איך ווייס נישט אויב דער היינטיגע ציזאמענקופט איז געווען א סוקסעס (איך רעד נישט ביי די ארונים, ביי זיי איז געווען מיליאנען מענטשען) איך האב נאכנישט געזעהן קיין בילדער פונעם עולם, און איך ווייס נישט אויב איז עס געווען בלויז נאך א ציזאמענקופט ווי ר אהרן נעמט צוזאם זיינע אלע דריי טויזענט מענטשען אדער אויב איז אים דאס מאל געלינגען צום ערשטן מאל אויך צו שלעפן פון אנדערע קרייזן (באיאן...) אבער פון די ווילדע ריעאקציעס שוין פון נאכן פראטעסט געט א זייער שווארצע בליק אויף דעם פראטעסט, און שוין אין די ארונימס אויגן דא האט איר דער חסיד שוטה ראפאגאש שרייבט בתוך דבריו: די הולך לב''צניקעס, האבן נישט קיין שום פראבלעם, עובר צו זיין אויף די ארגטסע אסורים, אפי' ווען עס איז ביהרג ועל יעבר, ווען עס האנדעלט זיך, צו טשעפענען, און וויי טאן כ''ק רבינו שליט''א, די שנאה וואס זיי האבן צו כ''ק רבינו שליט''א, טרייבט זיי צו משוגעת, ממש לא יאומן כי יסופר,זיי וועלן ענדערש עסען טרייפענע פלייש, מיטן א''ג הכשר פון א יוד, וואס טרעט נישט אריין און בוטשער מיום כפורים זה, ביי כפרות שלאגן, עד יום הכפורים הבעל''ט, וואו איידער צו עסען א געהעריג שטיקל כשר פלייש, זיי וועלן גיין און ציוניסטישען בג''ץ, וואס לייגט זיך ניטאמאל אוין שכל אז איינער וואס ריפט זיך סאטמאר, זאל אפאציעל קלאגן א צווייטען יוד און בג''ץ הציוני רח''ל, ווייטער שרייבט ער: און איר דארפט פארשטיין, אז א מלחמה גייט א מאל גוט פאר איין צד, און א צווייטע מאל גוט פאר די אנדערע צד, איצט גייט גוט פאר די צד הקדושה, א אנדערע חכם שרייבט: מי יתן והיה, עז זאל שוין זיי תחית המתים, און רבינו הקוה''ט זי''ע וועט קקען די זאליבאנצעס און די אויגן, און זיי פארהאלטען אויף די אלע רשעות און רציחה, און הבערת הדת, וואס זיי האבן געטאן און זיין הייליג נאמען, או, או, וועט רבינו הקוה''ט זי''ע און זיי אריין פראקען, מיר זאלן עס נאר דערלעבן צו דערזען, אמן ואמן! ------יענקעלע11 שרייבט: כלל ישראל ווייסט אז רבינו הקדוש שליט''א איז דער אויסדריקלעכער רבן של ישראל, אזוי ווי רש''י זאגט ויקהל משה, נאספים על פי דיבורו, אלפים ורבבות אידן זענען זיך צוזאם געקומען, פארוואס זענען זיי געקומען?, נאספים על פי דיבורו, פונעם איתפשטותי דמשה בכל דרא ודרא, דער משה רבינו פון אינזער דור, האט געהייסן מען זאל קומען, און כלל ישראל זענען געקומען צו לויפן, אשרינו מה טוה חלקינו, ומה נעים גורלינו. די ביטערע קללות, די שרעקליכע שנאה, און אזוי אויך די זינלאזע רימערייען עכ"כ אז ער שרייבט שוין אויף רא"ט דער משה רבינו פון אונזער דור, זאגט אונז עפעס, און דער עפעס שמעקט ווי דורעכפאל
תוקן על ידי יואלי808 ב- 01/06/2010 05:04:19
 |
|
|