די אהרוינים זענען נעבעך אויסגעחלישט פאר איטענטשאן וואס זאל געבען ליטימאציע פארן רופן זייער פירער אלס מנהיג היהדות החרדית, האבן זיי פארופן א פראטעסט אביסל צו שפעט.
זיי געבן אבער נישט אויף, די פאקט אז מען גראבט שוין נישט איז נישט גענוג אפצורופן זייער שפעט באשטעטיגטע הפגנה, שיקן זיי ארום זייערע בחורים צו קלעבן צעטלעך און האפן אז קיינער וועט זיך נישט דערוויסן אז די חפירות זענען שוין סיי ווי אפגעשטעלט און די גאנצע הפגנה איז נישט מער ווי מפגין זיין אז אהרן האט מענטשן.
די בחורים קלעבן אן צעטלעך אן קיין אחריות און מיט א זעלטענע ווילשאפט. איינע פון די פלעצער ווי די אהרוינישע חיות האבן אנגעקלעפט מיט צעטלעך איז אויף דיווישאן קארנער קליימער. די חיות האבן אנגעקלעבט סקעפאלד'ס וואס טראגן טאוולען פון געשעפטן. ווער עס האט מחנך געווען די בחורים מזיק צו זיין נכסים פון פריוואטע פירמעס און קלעבן צעטלעך אויף פריוואטע טאוולען פון געשעפטן קענט איר זיך פארשטעלן.
פאר די אהרוינים איז נישט גענוג איינצושלינגן זייערע אייגע בזיונות פון חיה'שע בחורישע ווערטשאפט. זיי זענען מהפך הקערה על פיה און באשולדיגן גאר די בעלי בתים פארן ארבעטן צוזאמען מיט די ציונים פארן עבירה פון אראפנעמען די פאלקאטן פון זייערע טאוולען.
די חיות האבן אנגעקלעבט
די בעלי בתים רייניגן אן די טאוולען