בית פורומים אידישע געדאנק

ארונים: נאך א חתונה אין בני יואל מיט רשות!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2010 18:31 לינק ישיר 

אמיגא כתב:
גערעכטער, דיינע ווארימע רייד זענען ווי באלזאם צו מיין נשמה...

אזא פרייליכע נאכט ווי נעכטן האב איך שוין לאנג נישט געהאט... און איצט מאכסטו מיר מיין טאג אויך.

איך ווייס נישט ווער ס'געווען דער ארכיטעקט פון דעם געלונגענעם שטיקל, אבער ווער ס'געווען זאל וויסן אז ס'געווען אזאנס און אזעלכעס!

איך האלט אז בעת ווען דער מחותן האט דיר געזאגט אז ער האט מכבד געווען "דיין רבי", האסטו אים אויך געדארפט ווארענען חד משמעית אז אין קעיס ער האלט נישט איין זיין פארשפרעכונג, דעמאלט וועסטו טאן דעם דראמאטישן שריט און פארלאזן דעם זאל..

לויט ווי איך הער איז אין די רגע וואס דו האסט פארלאזט דעם זאל אנטשטאנען א טרויער; מ'האט פארלאשן די מוזיק און צוריקגעטראגן די פלייש אין קיך, און דער עולם האט זיך געזעצט קלאגן אויף דער ערד.

וואס זאל איך דיר זאגן? אקס איינער! 


די בני המן מיינען אז מיר זענען אומפארגינער, מיר פארגינען אייך אזעלעכע שמחות מיטן גאנצן הארץ, עס איז נאר א יושר אז כאטש איימאל אין 10 יאר זאלט איר האבן א שטיקל שמחה, איר קענט נאך חלילה אויסגיין פאר טרויער און אפשר אפילו תשובה טון און ווערן אהרונים (חס מלהזכיר)...  נאך אזוי ביטערלעך פליען פונעם קרעטשמע, נאך אזויפיל קענסעלעישאנס אין ענקער נייעם פגום האל, נאך אזויפיל רבנים ודיינים וואס זאגן זיך אפ פון דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, אז דער טשאדער, שארמאשער און גז''ל שפילן א געים וואן פאר מי וואן פאר יא, איך הער אז דער שארמאשער שטייט שוין אין די ליין, און גז''ל גלייך נאך עם, על כל פנים, אבי מען זאגט אז איר פארלירט כסדר, דא האט איר א מעכטיגן געווינס, א געווינס וואס האט אפגעהילעכט מסוף העולם עד סופו, א כפרה מיט די קרעטשמע, א כפרה די געדינסטע צוויבל, א כפרה מיטן בית החיים, א כפרה מיט די מיליונען דאלאר פונעם סקול דיסטריקט, א כפרה מיטן מעיארשאפט, אבי מען האט געווינען אז דער שטאדעלע באדעלע האט מסדר קידושין געווען, וויאזוי ענדיגסטו? וואס זאל איך דיר זאגן? אקס איינער!    אפפס, האסט פארגעסן אז דו האסט געווינען? וואס ביסטו אזוי אין כעס? וואס שרייסטו אזוי הויעך אקס איינער, קענסט נישטו פלעין בניחותא "אקס איינער", וואס פעלט אויס די קולות?, מיר הערן זייער גיט אפילו ווען דו רעדסט נארמאל, נעבעך נעבעך, אז דאס מאכט אייך שוין העפי, זענט איר אין דיפ טראבל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2010 18:41 לינק ישיר 

לאז שוין ארויס די געדינסטע צוויבל ווייל איך האלט עס מער נישט אויס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 18:42 לינק ישיר 

איך גלייב דיר בנאמנות!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2010 18:49 לינק ישיר 

אוי אוי, אשר יגורנו בא. 


ווידערמאל האבן זיינע שוואכע נערוון געפלאצט.

איך בעט דיך בארואיג דיך אביסל, כאפ א דרימל, און ווען דו שפירסט זיך שוין ביכולת, פרוביר נאכאמאל איבערצושרייבן דיין פאראגראף אין א נארמאלן סדר, ווייל דער קאפ שווינדלט מיר פון דעם.

עצה טובה: טראכט קודם וואס דו ווילסט זאגן, און נאכדעם שרייב.
דאנקע שיין
אמיגא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 18:55 לינק ישיר 

די אהרונים לערנען יעצט פעסט די סוגי' פון שליח עושה שליח או אין שליח עושה שליח, ר' אהרן גייט געבן וואונדערבארע שיעורים אין דעם סוגי' און לויט דעם וועט מען וויסן צו די קידושין פון נעכטן נאכט איז פסול אבער נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 18:55 לינק ישיר 

די אהרונים לערנען יעצט פעסט די סוגי' פון שליח עושה שליח או אין שליח עושה שליח, ר' אהרן גייט געבן וואונדערבארע שיעורים אין דעם סוגי' און לויט דעם וועט מען וויסן צו די קידושין פון נעכטן נאכט איז פסול אבער נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 19:04 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2010 18:08 לינק ישיר 

גערעכטער, איך בין אין שאק אז די ביזט געגאנגען צו א זאל וואס דער בעל מנחת יצחק ובית דינו מיטן בעל ב"מ האבן געאסר'ט, קוק אין שפיגעל ס'קען גאר זיין אז ביסט קרעציג געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2010 18:14 לינק ישיר 

הייסטו אפשר אויף די לעצטע נאמען ל' מר' גרעכטער ווייל איך בין דארט געווען ביי די הייליגע חופה אין נאר דער ל' איז נעבעך אוועק געגנגען ווי א אבל אז די שרייבסט אז די בוסט אוועק געגנגן איז עס מיר אינטערסאנט אז די בוסט דער ל' ווייל דעס אז די זאלסט זאגן ליגענט דעס פאלט מיר נישט איין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2010 21:53 לינק ישיר 

ניין איך הייס נישט ל' און נאכאמאל, צעווישן 12 און 15 מענטשן (וואס איז מער ווי דער גז''ל האט ביי זיינע טישן א געווענדליכן שבת...)  וואס זענען שוין דארט געווען האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן און אוועק געגאנגען, און צעווישן 3- און 40 מענטשן וואס זענען געווען אנטערוועגענס זענען בכלל נישט געגאנגען, והדברים ידועים ביי די נאנטע משפחה, מען האט א פונקטליכן חשבון,  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2010 23:16 לינק ישיר 

איך בין דראט געווען אין 2 ל' די טאטע מיט די זין זענען אוועק געגנגען ווען מהאט אויסגעריפן טשאטה רב שליט"א דע וואס זענען געווען איטערוועגענס הער איך פין נאנטע משפחה איז געווען בערך 150-250 מענטשן וואס האבן זיך אויס געדרייט אין נישט געקימען והדברים ידועים ליודעי דבר

מיר איז נאר אינטעראסאנט ווער די בוסט די זין אדער מ' ל' אליין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2010 23:36 לינק ישיר 

איך האב דיר שוין געשריבן אז איך בין נישט טאטי ל' און נישט דער זון ל' אלזא, מאך א חשבון אז איך בין נישט ל' קען איך זיין אדער א' אדער ב',ג'ד'ה'ו'ז'ח'ט'י'כ'מ'נ'ס'ע'פ'צ'ק'ר'ש' אדער ת', זעסט, פון דעם מיין איך איז זייער גרינג אויסצוגעפינען ווער איך בין, ווייל ווער די ביסט איז כמעט אומעגליך צו דערגיין, ווייל דארט איז געווען לויטער אקס'ן, ,

על כל פנים, ווי געשריבן, אריבער א מנין אידן האבן ספאנטאן אפגעפיצט פון דארט, די בזיונות זענען געווען געוואלדיג, און די בני המן האבן געזען און זיך איבערגעצייגט אז די בני אהרן מיינען דאס אמת'דיג, און עטליכע וואס האבן שעפעקאלירט דארט חתונה מאכן האבן שוין געלאזט וויסן אז עס קומט נישט אין באטראכט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2010 01:32 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
ניין איך הייס נישט ל' און נאכאמאל, צעווישן 12 און 15 מענטשן ... האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן און אוועק געגאנגען, און צעווישן 3- און 40 מענטשן וואס זענען געווען אנטערוועגענס זענען בכלל נישט געגאנגען, והדברים ידועים ביי די נאנטע משפחה, מען האט א פונקטליכן חשבון,  


גאנץ א גוטע הערכה, צווישן 3 און 40? איז וואלט געזאגט צווישן 1 און 115,000 מאך עס מער דראמאטיש

און וועגן די בזיונות וועל איך דיך אויפקלערן א סוד: א בני יואל האט נישט קיין גרעסערן בזיון ווי דעם אז זיין קרוב איז א חלה דעקל, גוט האסטע געטוהן אז האסטעך אפגעטראגן מיט דע אלע טויזענטער וואס האבן געמאכט א איליגעל יו-טוירן אויפן טראוועי, האסט פארשפארט בזיונות פאר די מחותנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 03:00 לינק ישיר 

איך מוז ענק פארציילן א גוטע מעשה.
ס'איז דא א חשוב'ער איד פון בני יואל, וואס האט א שוואגער א אהרוני עקסטרעמיסט, ווען בני יואל האט זיך געעפנט האט ער אים אפגעטאן אויף "טערקיש" און אויפגעהערט צו גיין צו זיינע שמחות.
אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז תשנ"ט זומער, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז געווארן רב אין וויליאמסבורג.
דעמאלט איז ער צוגעקומען צום בני יואל שוואגער, און איינגעמאלדן אז די סיבה פארוואס ער איז ביז יעצט נישט געקומען איז געווען ווייל "משה גבאי" האט אים געהעצט... און מהיום והלאה איז טעראריזם געענדיגט, נישטא אזא זאך אז וועגן פאליטיק גייט מען נישט צו א געשוויסטערס חתונה.
איבעריגע צו זאגן איז יעצט האט ער שוין איינגעמאלדן פאר'ן שוואגער אז ער גייט נישט קומען צו זיין קינדס חתונה, וואס וועט פארקומען בשטומ"צ אין עטרת מאיר צבי!

דער בני יואל שוואגער פארשטייט אים, און באפרייט אים פון קומען צו די שמחה, אבער ער האט אים געפרעגט בדרך צחות, "צו ער האט שוין שלום געמאכט מיט "משה גבאי"?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 05:13 לינק ישיר 

דער גערעכטער מיט אלע זיינע קאלעגן ספינערס אויף היידפארק אינדעם פארום כאפן זיך נישט אז דע אלע רומאר'ס אין קלאנגען וואס ווערט ברייט געדעקט אינע שכינותדיגן קינדערגארטן פארום איז שווער צופארקויפן פאר די ציוויליזירטע וועלט,
לאמיר אביסל אנאלעזירן די גאנצע רשות סידור קידושין היפנאסיעס,
 די נייעס ווערט "געבראכן" ווען יונה אדער זיינע אנדער שמות הנרדפים מעלדט אז ער האט "געהערט" אז דער אבי הכלה האט געלאדענט דעם שומר הברית אלץ סידור קידושין,
מער ווי דעם פעלט נישט אויס יעדער קלעימד וויקאטארי, בני יואל קען פארשפארען דער זאהל ס'יז דערנאך, טאמער איינער האט ספיקות אין די מעשה איז א לוזער, מקלאפט זיך אין בויך,
די מעשה אבער האט נישט געהאט אזא העפי ענדינג ווי לעצטע מאהל ווייל דאסמאהל האט יונה געמיינט אז ר"ש שווארטץ גייט זיין מסד"ק (לעצטע מאהל האבן זיי געוויסט אז סאקס גייט זיין) סא האט זיך די מעשה ג'ענדיקט  אז מוועט מאכען אן אסיפה צו אריינשרייבן אין פנקס,
לאמיר לאזן דערווייל די גאוני ארץ דן זיין איבער דעם ענין, יונה וועט שוין ברעכן די נייעס, דערווייל לאמיר זיך אריינלייגןען אין די שטעק-שיך פון א חלה דעקל,
א חלה דעקל האט נישט קיין פראבלעם, נישט צופארשטיין אז אויב די מחותנים ווילן אזוי שטארק דעם שומר הברית'ן רשות פארוואס מאכן נישט חתונה אין א זאהל וואזיי שטייען נישט אויס קיין "טעראר" פון בני יואל, א שטייגער אולם עקשטיין, פערעדייס, מאנסי? פארוואס האט ער געבאקט א חתונה און א זאהל וואס איז געבויעט מיט תקנה אז דער שומר הברית ושליחיו קענען נישט זיין מסדר קידושין, הא?
די מחותנים פון ביידע חתונות וואס יונה פרובירט יעצט צו היפאנטעזירן אז זיי האבן געפרעגט רשות, האבן שוין חתונה געמאכט מערערע קינדער בליע"ה, זיי האבן עס ספעציעל אוועקגעטראגן מיילן ווייט פון קר"י, אבי זיי זאלן נישט דארפון אנערקענען אינעם שוה"ב אלס רב אין קר"י, יעצט וויל יונה אז מיר דארפן גלייבן אז פלוצים האבן זיי באשלאסן צו פרעגן רשות דוקא אינעם חצופדיגן זאל. אבער ווי געזאגט ווי מעג מען פרעגן שאלות אויף יונה

שפעטער קלערט מען אויף די טישטוכער אז סוכ"ס דער בעל מגן ושריון שליט"א (וואס - נישט פארגעסן - דע רעבע זעכראוינע ליווראאכע האט געשטעלט - אמונה טפילה לשיטתם) ער האט באוויזן צו ברעכן די מחותנים, איר הערט גוט??? ווייל בטבע האבן זיי אלעמאהל זיך געבויגן צו זיין פסק, א שטייגער דער איסור אויף בני יואל, היתר אויפן פאבליק סקול, קאטשקעס, העלמעט ועוד.
די ענדינג איז נאככמער אינטערעסאנט - די מחותן האט נישט געקענט ביישטיין די טעראר פון בני יואל במילא האט ער געלאזט די נארוינים קטנ'ען אינמיטען די חופה און עובר געווען אויפן דיין וואס דערעבע זעכראונע וגומר... קאמענטארן זענען איבעריג
דער ספין איז נאכנישט פיניש, גערעכטער טוט פראקלעמירן אזפאקטיש זענען די דעקלעך די געווינערס, ווייל סיז געווען געפערליכע בושות... הערט וואס, אז די היפאנטעזירטע טישטיכער האבן זיך אויפגעוועקט צום ריאלעטעט שטייעדיגערהייט אינמיטן א חופה ארומגענומען מיט עכטע מענטשן, און האבן געמוזט זיך אפגאפלען מיט די שטריימעלעך אין די שאפפינג בעגס, צום שמייכל פון די פארזאמעלטע, זיי פארשטייען גאר אז, בושות - איז געווען פאר די הונדערטער פרייליכע צושויער פון א היפענאסיס שאו,
גערעכטער - דיין פעטער\קאזין\שוואגער וואס האט חתונה געמאכט (איך ווייס נישט ווי אלט די ביזט, צווישן 15 - און 70, א סאך מאהל שרייבסטע זאכען וואס די געדענקסט פון רויזעלעס פרשה 60 יאר צוריק, אסאך מאהל שרייבסטע ווי א דריי יעריגס) בקיצור דיין בנ"י קרוב האט זיך אינגאנצן נישט גערעכנט מיט "בזיונות" פון דיר, ווען ער האט אריין געשטעלט זיינע קינדער אין בנ"י ווען האסטעם דעליווערט טעגליך שטיינער מיט אייער, און נישט ווען ביסט נישט געגאנגען צו זיינע קינדערס חתונות די לעצטע צוואנציג יאר, און אויך נישט אז די  האסט זיך ארויסגעשלייכט פונעם חופה. ווי ערווענט ס'איז איהם א גרויס כבוד, (פישער יבוא יומך מ'וועט דיך בלעמען אויף דעם, וואטש אוט)
קיינער שרייט נישט הויעך "אקס איינער" מען זאגט עס בניחותא מיט א רחמנותדיגע שמייכל,
 נעבעך וואן פאר מי וואן פאר יא, ווי די זאגסט -  איז אין פערעדייס, וואס 30 יאר האט אדער דער שוה"ב אדער דער מגן ושריון געקענט מסד"ק זיין, מחותנים פלעגן זיך בעטן אז מען זאל לאזן א זיידן א קרוב, א שטייגער רק ד"מ מייזעלס האט זך געבעטן אז זיין ברודער ר נתן יוסף זאל מעגן זיין מסד"ק דער ענטפער איז געווען נעגעטיוו, ב"ה סיז דא היינט א זאל "אין" קרית יואל, (נישט גלילות נאר טאקע לשיטתכם אין שטעטל) וואס פראקלאמירט הויעך מיר איינערקענען נישט די אטאריטעט פונעם שומר הברית און נישט פון זיין גב' סשא, און נישט פון זיינע פעיראלל באמטע, דא דיקטירט די תורה און א יעדער רב נישט דוקא שאדעלע באדעלע -  קען זיין מסדר קידושין, אפילו מער ווי איינמאהל, סויפאר איז כמעט ביי יעדע חתונה געווען אן אנדער מסדר, אבער מען לייגט נישט קיין געוויכט אז ס'מיז זיין לשם הפארטיי יעדער מאהל אן אנדערער, מען געבט די טשאוס פארן מחותן, ער פלעגט נעמען דעם רב אין מאנסי ביז היינט מיז ער נישט נעמען א צווייטן יעצט ווייל זיין קרוב גערעכטער גייט זאגן טשאדעלע באדעלע, וואן פאר מי וכו'
אקס איינער - מיט א שמייכל :-)


תוקן על ידי zibala ב- 04/06/2010 05:31:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ארונים: נאך א חתונה אין בני יואל מיט רשות!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.