א שרעקליכע אומבארהערשבליכע דעמאראליזאציע און נידערגעשלאגנקייט האט אראפגענידערט אין ארוינישן לאגער, א שטורמישער אנדרלומסיא בא לעולם הארוינים, און ס'ממש הורגת טובים ורעים.
פארוואס? כ'על אייך זאגן דעם אמת, איך ווייס נישט, איךךךך ווייס נישט, ווייל איך כככ ווייס טאקע נישט! (עיין ערך קאקקאוי)
איך פארשטיי דאס אינגאנצן נישט. איך פלאג מיך אויף א לייטישע סיבה, און ווער ס'ווייסט, זאל ביטע מודיע זיין.
די גרעסטע קעפ דארט אין כה"כ האבן זיך צונויפגענומען און פון צופרי ביז ביינאכט שימפט מען און מ'ספינט; זיי פרובירן זיך איבערצושטייגן איינעם דעם צווייטן מיט גרעסערע ספינס און זשאוקס אויפ'ן חשבון פון דעם נעבעכדיגן הגז"ל וואס גייט ברענגען דריי אהאלב מענטשן צו די פראטעסט אין וואשינגטאן.
דער זאגט אז מ'האט עס שוין אינגאנצן אפגערופן, דער צווייטער זאגט אז מ'טאר נישט גיין, דער דריטער קראכט א זשאוק אז מ'גייט גיין אין מוזיאום, און ווידער דער פערטער ברעכט דעם שרעקליכן סוד אז די זאליס זענען פשוט'ע ציונים! יא אזויווי איר הערט; אלע חברי הבד"ץ שליט"א וואס שטעלן אן א פנים פון תלמידי רבינו, זענען טיף אין הארץ פראסטע ציונים און שודדי קברים, וועלכע טוען אלעס כדי די קברי קדמונינו זאלן ווייטער געגראבן ווערן אן אויפהער...
העי, פארוואס קענט עטץ נישט האלטן א סוד?
סאו, איין קושיא וויל איך אייך פרעגן ארוינימקלעך טייערע: פארוואס רעדט איר בכלל פון אזא אויסגעשפילטן מענטש? צי וואס זיך בכלל קימערן מיט אזא נארישע משוגעים-אנלויף? ער האט דאך גארנישט, ממש גארנישט! נישט קיין ישיבה, נישט קיין תלמוד תורה, נישט קיי כולל, גארניקס!. ער פארט נעבעך אליינס אין זיין קעדילעק אויף וואשינגטאן מיט שמילא קאמפאט און פיצי יאקאבאוויטש, און ער גייט שרייען, פערטיג. דאס איז די גאנצע פראטעסט.
כ'בעט אייך, כ'האב פשוט מורא פאר אייער געזונט. ס'קוקט אויס ווי איר גייט אלע כאפן הארץ-אטאקעס ל"ע. בארואיגט אייך און בארואיגט אייערע חברים אין ישיבה, וועלכע האבן נישט קיין צוטריט צום טריפה'נעם אינטערנעט (כ'גלייב נישט אז ס'דא אזאנס..) ס'גייט גארנישט זיין, און אלעס בלייבט ביים אלטן.