ס'קען זיין אז די מדינה שמירט זיי אונטער אדער ווייל זיי האבן אנדערע גרויסע נייעס פון א"י צו באריכטן
נשלח ב-2/6/2010 00:30
NEW YORK, USA: Orthodox Jewish demonstrators protest against the government of Israel outside the Israeli mission to the United Nations, in New York, May 31, 2010. Protestors claim the government run by Israel’s Prime Minister Benjamin Netanyahu is desecrating grave sites by allowing construction atop an ancient cemetery in the coastal town of Ashkelon.
נאר וועגן חיטוטי שכבי שטייט דא.
נשלח ב-2/6/2010 00:43
דו שרייבסט נישט פון וואו דאס קומט
נשלח ב-2/6/2010 00:49
די מדינה פלעגט אונטערשמירן די מידיא ווען דער איד פלעגט פארקויפן 40,000 קאפיס א וואך און אין ארמארי כ"א כסלו פלעגט מען אנגרייטן 10,000 בענקלעך און ביי יעדע דעמאנסטראציע זענען ארויסגעקומען צווישן 25,000 און 35,000 מענטשן, און 125,000 מענטשן זענען ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם ברך משה אין דעם לעכל פון ככר השבת, און סאטמאר האט געהאט א האלב מיליאן מעמבערס אין די וועלט.
היינט צוטאגס איז דער עולם מער רעאליסטיש און מען לעבט מער נישט אין פאנטאזיע וועלט.
די מידיא באריכטעט נישט איבער דעם פראטעסט ווייל ס'איז נישט קיין נייעס אין מאנהעטען וואו ס'קומען יעדן טאג פאר פראטעסטן. די סאטמארע פראטעסטן זענען בכלל זייער באורינג. רוב רעדנערס רעדן אין א שפראך וואס די מידיא פארשטייט נישט, טייל עולם זיצט און אנדערע שרייען אביסל פוי - זאכן וואס מען זעט נישט ביי קיין נארמאלע פראטעסט. בקיצור ס'איז נישטא קיין שום עקשאן אז ס'זאל ציען איינעמ'ס אינטערעסע.
אגב, אויב איינער ווייסט א נאמבער פון עמיצן אין די מידיא וועמען מען קען רופן צו אפפערן געלט אז זיי זאלן נישט שרייבן קעגן די מדינה זאל ער עס ביטע מעלדן פאר דעם פי אר אפיס פון דעם פריים מיניסטער אין מדינת ישראל. זיי זוכן גאר נויטיג אזא מענטש. דאכט זיך אז חוץ פאקס ניוס איז נישטא קיין איין אמעריקאנער מידיע סטאנציע אדער צייטונג וואס האט ליב מדינת ישראל.
נשלח ב-2/6/2010 00:54
נעכטן פרעגט מיר עמיצער, וויאזוי קען מען מאכן אז די מידיא זאל באשרייבן דעם פראטעסט אבער גוט.
מיין אנטווארט איז געווען:
דו האסט עטליכע אפציעס, קלויב זיך אויס וועלכע דו ווילסט, וועסט ווארשיינליך אנקומען אין סענטראל בוקינג, אבער העדליינס וועט זיין איבעראל !
1) כאפ אראפ א היטל פון א פאליסמאן, און שיס עס אוועק און נעם זיך אנטלויפן. מ'וועט דיר נאכלויפן און דו וועסט דיך אויסמישן מיט די אנדערע פראטעסטירער.
2) לייג זיך אראפ אויף די גאדער, און שטעל אפ דעם טראפיק אויף די 2'טע עוועניו!
3) גיי אריבער די גאס צו די זייט פון די איזראעליש קאנסטולאט, און ברעך אויס א פענסטער !
אזוי ווי דער צו וועמען איך האב גערעדט האט נישט געהאלטן ביים טאן קיין איינס פון די 3 זאכן, און אזוי אויך האט קיינער דאס נישט געוואלט טאן, האט די מידיא נישט געפונען פאר וויכטיג פארוואס צו באריכטן דעם פראטעסט.
נשלח ב-2/6/2010 01:11
דערפאר טאקע האט די התאחדות הרבנים באשלאסן אז דאסמאל ווען דער פרעימער מיניסטער האט געזאלט זיין אין וואישנגטאן אמעריקע'ס הויפט שטאט, זאל דער ציבור ארויספארן אהין צו א מאסן דעמאנסטראצע וואס וואלט זיכער פיל מער געצויגן די מידיא אינטערעסן און עס וואלט געהאט א הילכיגע וועלטס אפקלאנג.
נשלח ב-2/6/2010 01:15
ס'האט גארנישט צו טוהן מיט ליב האבן די מדינה ואדרבה אויב יעדער חוץ פאקס האט זיי נישט ליב וואלטן זיי דאך עס געדארפט באשרייבן ווייל עס באשמוצט דאך די מדינה אז מ'פראטעסטירט א קעגן איר
נישט אזוי זיסקייט?
נשלח ב-2/6/2010 01:21
לא לנו.
מאך משוגע א צווייטן. התאחדות האט נישט געמאכט קיין שום הפגנה די לעצטע 10 יאר. ס'איז ארונישע מערכה' פירער און זאלונישע פירער.
די זאלונים האבן דאסמאל געכאפט א געזונטן פליק פון די ארונים און די זאליס האבן געמוזט מאכן א בואו בשלום.
קיין איין אסיפה איז נישט געווען אין סאכעס. קיין איינס, איז ווערט געמאכט דורך מיילעך שטערן, יצחק גרינפעלד און מיכאל ברילל.
זיי מיר מוחל, אבער איך טרעף נישט קיין איין גוט-ווארט אין דיינע 10 שורות.
אנטשולדיגט.
נשלח ב-2/6/2010 08:53
די לעצטע 20 יאר האט די מידיא כמעט קיינמאל נישט באריכטעט די פראטעסטן וועלכע קומען פאר קעגן די מדינה. ס'איז שוין היינט נישט קיין נייעס, און קיין סענזאציע. אזויווי זיסקייט האט געזאגט, נטורי קרתא איז סענזאציע באקומען זיי מידיא אטענשאן, און דאס איז די הויפט סיבה פארוואס זיי טוען עס, אבער למעשה טוען זיי נאר פארדארבן ווי רביה"ק זי"ע האט געווארנט.
ליידער האט די ציוניסטישע לאבי א מורא'דיגן כח אין די מידיא, און אונז האמיר ווייט נישט דעם קאנטער-באלאנס וואס די אראבער האבן צוביסלעך אויפגעבויט אין די מידיא צו ענטפערן די ציוניסטישע אטאקעס קעגן זיי.
ס'איז יתכן אז אויב סאטמאר וואלט געווען פאראייניגט, און די מלחמה קעגן ציונות וואלט געווען וויכטיגער ווי די אינערליכע געפעכטן, אז מ'וואלט שוין געקענט האבן געטראפן א וועג צו באלאנסירן זייער כח אין די מידיא, אבער ביזדערווייל זענען מיר כננס בפני הענק.
ס'איז ברור כשמש אז ווען די זאליס מאכן ווען זייער פראטעסט אין מאנהעטן וואלט עס פונקט אזוי נישט געווען באריכטעט, עי' ערך פראטעסט פון התאחדות הרבנים פיר יאר צוריק. יתכן אז דער וואשינגטאן פראטעסט וואלט יא עפעס אויסגעמאכט, ווייל דארט איז מען שוין נישט געווען באלד 30 יאר, און יתכן אז אפאר הונדערט ראבייס אויף פענסילוועניע עוועניו וואלט געווען א בייז וואונדער. יתכן.
איך האב נאר געטראפן איין לינק וואו ס'איז געווען באריכטעט:
Orthodox Jewish demonstrators protest against the government of Israel outside the Israeli mission to the United Nations, in New York, May 31, 2010. Protestors claim the government run by Israel's Prime Minister Benjamin Netanyahu is desecrating grave sites by allowing construction atop an ancient cemetery in the coastal town of Ashkelon
Across 42nd Street from the freelance anti-Israel demonstrators and across the avenue from the mission, on the Northwest corner of the intersection, a protest of a few thousand Orthodox Jewish men in broad-brimmed black-hats and long black coats demonstrated against the "desecration" of graves in Israel.
They were protesting against a relocation of ancient graves in southern city of Ashkelon to make way for construction of a hospital emergency room. The demonstrators believe the graves are Jewish bones that should not be moved.
The demonstration prepared more than a week in advance, a police offer told Xinhua, was complete with mammoth video screen and a booming sound system that relayed speakers' remarks for four blocks up Second Avenue, where hundreds of the demonstrators lined the west side of the avenue.
Across 42nd Street from the freelance anti-Israel demonstrators and across the avenue from the mission, on the Northwest corner of the intersection, a protest of a few thousand Orthodox Jewish men in broad-brimmed black-hats and long black coats demonstrated against the "desecration" of graves in Israel.
They were protesting against a relocation of ancient graves in southern city of Ashkelon to make way for construction of a hospital emergency room. The demonstrators believe the graves are Jewish bones that should not be moved.
The demonstration prepared more than a week in advance, a police offer told Xinhua, was complete with mammoth video screen and a booming sound system that relayed speakers' remarks for four blocks up Second Avenue, where hundreds of the demonstrators lined the west side of the avenue.
True Torah Jews sponsored the demonstration, highlighted by a phalanx of young men in traditional garb topped by sack cloth, carrying empty, black-draped, simulated coffins and chanting in Hebrew.
Orthodox Jewish demonstrators protest against the government of Israel outside the Israeli mission to the United Nations, in New York
* * *
תוקן על ידי FiveBoro ב- 02/06/2010 17:43:15
נשלח ב-2/6/2010 21:59
יעצט געהערט אויף קול סאטמאר צוויי צוויי איינס פון די הויפט מעניו ווי יוסף לייב יאקאב און נאך איינער פון די עסקנים זאגן אז ס'האט געהאט א שטארקן אפקלאנג ווי אויך רעדט ער דארט ארום וועגן שעת מלחמה