בית פורומים אידישע געדאנק

ויהי אחרי המבול: אנאליז אויפן פראטעסט היינט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2010 07:09 לינק ישיר 
ויהי אחרי המבול: אנאליז אויפן פראטעסט היינט

די פון פאראויס געשאצטע 45 טויזענט אהרונים געפונען זיך שוין צוריק אין זייערע היימען, דער פריש געווארענער שר צבא ר' אהרן, איז שוין אויף וועג צוריק קיין קרית יואל, און די לופט אויף די גאס ווערט שוין אביסל אויסגעקלארט.
 
מ'האט שוין געוויזן פאר די וועלט ווי שטארק און מעכטיג מ'איז, אזש אז מ'קען צוזאמברענגן טויזענטער אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק מיט א רייכע גאלעריע פון רבנים פון דעם ספינקער רבי ר' אביש, וועלכער איז א געשוואוירענער ידיד פאר ר' אהרן, און איז ערנסט גענומען געווארן אין באטראכט צו דינען אלס עדות נאך די פטירה פון ברך משה זי"ע אז ער האט געוואלט ר' אהרן פאר ממלא מקום; נאר פשוט צוליבן הרוצה לשקר ירחיק האט מען גענומען דעם חכם הארזים פון מאנטשעסטער. ביזן גאב"ד קאלסבורג, וועלכער האט זיך שוין מיט יארן צוריק אויך באטייליגט ביי א אהרונישע פראטעסט, נאר דאן האבן דאס ר' אהרן'ס בחורים אראנדזשירט קעגן אים זעלבסט.
 
מ'האט איינגעהאנדלט א קול קורא וואס האט אויפגעציטערט דאס לאנד ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה. מ'האט אפילו זוכה געווען אז ר' מלכיאל קאטלער האט נאך עספיעט מכחיש צו זיין אז זיין חתימה איז א בלויזע שמואל ווידער גניבה אקציע. און דערצו האבן רוב פון די אונטערגעשריבענע רבנים נישט געפונען פאר וויכטיג זיך צו באטייליגן ביי דעם פראטעסט.
 
אבער, דא קומט דער גרויסער אבער, דער דורכפאל איז אומבאשרייבליך! אייגענטליך וואס זאג איך אומבאשרייבליך?! עס איז קלאר יא באשרייבליך. נעמליך מ'גייט ארויסנעמען ווידעראמאל די באגאץ וואפן פון שאפע... לערנט אייך שוין אויס, ווען דער נושא הבאגאץ איז אויפן טיש זענען די אהרונים אויף גרויסע צרות עיין ערך פערמיט אויף די נייע שוהל.
 
הכלל נחזור לפראטעסט, דער שאקירענדער דורכפאל האט זיך שוין אנגעהויבן היינט צופרי ווען עס איז געקומען די נייעס איבער וואס עס קאכט זיך אין ארץ ישראל. די התאחדות הרבנים האט אין א דרינגענדע אסיפה באשלאסן אז איצט איז נישט די צייט צו ארויסגיין פראטעסטירן און האבן אפגערופן דעם מארגענדיגן פראטעסט אין וואשינגטאן. די רבנים האבן זיך געוואנדן צו ר' אהרן אז ער זאל אויך אפטרעטן פון זיין פראטעסט, אבער ר' אהרן בלייבט ר' אהרן, און ער האט גלייך פארשטאנען ברוב חכמתו אז די רבנים פארגינען אים פשוט נישט אז ער גייט האבן אזא סוקסעספול פראטעסט און צוליב דעם ווילן זיי ער זאל אפטרעטן, און דער בעבי האט אפגעווארפן די רבנים אז ער איז געקומען צו די החלטה אז ער גייט יא. דאס ווארפט א שטיקל ליכט פארוואס פון די אלע אונטערגעשריבענע רבנים האבן זיך בלויז די פעיראל דיינים באוויזן, און אה! פאר איך פארגעס אויך א פאפא באס איז געווען אויף די צענע.
 
א פרישע פאנטשער וואס האט זיך געשאפן היינט איז געווען די חתימה פון ר' מליכאל קאטלער ראש ישיבת בית המדרש גבוה, וועלכער איז לשיטת שמואל ווידער א געשוואוירענע מעריץ ומוקיר פון דעם וועלט בארימטן גאון ושקדן ר' אהרן טייטלבוים. ר' מלכיאל האט באקומען שטארקע פרעשור פון די אגודה קרייזן, וואו ער ווערט גערעכנט פאר איינע פון די פירער, אז ער זאל צוריקצוען פון זיין חתימה, ר' מלכיאל'ס אנטווארט איז געווען אז ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן פאר דעם פראטעסט, ער האט געשריבן אז עס איז דא א חובת מחאה אויף יעדן איד מוחה צו זיין אויף די חיטוטי שכבי וואס די ציונים ימ"ש פירן אצינד אדורך אין ארץ ישראל און גארנישט מער. די אגודה האט אבער גע'טענה'ט אז למעשה ווערט זיין בריוו גענוצט דורך די אהרונים פאר זייער פראטעסט אין מאנהעטן, אלזא זאל ער אנרופן ר' אהרן און בעטן ער זאל אפלייגן דעם פראטעסט אויף א צווייט מאל, אזוי ווי די התאחדות הרבנים האט געטוהן. פארשטייט זיך אז ר' מלכיאל האט פון ר' אהרן מער גארנישט געקענט ארויסרוקן, זיין חתימה איז שוין געווען פארשפרייט, די אהרונים זענען שוין געווען העפי, און ר' מלכיאל האט פארזוכט מיט א שעפ לעפל דעם טעם פון זיין א חבר טוב מיט ר' אהרן טייטלבוים.
 
דער פראטעסט גופא, איז ווי שוין דערמאנט געווען שטאטס ליצנות, די פאליציי שאצונג האט געזאגט אויף 35 טויזענט באטייליגטע מיט 2 יאנקעלע גליק'ס. ר' אהרן אליינס האט פארלוירן די מוט צו רעדן, ער איז געבליבן מיט די דרשה אין בויך, צום גרויס ווייטאג פון אלטוועטליכן אידענטום וואס האט אזוי ארויסגעקוקט אז ר' אהרן זאל זיך פריש נעמען רעדן ווי אין די גוטע צייטן, אבער ר' אהרן איז געבליבן זיצן בלאזענדיג ווי א בעבי, און דער קנעפל עפענונגס אקציע איז נישט צושטאנד געקומען.
 
דערווייל זענען נאך קיין פיקטשער'ס פון דעם גרויסארטיגן פראטעסט נישט נתפרסם געווארן, א זאך וואס ביי די אהרונים נעמט געווענדליך פינעף מינוט פון ווען א מאורע קומט פאר ביז ווילאנג די בילדער ליגן שוין ביי יעדן אידישן נייעס אגענטור איבער די גארער וועלט. און דאס זאגט גאר אסאך איבער דעם שטארקן סוקסעס וואס זיי האבן אפגעהאלטן היינט.
 
וואס דער בא'חנ'טער ר' אהרן כאפט אבער נישט איז אז, אקוראט דאס איז דער עונש פארן ארויסהאקן פון קאפ פון זיינע אקסן אז די חובת מחאה אנטקעגן די ציונים באלאנגט נאר פאר זיין קליינע ברודער דער עם הארץ, און נישט פאר אים גרויסע תלמוד חכם; ער קען נישט אין זיי אריינגארען אז ס'אסור צו גיין פראטעסטירן מיט די התאחדות הרבנים אנטקעגן די מדינה בלויז ווייל זיי האבן אים נישט אויפגענומען פאר נשיא, און אין א צייט שפעטער ווען זיין פאליטיק שפיל פארלאנגט אז ער מוז יא אהערשטעלן א פראטעסט זיי זאגן אז יא, יעצט איז דער צייט וואס מ'דארף די ציונים ווייזן, מ'קען נישט מיט בלויזע צעטליך אין די גאס איבערדרייען דעם געדאנקען גאנג פון די מיליאנען אקסן אז יעצט דארף מען יא גיין פראטעסטירן, נאכדערצו אז זיי האבן נישט געהערט א דרשה פונעם פי האתון זעלבטס, וועלכער איז באקאנט מיט זיין כאריזמע, און דאס וואלט אולי יא צוזאמגעברענגט די מאסן היינט. עס גייט נישט אזוי.
 
היינט מיט 11 יאר צוריק איז געווען זיין גרויסע נפילה, ח"י סיון תשנ"ט, אבער ר' אהרן איז געבליבן דער זעלבער! ער האט זיך נאך גארנישט געלערנט זינט דאן, אנגעהויבן פון זיך אומגיין מיט רבנים און גענדיגט ביים פארבלייבן דער גרויסער בעבי. כה לחי!
 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 07:25 לינק ישיר 

 באלאנד 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 16:26 לינק ישיר 
50 טויזענט אידן וויינען און הירצקא צוויבעל לאכט

50 טויזענט אידן וויינגער איין פערזאן וויינען און קלאגן אויף חילול הקברים בארה"ק, ביים זאגן די תפילה פון ר' חיים פאלאג'י, דורך הרב יעקב חנון פון ירושלים, אבער הירצקא צוויבעל זיצט און לאכט פון ר' יעקב חנון

http://www.youtube.com/watch?v=lWMP07UeyVE

קוקט פון 1:12

 
קרעדיט: YUCHW



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2010 17:43 לינק ישיר 

באלאנד, גרעיט זשאב! מתוק מדבש. האסט מיר אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. דער דורכפאל איז ווירקליך "אומבאשרייבליך"!!


עס האט נאך נישט פאסירט אין די היסטאריע פון די ראטן נישט צו פארעפנטליכן בילדער אין די מינוט דער מעמד הייבט זיך אן.
ועתה אהה, איין בילד פון ר' אבישל הגדול מ'ספינקא און דער צווייטער בילד פון..... לאכט נישט... וואו מ'זעט פאפא באסעס ביים מעמד הנורא.

דער קעפל ברויך ליבערשט זיין "ויהי אחרי המגיפה"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 18:49 לינק ישיר 

ביטע נישט איבערלייגן אין מער ווי איין אשכול די זעלבע תגובה.
 
המהדרין.

תוקן על ידי המהדרין ב- 01/06/2010 19:01:19




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2010 19:03 לינק ישיר 

ווייסט איינער ווען עס גייט זיין די לוויה פון דע דרייסיג טויזענט קדושים גייט זיין ?


אדער ווער האט ארויסגעריסען די דרייסיג טויזענט מענטשן פון די תש"ע אנשי שלומינו ליסטע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 19:45 לינק ישיר 

מבול, מגיפה, וואס רעדט איר דא שטותים? וועמען ווילט איר פארקויפן לאקשן איבער 'אומבאשרייבליכע' דורכפעלער?


גייט נאר אריבער זעהן די געפילן פון דעם שוטה 'היראים', וואס זייט תשנ"ט האט ער נאכנישט געשפירט אזא התעוררות... ווייל עס זעהט אים אויס אז די אלע זאליביציאנעס זענען קיינמאל נישט געווען ביי פראטעסטן... 

כאפט אריין צו לאכן פון אים איידער ער האט בר מצוה און קומט אביסל לכלל דעת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 19:52 לינק ישיר 

לא לנו גראדע האב איך געהערט אז כסיל הערש ווערצבערגער האט זיך אויסגעדריקט מיט טרערן אין די אויגן אז זייט קראלי איז נאך נישט געווען התעררות ביי א פראטעסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 20:18 לינק ישיר 

א געלונגענער מאמר אין "בחדרי חרדים" פון א פרעמדער איד וואס האט בייגעוואוינט דעם פראטעסט




על מי אתם עובדים?

רחוק אני מסאטמאר ואין לי כל ענין במחלוקת הפנימית, מבחינתי אהרוני וזאלוני אותו דבר, ובכל זאת לא אוכל להבליג כשאני רואה אשכול כזה

הייתי אתמול בקבוצת דיון במנהטן שם אני מופיע מדי פעם, הוזמנתי לדבר, היה זה יום הזכרון הלאומי של אמריקה ומתאים לכינוס של הקבוצה העוסקת בעיקר ב'מחשבה' דנה בנושאים שעל סדר היום, וכאשר סיימנו הייתי לא רחוק מן המקום אמר לי חבר שהצטרף אלי בא נעשה סיבוב נראה מהי עוצמת סאטמאר, הוא משוכנע היה כי הפעם האהרונים ירצו להוכיח כח הם בודאי יביאו את המקסימום, הוא שאל אותי כמה אתה חושב יהיו שם, אמרתי לו חמשת אלפים לפחות, אני מכיר את סאטמאר הם אוהבים להגזים וכאשר באים אלף כותבים עשרת אלפים ואם יש אלפיים כותבים חמישים אלף ובכל זאת כמה אלפים יש להם, בנוסף, יש לקחת בחשבון שלהפגנה כזו יבואו גם מי שאינם סאטמארים בטוח הייתי כי אני הולך להפגנה שיהיו בה מינימום חמשת אלפים.

החבר אומר לי חמשת אלפים זה כלום, הוא משוכנע כי יהיו לפחות עשרת אלפים, ולאחר כמה דקות היינו שם

הייתי המום ולא האמנתי למראה עיני, לא רציתי להאמין שזה כל הכח האהרוני, לא היה כביש אחד ויחיד סגור, התנועה זרמה כרגיל, עמדו בצידי המדרכות, טיילנו בין הציבור ולא היתה כל בעיה, לא היה צפוף כלל, הסתכלתי על הבמה חיפשתי ביקשתי לראות מי הם הרבנים הגדולים שבאו וכמעט נפלתי לא יכולתי למצוא שם את המינימום שמשוכנע הייתי שיהיו שם.

אם לא הייתי רואה זאת בעיניי לא הייתי מאמין למי שהיו אומרים שכך היה, בקושי את הרב ראטה מצד אחד של האדמו"ר ר' אהרן, מן הצד השני הגיס והבן, ראיתי שם את הדיין של האהרונים בקרית יואל הרב ברקוביץ, ואחד מעשרות האדמורי"ם לבית ספינקא ועוד שניים שלשה בלתי מוכרים

חיפשתי את הרבנים האוהבים ששמם יהיה חתום על המודעות המתנוססות ברחובות ולא מצאתי אותם

לא הייתי ממתין אלא חוזר מיד לברוקלין, אבל אמרו לי כי הנה הנה ר' אהרן ידבר אז חיכינו והוא איכזב ולא דיבר

חזרנו משם המומים לא האמננו שזה כל מה שהם מסוגלים להביא, בעיניי הכח האהרוני ירד כל כך ודוקא מפני שראיתי, לולא ראיתי, הייתי נשבע שהם מסוגלים לפי חמש לפחות

שקר הוא כי הציבור התפרש על פני 9 רחובות, בקושי רחוב אחד, בפינה השניה מצאנו את מי שביקשו להסתכל על מה שאסור ולא אוסיף

למען הפרינציפ ניסינו לספור כמה אנשים יש שם, לא הצלחנו להגיע לאלף, אולי היו עוד 44 אלף צדיקים נסתרים כאלו שאינם נראים, אבל את מי שרואים בעיניים בקושי אלף הביאו בחורים שטיילו עם ארגזי מתים, היה זה בזבוז מפני שביום הזכרון מנהטן שוממת לא היה מי שיראה זאת, לא היתה כל בעיה של חניה.

אגב, חלק גדול מן הציבור היה שם מפני שהיתה הסעה, לולא היתה הסעה חלק מהם לפחות לא הייתם רואים שם

עוד הערה, הביאו לשם הרבה בחורים ומי מתיר זאת, אם אינכם יודעים אז נספר לכם כי מנהטן בקיץ נראית כמו בחוף הים הלבוש כל כך פרוץ שה' ישמור, למבוגרים אסור להסתובב שם ולצעירים על אחת כמה, ולא היה זה פלא מה שראינו מה עושים בחורים בבלוק אחד משם

הרושם שלי הוא, כי האהרונים הזיקו לעצמם, בהפגנה הזו הם שירתו את הזאלונים שעשו בחכמה גדולה כשביטלו את הפגנתם, כל הפגנה היום בוושינגטון היתה מתקנת את הנזק של האהרונים, ככה הם ייאלצו לאכול את המכה בעצמם

בשביל שיהיה ברור אני יביע את עמדתי בנושא, דעתי, כי היה זה טעות מלכתחילה לעשות הפגנה במצבה של ישראל במיוחד כשהערבים תוקפים עתה את ישראל ומבקשים לכלותה, אם מנהיגי האהרונים היו חכמים הם היו צריכים לעצור זאת בנימוק הזה ולדחות את ההפגנה לזמן אחר

לעצם הענין, אני נגד החפירות ביפו, אבל שאלה קשה מטרידה אותי מדוע נזכרו עתה, היכן הם היו לפני פרשת אשקלון, ביפו לא התחילו לחפור בשבוע שעבר, ולולא מה שקרה באשקלון איש לא היה מפריע להם





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 21:29 לינק ישיר 

פארוואס ווען מען באדאנקט זיך אויף ענגליש און אויף אידיש שאקלט זיך דער ראט ווי א שוטה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 21:32 לינק ישיר 

לא_לנו כתב:
מבול, מגיפה, וואס רעדט איר דא שטותים? וועמען ווילט איר פארקויפן לאקשן איבער 'אומבאשרייבליכע' דורכפעלער?

גייט נאר אריבער זעהן די געפילן פון דעם שוטה 'היראים', וואס זייט תשנ"ט האט ער נאכנישט געשפירט אזא התעוררות... ווייל עס זעהט אים אויס אז די אלע זאליביציאנעס זענען קיינמאל נישט געווען ביי פראטעסטן... 

כאפט אריין צו לאכן פון אים איידער ער האט בר מצוה און קומט אביסל לכלל דעת.

 
זעהט אויס אז דו בוסט ניי דא, איך דענק נאך היראים אין זיין פאריגען גלגול אונטערן נאמען rebyankel, וואס דאן האט ער אויך געשריבן אזאנע געהויבענע שטותים ווי ביז יעצט און נאך מער.
 
איך וועל דיר זאגן נאכמער, ווען עס איז פארגעקומען די שפאניע פראטעסט האט ער געהאט ענליכע הרגשים ווי יעצט... בעבי חלה דעקל נעבעך!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-1/6/2010 21:34 לינק ישיר 

פריש כתב:
פארוואס ווען מען באדאנקט זיך אויף ענגליש און אויף אידיש שאקלט זיך דער ראט ווי א שוטה?

 
אויך באמערקט, און זיך געווארפן פאר געלעכטער. מערקט אויך וויאזוי דער דרייט זיך אויס יעדע פאר סעקונדעס א נערוועזער זעהן וואס א גרויסע עולם ער האט צוזאמגעברענגט...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-1/6/2010 22:15 לינק ישיר 

ערנסט גערעהט. פאר וואס האט טאקע האדמו"ר מהר"א נישט מצליח געווען צו ברענגען א גרויסן עולם צום פראטעסט? בפרט א טאג וואס אסאך ארבעטן נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 22:15 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
ביזן גאב"ד קאלסבורג, וועלכער האט זיך שוין מיט יארן צוריק אויך באטייליגט ביי א אהרונישע פראטעסט, נאר דאן האבן דאס ר' אהרן'ס בחורים אראנדזשירט קעגן אים זעלבסט. 
 

דא האט איר די ערשטע פראטעסט אינאיינעם מיט הגה"צ גאב"ד קאלסבורג,
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 22:19 לינק ישיר 

דער ערשטער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן דעם ברך משה זי"ע מיטן אסר'ן דעם סקול דיסטריקט, ער איז היינט פון די גוטע פריינד ביים סורר ומורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2010 22:20 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ויהי אחרי המבול: אנאליז אויפן פראטעסט היינט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext