
אונז האמיר נישט מקבל געווען קיין אויס שליסליכע מרות, אז קדוש קדוש קדוש יאמר לו, און אויב לויט א טייל פון אונז איז דער בר"מ נישט געווען גענוג פרום און ערליך האבן די טייל זיך אפגעשאקלט פון אים גענצליך, אנדערע טיילן זענען בלויז געשטאנען אין די זייט, יעדער איינער לויט וויפיל ער האט געהאלטן.
ביי אונזער עולם איז נישטא קיין צייטונג וואס שרייבט פאר דעם דעת הקהל. יעדער איינער איז שוקל במאזני שכלו, ווער איז יא ערליך, און ווער נישט. און איך דארף אייך נישט זאגן אז אונזער עולם האט א גוטן שמעק...
זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז נישט טייטש, אז מיר האבן נישט קיין הכנעה און מרות פאר גדולי תורה, אדרבה ואדרבה, ביי אונזער עולם איז דער מנח"י נישט געווארן א שגץ ווייל ער האט גע'אסר'ט בנ"י, און רב אויערבאך ז"ל איז נישט גע'כשר'ט געווארן ווייל ער האט געלאזט פאלן א שלעכט ווארט אויפן פס"ל אהרן.
ביי אונז איז נישט די פארטייאישע געפילן וואס זענען קובע, נאר ווער עס האלט זיך צום דרך המסורה, איז אנגענומען, און ווער עס איז משנה איז אפ געפרעגט. (איין קליינע דוגמא קען איך דיר געבן, וואס עס טוט זיך יעצט מיט תולדות אהרן, וואס אפגעזען וואס איך פערזענליך האלט, און וואס די אפיציעלע פארטיי קוועלער זאגן, עכ"ז איז דא א גרויס טייל פון אונזער עולם וואס איז ברוגז אויף אים, עס עקזיסטירט נישט ביי אונז קיינע פארטיאישע געפילן ואכמ"ל.)
און בשעת די מעשה מיט די בעדפארד דירות, האט אונזער עולם דערשמעקט די קארופציע וואס גייט פאר בבית כ"ק בעל בר"מ זצ"ל, (א זאך וואס די נאהרונים זענען געוואויר געווארן הערשט 15 יאר שפעטער) און דער עולם האט זיך מאסנווייז אפגעשאקלט פון די פארטיי. מיט די יארן האט דער עולם איינגעזען מער און מער, און פון א פאסיווקייט איז געווארן א רעאקציע.
עד כדי כך, אז בשנת תש"נ איז געווען א באקאנטע דרשה אין כולל, ווי די ראה"ק האבן אויפגעטרעטן און גע'טענה'ט פאר די אינגעלייט אז עס פאסט נישט פאר די וועלט אז אינערהאלב סאטמאר איז די הנהגה אזוי חוזק... ווי אויך איז באקאנט דער סטעיטמענט ואס עס האט געלאזט פאלן דער חכימא דיהודאי ר' סענדער דייטש ע"ה אז "מען דארף אנזאגן פארן לעצטן וואס גייט אוועק, ער זאל אויסלעשן די לעקטער" ודפח"ח.
עכ"פ דאס איז אלעס פון איין שורש, ווייל תלמידי וחסידי רביה"ק זצוק"ל האבן געהאט צו א גרויסן אור עולם פאר זיך אז זיי זאלן קענען מקבל זיין אויף זיך א מנהיג בלינדערהייט, יא, ביסט גוט ביסטו גוט, גייסט אוועק פונעם דרך האק איך אפ פון דיר, הוי: מעשיך יקרבוך, ומעשיך ירחקוך.
פארשטייט זיך נאכאמאל, אז אין די ערשטע 5 יאר בערך האט דער גאנצער עולם פון וועם איך רעד זייער שטארק געשטיצט און געבעקט, און אפילו זיך געקוויטלט ביים ברך משה. אבער אז די ליניע האט אנגעהויבן גיין אין די נישט גוטע דירעקציע, האט זיך דער עולם אפגעשאקלט.
(און ווייל איך ווייס אז די אהרונים וואס גלייכן זייער צו פארטושן מוחות, האבן א ספעציעלע אינטערס אראפ צו מאלן די אפשאקלונג פונעם ציבור פון די הנהגה, כאילו ווי א המשך צו 40 יאר מחלוקת פון די רביצין מענטשן מיט צדיקי בית סיגוט, אזש עס קען זיך דאכטן אז אזוי ווי וויזניץ - סיגוט מחלוקה, איז אויך דא טשענסטעכאוו - סיגוט... און דאס וואס די זעלבע אידן האבן בחפץ לב נאך אין תשמ"ה געוואלט די הנהגה פון אדמו"ר מהרי"י דאס איז געווען א געהיימע טשענסטעכאווער פלאן צו אינפילטרירן סאטמאר פון אינעווייניג... דארף מען דאס שרייבן איינמאל און נאכאמאל. דא איז געווען 2 אןדערע זאכן, איינס די רביצין קא. וואס האט געהאט מיט זיך ארום 2 פראצענט סאטמאר- בעיקר די מלחכי פינכא דארטן, און די אנדערע דער המון עם וואס האט בשנת תש"מ שמח"ת אויסגעריסן בענק אז דער ברך משה זאל קענען טאנצן הקפות אין ראדני, און געשריגן למה נגרע אין קר"י (ר' יחזקאל גאלד), און בערך תשמ"ה האבן די זעלבע מענטשן אוועקגעגאנגען).
און אויב האט מען געזען אין תשנ"ט א שינוי לטובה, אז סאטמאר הייבט אן צוריק צו גיין אין די דירעקציע וואס רביה"ק זי'ע ותלמידיו האבן געוואלט, איז דער עולם צוריקגעקומען צו די קאמפאני. זעלבסט פארשטענדליך אבער אז א ת"ח און צדיק ווערט מען נישט איבערנאכט, און במילא איז נישט דא קיין 5 זאליס ואס האלטן פון מהרי"י אז ער האט עפעס א העכערקייט אין זיך.
ניין , אבער ער גייט אינעם דרך התורה, די קהילה ווערט געפירט פון דיינים ומורי הוראות יושבים על מדין, לאנגיעריגע תלמידים וותיקים פון רביה"ק זי"ע, והולכים בדרכיו, און דאס איז דער גאנצער ציל און מהלך פון די קהילה, איז דער עולם מיט אים.
אידישקייט גייט יעדער זיך זוכן וואו ער האט א געפיל. ווען ס'איז דא א צייט ווען עס וויל זיך זיין מיט א גרויסן עולם צוזאמען, צו תפילת ימים נוראים, צו מען זוכט א טיש זיך צו געזעגענען פונעם יו"ט ברוב עם גייט מען אהין.
פון די אנדערע זייט איז דא א טייל מענטשן ואס זענען לכאורה סאטמארער תלמידים, אבער זיי האבן אין זיך אזאנע "עקעלעך" ווי מ'רופט עס און זיי מוזן בכל אופן זיין אדוק ומקושר צו א מנהיג אויף די זעלבע דרגה ווי מיר זענען געווען ביים רבי'ן ז"ל. און פאר א נויט מוז דער מנהיג דוקא הייסן טייטלבוים...
אט די מענטשן האבן בשנת תשמ"ה מחליט געווען אז יעבור עלי מה , דער רבי שליט"א בלייבט מיין צדיק נישט קיין נפק"מ צו ער איז דאס באמת צו נישט, און אזוי האט זיך פאר די מענטשן אנגעהויבן א קאשמאר וואס ציט זיך שוין 25 יאר כולם שווים ל... ווואס זיי דארפן זיך האלטן אין איין פארענטפערן ווייל פאר יעדן פרייז צדיק בלייבט צדיק, און עס איז נישט שייך צו זאגן אויף אזאך אז עס איז געווען א טעות, ווייל א צדיק מאכט נישט אזאנע מאדנע טעותים, און ממילא ווערט גאר פון די טעותים א מצוה. (1 דוגמה איז די דרשה פון ברך משה וועגן שייגעץ ארויס און קרעציגע ווערעמיגע וכו' וואס ווען שמואל הכהן פר"מ האט אים אריינגעברענגט די טראנסקריפט פון די דרשה האט ער עס כידוע אראפגעווארפן אויף דער ערד און געשריגן איך האב אזא דרשה קיינמאל נישט געזאגט, א איד רעדט נישט אזוי, און די "חסידים" האבן שטאטס איינצופאקן פאר בושות עס גענומען גאר פראקטיצירן... והדברים עתיקין).
אט די מענטשן וואלטן ווען באמת בשנת תשנ"ט געדארפט בלינדערהייט נאכגיין דעם צדיק ווייטער, נאר א מענטש איז דאך א מענטש, און זיי האבן נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און זען די פארפיינטעטע שונאים צוריקקומען און גאר אן נעמען די אויבן אן פאזיציעס אין די קהילה, עס וואלט געווען פאר זיי די גרעסטע יסורי הנפש, זיי וואלטן זיך געפילט די לוזערס פון יארהונדערט,, דא בינעך נישט געגאנגען צו מיין ברודערס שמחו זיך צקריגט מיט מיינע חבירים אלעס צו זיין אין סאטמאר מיטען רב"ן און דער ציבור, אונ אצינד וועלן אנקומען די וואס האבן שטענדיג געלאכט פון אונז און גאר איבערנעמען די מאכט, ומה בצע כי שמרנו משמרת (קרייתינו... אויב איינער געדענקט עס נאך) והלכנו קדורנית וכו'. דאס דער געפיל פון א א מענטש אז ער האט מקריב געווען א יובל יארן, זיין משפחה און גוטע פריינט פאר גארנישט און פאר נישט, אט דאס איז זייער שווער דורך צו טראגן און פארדעם האבן די מענטשן אפגעהאקט מיטן ברך משה על אף זייער ביז איצטיגע געטריישאפ. ווייל יענעמס בלוט זענען זיי גרייט געווען מקריב צו זיין, נישט די אייגענע.
אז איך וועל האבן געדולד וועל איך בל"נ ממשיך זיין.
תוקן על ידי אומזיסט ב- 28/05/2010 23:24:40
תוקן על ידי אומזיסט ב- 28/05/2010 23:27:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2010 23:51 |
|
| |
נאך נישט געזעהן א צביע'ניק ווי דעם אומזיסט
ר' משה מנחם טירנויער איז געווען א שייגץ וועגן די סקול דיסטריקט איז יעצט געווארן א צדיק ר' יחזקאל ראטה איז צדיק איז יעצט געווארן א שייגץ ר' געציל איז געווען צדיק אין יעצט געווארן א שייגץ דער איד איז געווען א טמא'ענע צייטנוג אלע זייערע גדולים האבן עס געאסרט יעצט ליינען אלע זיי עס, אין די בני יואל אדווערטייזט דארטן דער שארמאשער האט אלעמאל געהייסן א נער א משיגענער, איז יעצט חכם הדור
בן פראדל האט אלעמאל געהייסן דער רשע ביי זיי, פלוצלינג האבן אים זיי אלע מוחל געווען.
זיי זענען די גרעסטע פליפ פלאפערס אין ליידער איז נישט דא דארטן קיין שום אויטריטעט ביי זיי אין ווער ס'ווייסט קומען פראצנטאל ארויס די גרעסטע מושחתים פין בני יואל .
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2010 00:06 |
|
| |
| לעקסינגטאן כתב: |  | נאך נישט געזעהן א צביע'ניק ווי דעם אומזיסט |
|
וואו קומט דא אריין צבוע'ניק?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2010 00:28 |
|
| |
אויב דער מטרה פון די נייע תשנ"ט עפאכע וואלט טאקע בלויז געווען שלום, וואלט איך היינט געווען א הייסע זאלי, איך טרייב לגמרי נישט איבער, אין במציאות בין איך לכתחלה געווען באמת א זאלי, איך קען דיר גאראנטירן אז לכה"פ 50% וואס פארופן זיך היינט אהרונים וואלטן זיך אינגאנצן ציגעשטעלט צו ר' זלמן לייב אויב זיין מטרה וואלט געווען נישט מער ווי צוריק מאחד זיין אלטע סאטמארע אידן,
ווי נאר ס'האט זיך אנגהויבן צו ארויסשיילן אז די גאנצע מערכה איז אך ורק צו נקמה נעמען און באגראבן ר' אהרן און דעם ברך משה מיט זיינע אלטע חסידים, און האט קיין שום שמץ פון עפעס א אהבה צו די בני יואל אידן, בין איך מיט אלע חסידי הברך משה, אנטלאפן פון די גענגסטערס 10 טויזנט מייל.
ווען ר' זלמן לייב האט ווען אביסל שכל און הייבט נישט גראד אן מיטן ווילדן סלאגאן אז ער קומט צו פארעכטן זיין טאטענס חטאים, און ער גייט דא בין יום ללילה גראד ארויפזעצן בראש ההנהגה אלע שונאי ר' אהרן, און ארויסרודפן אלע לויאליסטן צום ברך משה ור' אהרן, ווען ער גייט אינצווישן, און זאגט אז די בני יואל זענען לעולם נישט געווען גערעכט און סאטמאר איז אויך נישט גערעכט מיטן זיי טעראריזרן, און ער וויל זיין גוט מיט יעדן סיי בני יואל און סיי ר' אהרן, בין איך זייער מסופק צו ר' אהרן וואלט היינט געווען א רבי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2010 00:29 |
|
| |
"אומזיסט" א בעסערן סעמפל פון א בני יואל/זאלי/נטורי קרתא האט קיינער נישט געקענט אראפמאלן בעסער ווי דיר
ווען רש"י זאגט אין לך אלא כהן שבימיך, האט דאס נאר געמיינט ביז תשל"ט!
ווען חז"ל זאגן יפתח בדורו כשמואל בדורו, האט דאס נאר געמיינט ביז תשל"ט!
ס'דערמאנט מיר די מעשה וואס א א"י אינגערמאן מחסידי רבינו שליט"א האט מיר דערציילט, ער איז אמאל געווען דא צוגאסט, האט ער פאר נייגעריגקייט איז ער אריין צו די קרעטשמע, און זיך צוגעזעצט צו א קופקע, צו הערן וואס זיי פארקויפן.
און ער הערט ווי איינער פון די פארשטייערס רופן זיך אן מיט פארגלייזטע אויגן, אה! דער רבי ז"ל איז געווען דער לעצטער מנהיג בדור האחרון.
דער אינגערמאן שעמט זיך נישט, און רופט זיך אן, מיטן גרעסטן רעספעקט פאר דיין מיינונג, אבער איך האלט אז דער דברי חיים איז געווען דער לעצטער מנהיג בדור האחרון.
די חברה האבן אים געוואלט ממית'ן! הלמאי!
און דער אינגערמאן שטעלט אן א פנים ווי א תם, איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט, איך טאר נישט אזוי האלטן?
אלזא "אומזיסט" יקירי, יעדער מעג האלטן ווי אזוי ער וויל
די צדוקים און די קראים האבן געהאלטן אז משה רבינו איז געווען דער לעצטער מנהיג, און דערנאך איז גאנץ תורה שבע"פ אויסגעריסן.
זיי האבן אויך נישט געהאט קיין צייטונג וואס שרייבט פאר דעם דעת הקהל. נאר יעדער איינער האט שוקל במאזני שכלו, ווער איז יא ערליך, און ווער נישט.
זיי האבן אויך געהאט הכנעה פאר גדולי תורה, וואס דארפט איר מער ווי יוחנן כהן גדול...
די בני יואל און די זאליס האבן מקבל געווען וואס ר' יודל רז"ב האט געזאגט (כבודו במקומו מונח, אבער דעת בעה"ב), וחביריו (דער הולך לבג"ץ זריאל גליק, וואס האט געהאט די חוצפה צו זאגן פארן רבין, סיגעטער רב זייט מוותר אויף די רבנות, און ער איז געשטאנען ביי די רעבעצין ביז ר' יענקעלע מפשעווארסק האט אים געזאגט שטעל דיך צו).
און מיר תלמידי הברך משה ולהבחל"ח רבינו שליט"א האבן מקבל געווען וואס דער ראחובער רב ז"ל האט געזאגט (באקאנט דאס בריוו), וואס דער פאפא רב ז"ל האט געזאגט (שמעתי מפי ר' סענדער, שאמר, איך האב מורא איר זאלט נישט חרטה האבן אויב מען נעמט נישט אויף דעם סיגעטער רב) ואתם דער מנחת יצחק, עטרת יהושע, תולדות אהרן, ר"י מפשעווארסק, וואס אלע האבן גערעדט ביי די הכתרה און עס מחזק געווען.
דו שרייבסט:
ביי אונז איז נישט די פארטייאישע געפילן וואס זענען קובע, נאר ווער עס האלט זיך צום דרך המסורה, איז אנגענומען, און ווער עס איז משנה איז אפ געפרעגט. (איין קליינע דוגמא קען איך דיר געבן, וואס עס טוט זיך יעצט מיט תולדות אהרן, וואס אפגעזען וואס איך פערזענליך האלט, און וואס די אפיציעלע פארטיי קוועלער זאגן, עכ"ז איז דא א גרויס טייל פון אונזער עולם וואס איז ברוגז אויף אים, עס עקזיסטירט נישט ביי אונז קיינע פארטיאישע געפילן ואכמ"ל.)
יא יא, טיפיקל נטורי קרתא
דו שרייבסט: און אויב האט מען געזען אין תשנ"ט א שינוי לטובה, אז סאטמאר הייבט אן צוריק צו גיין אין די דירעקציע וואס רביה"ק זי'ע ותלמידיו האבן געוואלט, איז דער עולם צוריקגעקומען צו די קאמפאני.
אפשר לייגסטו אראפ וואסערע שינוי לטובה מען האט געזען תשנ"ט חוץ דאס אז מען האט מבזה געווען א רבן של ישראל קבל עולם ומלואו?
וועסטו וועלן זאגן דער סלאגאן "יעדער רב וועט קענען זאגן זיין מיינונג" עירוב יוכיח.
ווייטער שרייבסטו:
אבער ער גייט אינעם דרך התורה, די קהילה ווערט געפירט פון דיינים ומורי הוראות יושבים על מדין, לאנגיעריגע תלמידים וותיקים פון רביה"ק זי"ע, והולכים בדרכיו, און דאס איז דער גאנצער ציל און מהלך פון די קהילה, איז דער עולם מיט אים. נישטא ווער זאל לאכן
אז איך וועל האבן געדולד וועל איך בל"נ ממשיך זיין.
קראך היט, א מעדאל! דו זאגסט גוט
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2010 00:52 |
|
| |
נאך א גאר וויכטיגער פונקט מענין לענין, קיינער כאפט זיך נישט אז די בני יואל מיט די זאליס, זענען די מחלוקה גייציגע מענטשן, וזיי האבן אלס געהאלטן בשיטה אז מ'דארף לוחם זיין קעגן ר' אהרן לנצח נצחים, לשיטתם דארך מען דיסטרויען ר' אהרןען אויף אלע קאסטן, צו פאר תשנ"ט, צו נאך תשנ"ט, נו וויזוי פאר-א-שווארץ יאר קענסט קומען מיט א פאלשן פנים אז די ווילסט א נייע עפאכע פון שלום פון צוריקברענגן די אלטע חסידים, ווען אט די אלטע חסידים ווילן נישט טאן די זעלבע אין זיין בשלום מיט ר' אהרן, זיי ווילן נישט געבן דאס מינדעסטע הכרה אז זיי זענען געווען עטוואס אומגערעכט, עפעס א שטיקעלע פיוס צום ברך משה ברבים, עכ"פ למען השלום, וואספארא מין שלום איז דאס? אין לך לצנות גדולה מזו.
איך גאראנטיר דיר אז ביי צד מהר"א, עכ"פ איך פערזענליך זיכער, זענען כהיום לכל הפחות 60% גרייט צו זיין בשלום מיט די בני יואל, אויב זאל בני יואל גרייט זיין פארקערט צו רעספעקטירן ר' אהרן'ען און אויפהערן פירן א מלחמה קעגן איהם, ביי בני יואל ווייסעך נישט צו ס'דא אפי 1%
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2010 01:37 |
|
| |
איך האב עס שוין געשריבן כמה פעמים איך וועל עס נאך אמאל שרייבן
ביי די זאליס בני יואל איז נישט דא קיין באשאפער קיין תורה קיין שבת קיין שיטה הקדושה קיין קדושה ס'איז דא איין זאך עוקר צי זיין דעם רבי'ן אין אים עוקר צי זיין איז א מצוה צי טיען א יעדע עבירה שבעולם צי טרעטן אויף די תורה קיין אין ערכאות זיך מתחבר מיט די ציונים, רציחה שפיכות דמים הלבנת פנים חילול שבת, מוציא שם רע.
אין ווי מער א טאג ס'גייט דורך שטעלט זיך עס באשיינפערליך ארויס מיט וואספארא כת רשעים אין מגלה פנים בתורה שלא כהלכה מען האט צי טיען.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2010 01:43 |
|
| |
אומזיסט טייערער, איך מיין דו זאלסט מאכן אביסעלע ריסערטש פאר די נעמסטעך שרייבן היסטאריע,
אינטערסיר דיך וואס דער מנחת יצחק זי"ע ,אין דער עטרת ישועה זי"ע ,אין הרב דושינסקי זי"ע, אין דער סטראפקעווער רב זי"ע, אין דער קאשוי רב רבי שאול בראך זי"ע ,אין דער אין דער פאפע רב זי"ע ,אין דער וויענער רב זי"ע ,אין דער צעלעמער רב זי"ע ,אין דער רימניצער רבי זי"ע ,אין דער סקולענע רבי זי"ע האבן געזאגט אויפן ברך משה'ן זי"ע
אין איך האב פאר דיר נאך נייעס וואס די זאלסט מאכן ריסערטש וואס דער קאשויער רב זי"ע האט געזאגט שוין נאכן זיך ציקריגען מיט אים
פון דע אלע ערליכע אידן איז יא משמע אז דער ברך משה איז געווען עפעס העכערס
תוקן על ידי רינדעכיגער ב- 29/05/2010 01:44:49
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2010 01:51 |
|
| |
| קראך_היט כתב: |  | אויב דער מטרה פון די נייע תשנ"ט עפאכע וואלט טאקע בלויז געווען שלום, וואלט איך היינט געווען א הייסע זאלי, איך טרייב לגמרי נישט איבער, אין במציאות בין איך לכתחלה געווען באמת א זאלי, איך קען דיר גאראנטירן אז לכה"פ 50% וואס פארופן זיך היינט אהרונים וואלטן זיך אינגאנצן ציגעשטעלט צו ר' זלמן לייב אויב זיין מטרה וואלט געווען נישט מער ווי צוריק מאחד זיין אלטע סאטמארע אידן,
ווי נאר ס'האט זיך אנגהויבן צו ארויסשיילן אז די גאנצע מערכה איז אך ורק צו נקמה נעמען און באגראבן ר' אהרן און דעם ברך משה מיט זיינע אלטע חסידים, און האט קיין שום שמץ פון עפעס א אהבה צו די בני יואל אידן, בין איך מיט אלע חסידי הברך משה, אנטלאפן פון די גענגסטערס 10 טויזנט מייל.
ווען ר' זלמן לייב האט ווען אביסל שכל און הייבט נישט גראד אן מיטן ווילדן סלאגאן אז ער קומט צו פארעכטן זיין טאטענס חטאים, און ער גייט דא בין יום ללילה גראד ארויפזעצן בראש ההנהגה אלע שונאי ר' אהרן, און ארויסרודפן אלע לויאליסטן צום ברך משה ור' אהרן, ווען ער גייט אינצווישן, און זאגט אז די בני יואל זענען לעולם נישט געווען גערעכט און סאטמאר איז אויך נישט גערעכט מיטן זיי טעראריזרן, און ער וויל זיין גוט מיט יעדן סיי בני יואל און סיי ר' אהרן, בין איך זייער מסופק צו ר' אהרן וואלט היינט געווען א רבי. |
|
הוא הדבר אשר דיברתי, דו זאגסט דאך ממש וואס איך זאג. עס קומט אויס אז דיין נאמנות צום ברך משה און די בלינדע אמונה, וואס דו האסט געצייגט צו אים ביי אלע מיאוס'ע פרשיות וואס זענען פארגעקומען, איז נאר געווען אויף יענעמס חשבון. ר' אלחנן וואסערמאן זצוק"ל פלעגט זאגן אויף די אלע אידייען און איזמען למיניהם וואס זענען ערשינען אין זיין צייט חדשים לבקרים, אז ביי אידן איז מען אלס געווען גרייט אויף מסי"נפאר די תורה, און ביי די היינטיגע אינגווארג וואס זיי האבן אויפגעטוישט די אמונה בה' ובתורתו צו די פארשידענע פארטייען, זענען אויך גרייט אויף מסירת נפש. דער חילוק איז נאר איין זאך: אמאל האט מען מוסר געווען דעם אייגענעם נפש, היינט איז מען מוסר יענעמס נפש. די זעלבע קען געזאגט ווערן אויף דיר והדומין לך בזעיר אנפין. ווילאנג עס האט זיך געהאנדעלט וועגן באשעפער, אידישקייט, בין אדם לחבירו, ביסטו געבליבן נאמן צום ברך משה, איינמאל דו האסט אנגעהויבן צו פילן אום באקוועם,ביסטו אוועק געגאנגען. איך מיין אז עס איז א היבשער בושה פאר א מענטש צו זיין אזוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2010 02:43 |
|
| |
מיר האבן קיינמאל נישט איבערגעלאזט דעם ברך משה, מיר זענען געבליבן פעלזן טריי צום איהם עד זיבולא בתרייתא,
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 16:57 |
|
| |
אומזיסט! איך וועל רעדן אין דיין שפראך
ס'איז דאך באקאנט אז רביה"ק האט געפייערט ביי די נשא תורה אז "לדעתי טאר מען נישט גיין צום כותל ביז משיח קומט"
למעשה ווען מען האט געדרוקט דעם על הגאולה שטייט נאר "יש למנוע"
נו גיי מיר מאכן א מעשה
ווען ר' משולם גרינפעלד האט אריינגעברענגט די תורה פארן רבין, און דער רבי האט עס אדורכגעקוקט, האט ער עס כידוע אראפגעווארפן אויף דער ערד און געשריגן איך האב אזא דרשה קיינמאל נישט געזאגט, א איד רעדט נישט אזוי אויף שריד בית מקדשינו, און די "חסידים" האבן שטאטס איינצופאקן פאר בושות עס גענומען גאר פראקטיצירן... והדברים עתיקין
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2010 17:12 |
|
| |
אומזיסט וועט דיר העלפן די אלע לגיונות
דער רבי האט געהאלטן אז דאס איז קיום היהדות מוחה צו זיין קעגן די פורצי גדר
בשנת תשנ"ד ווען דער רבי האט געלאזט פאלן גאר שארפע ווערטער ביי די סקול דיסטריקט וואלן, איז באקאנט אז דער רבי האט א טאג שפעטער א גאנצן טאג געגעבן צדקה אז ס'זאל נישט שאטן פאר קיינעם, פארוואס, ווייל ער איז בטבע געווען א רך הלבב, דא איז אבער דער געדאנק נישט געווען איינעם צו שעלטן, דא איז געווען די געדאנק להפרד מאנשים החטאים האלה.
און געסט וואט, הגה"צ ר' ברוך מיללער שליט"א ראה"כ מבצר הכוללים (גענוג א ערליכער איד) איז געווען דער ערשטער יענעם זונטאג פארטאגס ארויסצושייגעצן מ. ט. וואס פלעגט צוגרייטן די קאווע
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|