א ענטפער אויף די קשיא (די אשכול איז פארשפארט)
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2794494&forum_id=16386
זייער ריכטיג געפרעגט אבער שתי תשובות בדבר
1) דא איז געווען 45 טויזענט אזוי ווי ס'איז געווען 150 טויזענט ווען רבינו הברך משה איז געווען אין א"י תשנ"ד, איינער פון די גבאים פון משכנות הרועים רבי האבן געזאגט אז אין א"י וואלט מען אויף אזא ציבור געשריבן 100 טויזענט. ביי א פרטעסט פאר 15 יאר צוריק ווען ס'איז געווען בערך צוויי גאסן ווייניגער אפגעשפארט, האט מען געזאגט אז ס'איז געווען 25 טויזענט. זאת ועוד, די אפיציעלע פאליצייאישע שאצונג אויף א גאס איז 10 טויזענט מענטשן (פרעג פארוואס אבער דאס איז במציאות)
2) לו יהא אז די אלע אויבנדערמאנטע איז אירעלעווענט, איז פארשטענדליך אויב קענען מיר אנדרייען אז די וועלט פרעסע זאל שרייבן דעם נומער איז א געוואלדיגע פאטש פאר די ציונים ווואס פאררופן זיך די פארטרעטער פון די אידן (און פאר די זאליס וואס רופן זיך די פארטרעטער פון די שיטה און פון רבין ז"ל).