איך הער אז די פורצי גדר פין בני יואל וועלכע איז ג'אסרט דורך רביה''ק בעל ברך משה אין פין מנחת יצחק ובית דינו האבען געליטן א פרישע דורךפאל ווען די מחותנים פאלקאוויטש - שווארץ האבען געלאדענט רבינו שליט''א - דער מרא דאתרא אלס סידור קדושין כמעט קיינער פארלאזט זיך נישט אויף די לעכערליכע פאלטשע היתרים פין די מגלה פנים אין קיינער וויל נישט זיין די געווער ביום חפתו אפי' קעגן א שונא נאכדערצו אז ס'קען האבען א אפעקט אויף זיין גאנץ לעבן ה''י
די הוראה פינעם דיין וואס דער מיסד הקרי' האט געשעטלט אלס פוסק פין די קרי' קען קיינער נישט אפווענדן
איך בין נייגעריג אויב זיי גייען אוועק שיקען די חתונה אזווי ביי מייער אדער זיי גייען ספינען אזווי ביי סאקס
ווער עס ווייסט דעטאלען זאל ביטע שרייבן
נ''ב, דאס מיינט נאכנישט אז ס'קען נישט אינטערקומען פרישע פורצי גדר, עס וועט ליידער נישט זיין קיין נייעס נישט בימים ההם אין נישט בזמן הזה
כ'הער אז די רבי האט געשיקט מכבד זיין א זיידע מיט די סיד''ק ונזכה ונחי' ונראה
דערווייל נוטראלער גרייט אן גענוג פילן פאר די אין דיינע חברים
די האטס א שרעקליכע סענסטיווקייט אויב איינער וויל נישט זיין א פאליטיק שפיל ביום חפתו אין די נעמסט עס ווי א פרעזענליכע דורכפאל
נשלח ב-1/6/2010 19:58
די דעפרעסטע המנ'ס קענען שוין פארמאכן זייער גאנצער אולם. די נעבעכס האבן דערגרייכט א ציל. מען קען היינט חתונה מאכן אין די אלטע זאלן און די זיידעס באקומען כיבודים פון סידור קידושין.
נשלח ב-1/6/2010 21:40
נעכטן אינמיטן טאג האט ר' ברוך נחום (ב"ר שמשון) שווארץ נ"י אבי הכלה מכבד געווען דעם רבי'ן דער מרא דאתרא מיט סידור קידושין.
היינט אינדערפרי האט די רבי מכבד געווען די זיידע פון די כלה הרה"ח ר' שמשון שווארץ, מרבני ברסלב אין קרית יואל.
(און צו דיר לא_לנו, פרעג דיך נאך וועם די רבי האט מכבד געווען נעכטן ביי די 2 חתונות אין קרית יואל, ווען נישט די רבי און נישט דער דיין האבן געקענט גיין, צוליב'ן פראטעסט. ביי איין חתונה האט ער גאר מכבד געווען א זיידע א בני יואל'ער! און צו דעם האט אים קיינער נישט געצווינגען, נאר דאס איז געווען זיין סדר אלעמאל.)
נשלח ב-2/6/2010 00:15
אמיגא שרייבט אין קינדער פארום:
איך פארשטיי אייער סטראטעגיע, אבער כ'מוז אייך זאגן: ס'נאריש!