ווי באקאנט זענען נעכטן פארגעקומען צענדליגער מאסן דעמאנסטראציעס קעגן מדינת ישראל איבער די גאנצע וועלט קעגן מדינת ישראל, וועגן דעם פיראטישע אטאקע קעגן די הומאניטארישע שיף קיין עזה. הונדערטער טויזנטער אראבער איבער די וועלט האבן פראטעסטירט קעגן די מדינה.
דאס איז די דעמאנסטראציע ביים ציוניסטישן קאנסול אין לאנדאן.
אויף די רעכטע זייט קען מען זען א נטורי קרתא סיין.
נשלח ב-1/6/2010 17:35
אזוי ווי בי דיי אהרונים איז אלעס געבויט אויף שקר און ביליגע פראפעגאנדע, קען מען הערן אויף כיכר א דרשה פון זייער פראטעסט, ווי איין רעדנער שרייט אויס "אין נאמען פון די אידן וואס זענען זיך צוזאמען געקומען היינט אין קאנאדא אין לאנדאן!" דאס איז א שקר גס פארקערט אין קאנאדא איז געווען געפלאנט א מחאה אין אטאווא קעגן נתניהו, און נתניהו איז דארט געווען, און דאך האט מען עס געקענסלט כדי נישט צו גיין מיט די אראבער! (נטורי קרתא איז יא געגאנגען)
אין לאנדאן קען איר זען אויבן דעם בילד. די נטורי קרתא דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן גראבן קברי, זיי פארלאנגען נאר אז מען זאל העלפן די פאלעסטינער.
נשלח ב-1/6/2010 17:39
מאסן דעמאנסטראציע אין ניו יארק פון פאלעסטינער (די זעלבע צייט ווי די אהרונים)
נשלח ב-1/6/2010 17:40
ביי די רעכטע זייט קען מען זען די נטורי קרתא
נשלח ב-1/6/2010 17:43
די אידן אין קאנאדא (פראטעסט קעגן ביבי אין טאראנטא)
נשלח ב-1/6/2010 17:49
מאסן דעמאנסטראציע אין אטאווא ביים קאנאדישן פארלאמענט, בשעת ביבי איז דארט געווען דורך פאלעסטינער!
אויף דעם פלאץ האבן חרד'ישע אידן פון מאנטריאל געדארפט מאכן א דעמאנסטראציע און מען האט עס געקענסלט
נשלח ב-1/6/2010 17:53
מאסן דעמאנסטראציע אין טוירקיי
נשלח ב-1/6/2010 17:56
מאסן דעמאנסטראציע אין עגיפטן
נשלח ב-1/6/2010 17:57
אין וואשינגטאן ביים ווייסן הויז
נשלח ב-1/6/2010 18:05
נשלח ב-1/6/2010 18:29
מען מעלדט די נייעס אז די ארונישע פראטעסט אין מאנהעטן איז קעגן די אטאקע אויף די שיפן! קוקט צום סוף
פאליצייט גרייט אן די דעמאנסטראציע ביי די ציוניסטישע אמבאסאדער אין אסלאו
נשלח ב-1/6/2010 23:05
א גוטן טאג, איר האט געמאכט א געוואלדיגן ארבעט, און דאס באפעסטיגט נאר די דעת תורה פון די התאחדות הרבנים אז מ'האט נישט געטארט גיין פראטעסטירן היינט און נעכטן קעגן די מדינה.
נשלח ב-1/6/2010 23:09
דאס עצם פראטעסטירן קעגן די מדינה דורך שומרי תורה ומצות איז א מצוה רבה, מען דארף אבער האבן שכל עס זאל נישט זיין קיין יצא שכרו בהפסדו, אין די צייט וואס יעדער ציוניסטישער אמבאסאדאר איבער די וועלט רופט אריין דעם משרד החוץ אז עס איז קומען פאר העפטיגע דעמאנסטראציעס קעגן זיי, איז בכלל נישט אין פלאץ אין אזא צייט צו דעמאנסטרירן, קיינער דערהערט נישט דעם מעסעדזש, און עס שוואכט נאר אפ דעם כח פון יהדות החרדית.