באזונדער איז אויך ערשינען א ספעציעלע מכתב קודש פון רבינו שליט"א.
איך האף עס צו באקומען ווי אמשנעלסטן.
נשלח ב-31/5/2010 06:35
נשלח ב-31/5/2010 06:38
תוקן על ידי FiveBoro ב- 31/05/2010 07:01:31
נשלח ב-31/5/2010 07:11
ווי א דינער אינמיטן א זונוגן טאג איז געפאלן דער קול קורא אויף די הארץ פון די זאליס. הלמאי, סאטמארער רבי פארופט א פראטעסט אן רשות פון איצא גליק, און די גדולי הדור האבן נאך די חוצפה צו שטיצן אזאנס?! אויף אזאנס האבן זיי זיך נישט געראכטן.
טאמער האב איך זיך אליינס פארגעשטעלט אז דאס וועט אזוי זיין, זעה איך דאס קלאר אויף זייער ווילדע (און כדאי מוסיך צו זיין: שרעקליך בעבישע) רעאקציע אין זייער קינדער פארום צו דעם קול קורא.
אצינד איז ערווארטעט אז מהיום והלאה וועט זייער פארום האבן נייע טיטלען און שפעט נעמען פאר ס'רוב פון די גדולי הדור. ווארט מיט שפאנונג.
נשלח ב-31/5/2010 07:24
איל וויל אבער קלארשטעלן אז איך גלייך גראדע "זייער נישט" דאס אריימשין די פאליטיקס ווען מ'רעדט פון די דעמאנסטראציעס, און אוודאי נישט אראפרייסן די דעמאנסטראציעס פונעם צווייטן צד. אפגעזעהן צו יענער טוט אונז בא'עוולה'ען מיט צעטלעך וכדו', ברויך מען האלטן דאס ערנסטקייט פון די זאך, און לאזן יעדן טאן פאר כבוד שמים, ווילאנג עס בארירט נישט אונז דירעקט.
דאס וואס איך האב דא געשריבן איז בלויז געווען אלס אן אנטווארט צו א שרייבער דארט, און איך קען באשטיין ס'זאל דא בלייבן..
נשלח ב-31/5/2010 08:12
זייער שטארקע רבנים
נשלח ב-31/5/2010 16:04
עס קומט זיך באמת קרעדיט פאר ר' אהרנ'ן, ער'ט באוויזן א זאך וואס דער רבי ז"ל האט נישט געקענט: ברענגען באיאן צו א פראטעסט...
(אין בנ"י געט מען זיך אין אזא מצב א פארקנייטש די נאז, און מיט די האנט אינעם ברייטן גארטל גיט מען א קרעכץ: אה, (מיטן רבי'נס נוסח) לא לחינם הלך וכו').
נשלח ב-31/5/2010 16:42
א גוט מארגן התאחדות האט זיך אויפגעוועקט...!
נאכדעם וואס ר' יצחק גליק וואז ער איז די התאחדות, די רבנים, בארה"ב, ווי אויך אין גאנץ קנאדא...
האט זיך דערזעהן אז עס איז דא קול קורא אן אים, און מען דארף נישט זיין קאמפיאטער צו מאכן קול קורא'ס.
נישט צו זיין חוזק אז עס איז דא א פארטעסט אן התאחדות, האט ער נעכטן ביינאכט שנעל געטייפט א צעטיל אין זיין קאמפיאטער און ארום געפעקסט צו אלע רבנים די התאחדות צעטיל, און געשיקט צו אלע צייטונגען, און איצט שוין זייט פארטאגס זיצט ער און התאחדות אפיס, און שיקט ארום די צעטיל ווי ער קען נאר.
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס לעיקוואדער ראש ישיבה שרייבט אינטער מ'זאל גיין צו א פראטעסט די YWN קוקט שוין באלד אויס ווי די זאלי ספינערס זיי גייען מיט די ציוניסטישע כפירה אין וואנט אריין