מען פרעגט מיך צו איך ווייס די נעמען פון חתן-כלה. די חתן הייסט י...ה, די כלה הייסט ר..ה
נשלח ב-2/6/2010 19:57
א בני יואל, ווען די רבי זי"ע איז געווען מרא דאתרא אין קראלי האסטו אויך געפרעגט אזוינע קליינע קשיות אנגפאקט פיל מיט ליצנות. ווען געוויסע יונגאטשען וואלטען ווען פורץ געווען קדושתן של ישראל אין געמאכט סידור קידושן אן רשות, הא? אדער טאקע וואלסטו אויך געמאכט לצינות פון אלעם הייליגען ווי ענקער טרויריג בארימטע שטייגער ווער ווייסט! זאג נאר א בני יואלער די הלכות האבען זיך חלילה געטוישט אין די לעצטע 100 יאר ח"ו. ניטערטרעכטיגע משכיל שעם דיך! מיר אידען וועלען בלייבען געטריי פאר תורת משה אין נישט משנה זיין קיין קוצו של יוד פונעם הייליגען שלחון ערוך, אונז וועלין זיך ח"ו נישט אפשרעקן פון די משכילישע אויספלאנירטע ליצנות קאמפיין, אנטקעגן די דיינים. אין די מעגסט שוין איינזען אז די מערכה אנטקעגן די גרויליגע הפקירות איז א פאקט אין וועט נאר ווערען שטערקער איןשטערקער אפי' די בעלי תאווה וואלטען זיך געווינטשען אז ס'זאל אנגיין נאר דריי גאנצע טעג.
נשלח ב-2/6/2010 20:14
נאכאמאל איבער זאגן די בלאט דעס ווייס איך אויך איך רעדט פין א דיין אדער א אנדערע תורהדיגע מענטש זאל זאגן די ווערטער וואס די זאגסט ווייל פארקערט ווי די שרייבסט איז דא 8 דיינים אין רבנים וואס זאגן אזוי אבער אז סאיז דא די מינדעסטע פראבלעם מיט די קדושין דעס איז נישט דא לויט מיין וויסען אז די ווייסט זאג מיר
נשלח ב-2/6/2010 21:28
ר' געציל איז דיר נישט גענוג
נשלח ב-2/6/2010 22:40
אפשר ברעגסטו מיר ר' געציל זאגט עס אז די קדושין איז א פראבלעם יא ער זאגט אז נאר ענקער מרא דאתרה מעג אבער אזאנע זאכן ווי א פסולדיגע קדושין האב איך נאך נישט געהערט פין עם אין פין קיין איינעם חוץ ווי דערמאנט אפאר בלאט שרייבערס אין לאקס פין קהל'ס אפיס שרייבט עס אויך אין זיין בריוו פינקט פארקערט ר' געציל זאגט פאר יעדעם אז ער האט נישט געזאגט אין ער האלט נישט אזוי
נשלח ב-2/6/2010 22:48
ער זאגט אז מ'דארף איבערמאכן די קידושין מיינט דאס אז ס'איז געווען כשר?
נשלח ב-2/6/2010 23:07
בני יואלער, דו האסט א בני יואלע קאפ?
אויב שטייט אין די תורה לא תרצח, וואס מיינט עס? אז לכתחילה טאר מען נישט, אבער בדיעבד אויב וועגן פאליטיק האט מען געמוזט, איז עס א כשר'ע רציחה... שטימט?...
והא לך לשון רבינו בעל דבר"י זי"ע: והזוג לא ידורו יחד עד אשר יעשו קידושין מחדש ע"י בי"ד כנ"ל, ואם לא יצייתו בוודאי יתחרטו.
פארוואס האט עטץ נישט קיין איין דיין וואס זאגט ווי דיר אז דא רעדט מען פין דעם ווייל אין בריוו פין רבי'ן ז"ל רעדט מען אינגאנצן נישט פין אזא זאך אפי' פין א זאך וואס קיקט אויס ענדליך צי דא ווי אכט דיינים אין רבנים האבן טאקע געפאסקענט
נשלח ב-3/6/2010 19:58
א גוט מארגן אייך א בני יואל. האסט אפשר א גריס צו אונז פון חוני המעגל?
הער אויס, פארגאנגענעם ווינטער, אין א זונטאג טאג, איז פארגעקומען אן אסיפת הרבנים אין שטוב פון הגה"צ קרית יואל'ער דיין שליט"א וואו מען האט דן געווען אויף די נושא, און עס איז ארויסגעקומען קלאר בלי שום צד אחר אז די אלע דינים זענען דא פאראן.
תיכף דערנאך איז פארגעקומען דער אסיפה רבתי אין ביהמ"ד הגדול וואו דער דיין שליט"א האט אויפגעטרעטן און איבערגעגעבן די דעת תורה, און אויך נאכגעזאגט עטליכע לשונות פון די פריערדיגע ספרים און פונעם מכתב פון רבי'ן ז"ל, און דערויף האט ער אויסגעפירט אז נאכן מעיין זיין אין פוסקים וראשונים איז "קלאר" אז דא איז אויך אזוי דער דין, און דא אין די שטאט און אזוי אויך רינגס און ארום די גלילות איז אסור צו מסדר קידושין זיין אן רשות פונעם מרא דאתרא.
==================
צום נושא האשכול: איך האב געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט מיטן מחותן שווארץ, און ער האט נאכגעזאגט אזוי ווי מחלל_קידושין האט געשריבן, אז ער האט געלאדנט מהר"א צו די סידור קידושין, און מהר"א האט דאס פארטרויעט פארן זיידן ר' שמשון, און הערשט ביים אנקומען אין זאל האבן אים די זאל-אייגנטומער איינגעמאלדן אז זיי האבן שון געלאדנט א מסדר קידושין! מאיר יודא טענענבוים.
דער מחותן האט זיך געבעטן ווי א קינד צו זיי, ער האט זיך געבעטן אז זיין טאטע איז נישט קיין ארוני און פארוואס זאל ער נישט קענען זיין, זיי האבן אים אבער קלאר געשטעלט אז ס'איז נישטא פון וואס צו רעדן.
די אינטערסאנטסטע איז, אז ער זאגט אז די פאשקעווילן האבן אויף אים היבש געווירקט, ווייל ער האט נישט קיין כח דערצו, "אבער", די עיקר וואס אים קוועטשט איז די הלכה'דיגע חלק!
נשלח ב-3/6/2010 20:18
די אסיפה ביים דיין ר' געציל איז איין זאך אבער וואס מהאט דארט געזאגט איז א צווייטע זאך אפשר ווייסטו טאקע פארוואס גראד נאך די אסיפה ביים דיין אינדערהיים ווי אלע דיינים אין ראשי הקהילה זענען דארט געווען האט נישט קיינער געזאגט די ווערטער אז די קדושין האט די מינדעסטע פראבלעם פארוואס זאל נישט קיינער פין די דיינים זאגן וואס מהאט דארט גערעדט נאר נאר אפאר ניקי נעמען אויף הייד פארק אין אין דער בלאט אין דער לאקס פין קהל'ס אפיס דע זאלן זאגן וואס מהאט דארט גערעדט אין אפגעמאכט
אין די צייט וואס ר' געציל האלט אין איין זאגן פאר מענטשן אז ער האלט נישט אזוי אז די קדושין די מינדעסטע פראבלעם
נשלח ב-4/6/2010 06:54
א_בני_יואל כתב:
פארוואס גראד נאך די אסיפה ביים דיין אינדערהיים ווי אלע דיינים אין ראשי הקהילה זענען דארט געווען האט נישט קיינער געזאגט די ווערטער אז די קדושין האט די מינדעסטע פראבלעם פארוואס זאל נישט קיינער פין די דיינים זאגן וואס מהאט דארט גערעדט
איך מיין אז ס'איז נישט די ערשטע מאל אין דיין לעבן וואס דו רעדסט פאר דו ווייסט.
די קומענדיגע מאל פאר דו שרייבסט פרעג איבער דיין פאטער.
דא האסטו א חלק פון די דרשה פון הגה"צ רבי בנציון לאוב שליט"א ביים אסיפה (גענומען פונעם פי די עף פון קונטרס חומה בצורה):
<*>
פאר מיר זענען אהערגעקומען דא אין ביהמ"ד, האט דער דיין זאל זיין געזונט צוזאמגערופן דא די אלע פארזאמעלטע רבנים, צוזאמגערופן אן אסיפה ביי זיך אין שטוב, דער דיין האט געזאגט אז ער פילט פאר וויכטיג איבערצוגעבן פארשידענע נקודות, איך וועל נישט מאריך זיין אין אלע פרטים, מען איז דורכגעגאנגען, ס'ווייסט יעדער איינער, ס'איז געווען א מורא'דיגער מכשול וואס ס'איז געשעהן דא אין דעם שטאט. מען האט דן געווען די חלק הלכה, מען האט דן געווען די חלק ווי גרויס די שטאט איז, וואס ס'באלאנגט אלץ פאר קרית יואל און ווי ווייט ס'גייט, און מען האט אויסגעשמוסט דעם חלק וואס דאס מיינט מאכן א סידור קידושין אן די רשות פון דעם מרא דאתרא. דאס איז קלאר געווען ביי יעדען, ברור כשמלה, אז ס'איז נישט שייך צו זאגן, אז מען גייט ארויס א גאס פון שטעטל, צען גאסן ארויס פון שטעטל, ס'באלאנגט אלעס פאר קרית יואל, ס'איז נישט שייך צו מאכן א סידור קידושין אן די מרא דאתרא.
.....
איך וויל נאר איבערגעבן, ס'האט מיר איבערגעגעבן דער ראש הכולל פון ווילאמסבורג, הרב ר' נפתלי הירצקא צוויבל ער זיצט דא, ס'איז אים אויסגעקומען אמאל צו רעדן מיט'ן רבי'ן ז"ל דער ברך משה בנוגע דעם נושא פון סידור קידושין אין קרית יואל. האט דער רבי דעמאלט געזאגט, מען האט דן געווען
האט מען דן געווען אז כידוע איז דא א גרויסע שאלה אין די פוסקים בדיעבד,
טאמער האט מען מסדר קידושין געווען אין א שטאט אן די רשות פון די מרא דאתרא וואס די הלכה איז. ס'איז דא פוסקים וואס האלטן אז מען דארף נאכאמאל איבערמאכן די קידושין, אזוי פסק'עט דער שואל ומשיב אין חלק ג' סימן רל"ט, קידושין איז בטלין, די קידושין איז בטל. אנדערע פוסקים דער מהרש"ם אין חלק א' סימן ק"ס האלט דער מהרש"ם אז בדיעבד איז די קידושין יא א קידושין.
למעשה די מנהג איז געווען, וויאזוי מען זעהט אין פארשידענע מקומות, אין שטעטלך אינדערהיים, ס'האט זיך געמאכט אזעלכע שאלות, און מען האט איבערגעמאכט די קידושין, אזוי ווי ס'איז באקאנט, דעמאלט האט מען נאך נישט געוואוסט די בריוו פונעם רבי'ן זי"ע, ס'איז געדרוקט אין אגרות מהרי"ט, ווי דער רבי שרייבט בנוגע אזא שאלה, שרייבט דער רבי אז מען זאל איבערמאכן די קידושין, דער רבי האט געזאגט זייער שארף אז מען זאל איבערמאכן דעם קידושין. מען וועט באלד הערן פונ'ם דיין. אין שו"ת לבושי מרדכי, מהדורא תנינא סי' נ', זאגט דער לבושי מרדכי אז אפילו לויט'ן מהרש"ם אז די קידושין איז כשר בדיעבד, זאגט דער לבושי מרדכי אז טאמער די תקנה פון קהל איז געווען אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין, און די תקנה איז געווען אז אויב יא איז די קידושין פסול, איז משמע פון לבושי מרדכי אז דער מהרש"ם איז אויך מודה אז די קידושין איז פסול בדיעבד, מען קען אריינקוקן אין לבושי מרדכי מהדורא תנינא סי' נ'. ער שרייבט מיט א שארפקייט, אז אויב די תקנה איז נאכנישט געווען אויף דעם אופן זאל מען זיך צוזאמנעמען און מאכן די תקנה אויף דעם אופן כדי ס'זאל נישט צוקומען צו קיין מכשול, און ס'זאל זיך נישט טרעפן קיין פורץ גדר, וואס זאל וועלן עובר זיין אויף די תקנה און מאכן סידור קידושין אן די רשות פון דעם מרא דאתרא. מען האט דן געווען דעמאלט וויאזוי די תקנה דא (אין קרית יואל) איז געווען, צו ס'איז בדיעבד, ווי ווייט ס'איז געגאנגען די תקנה. דאס איז געווען די איינציגסטע מאל וואס מען האט גערעדט פון דעם, די שארפקייט וואס דער רבי האט געהאט איז בנוגע די שאלה פון בדיעבד, אבער אן דעם חלק פון בדיעבד, מען קוקט אריין אין די לשונות פון די ישועות יעקב,
*>
נשלח ב-4/6/2010 11:05
יעצט געהערט גאר קראנט ביידע מחותנים האבן געוואלט אז דער שליח פון מהר"א ר' שמשון זאל מסדר קידושין זיין נאר די בני יואלע האבן אים געזאגט אז אויב מ'נעמט נישט ר' מאיר יודא שפארט מען צו די קאך איך פרוביר צו פארשטיין זייער סטראטעגיע דא ביי סאקס -וואס ס'איז געווען היפש פארשטענדליך אז ער האט געבעטן רשות- האבן זיי געלייקנט שטיין און ביין עיין בפורום אידישע געדאנק נו קענען זיי דאך דא אויך לייקענען און דא וועט מען עס ענדערש גלייבן ווייל ר' שמשון געהערט מער צו די בני יואלע צו וואס האט אויסגעפעלט צו באליידיגן ר' שמשון און די גאנצע שווארץ משפחה און אויך דערלייגן זיי אז אסאך מענטשן וואס האבן שוין אנגעהויבן טראכטן פון פארדינען ביידע וועלטן דהיינו אריבערגיין ווייזן די כתובה און זיך ארויסלאזן פון שאלות בהלכה און פאשקעווילן און פון די אנדערע זייט געפעלן פאר די בני יואלע וואס לייגן דרוק אויף יעדן וואס מאכט חתונה איינער ווייסט א ענטפער דערויף? איך טראכט בדרך אפשר אז ס'קען זיין אז מ'קען דאך נישט איינרעדן דעם עולם לאקשן ווייל דער עולם פילט וואס דער אמת איז אדער פשוט ווי רש"י זאגט שוין השנאה מקלקלת השורה
נשלח ב-4/6/2010 16:05
נאכאמאל ברענג עפעס פין יעצט נישט ברענג ווי זיי זאגן נאך די בריוו פין רבין ז"ל אין לייגן עס אראפ גיט ברענג עפעס ווי זיי זאגן אז די קדושין אין די גלילות פין ק"י אן רשות פין ענקער מרא דאתרה האט די מינדעסטע פראבלעם פארוואס זאגן זיי נישט ארויס א פסק קלאר פארוואס דארפן זיי זיך פארלאזן אויף אפאר אינטערנעט שרייבערס אדער בלאט שרייבערס אין דעם חכם לאקס פין ענקער קיט"ל ק"י אפיס ער ענקער דיין ר' בן ציון לאוב דערציילט זייער שיין די מעשה וואס סאיז געווען דעמאלטץ ביים רבי'ן וואס סהאט נישט קיין שום שייכות צי אינזער יעצטיגע מציאות
נשלח ב-4/6/2010 19:35
איך גלייב אז דו קענסט שוין רעכענען.
וויפיל באטרעפט 1 + 1 ?
נשלח ב-4/6/2010 20:54
די געמיטער ביי די זאליס, מיט די שווערע סוגיא פון זייער דורכגעפאלענע זאל, איז אין א שרעקליכע צומישעניש:
------------------------- ווינטער האבן זיי געוויסט קראנט אז אויף זומער איז שוין דא אריבער 20 דעיט'ס.
-------------------------
פאר שבועות איז אנטדעקט געווארן אז דעם גאנצן זומער איז דא דארט נישט מער ווי: 4 חתונות.
-------------------------
די ערשטע פון די 4, ר' א"ל מאיער, באשליסט מכבד צו זיין דעם רבין דער מרא דאתרא מיט סידו"ק. (דאן איז די נייעס געדעקט געווארן דורך נישט קיין אנדערע ווי די זאליס אליינס, זעה דא[באמערקט דארט זייער צומישעניש וועם ער האט מכבד געווען, דעם דיין אדער דעם רבין] ). זענען געקומען אנדערע זאלי'ס און געשריגן אז מ'טאר נישט אריינלאזן דעם שלאנג, איז געקומען דער דריטער און געזאגט אז די מעשה הייבט זיך נישט אן, איז צוריקגעקומען דער ערשטער און ווייטער פארפירט "לאמיר זעהן ער זאל עס אננעמען!".
למעשה, האט די רבי עס אנגענומען, און... זיי האבן אים פארשיקט קיין מאנסי!! (קאמענטארן זענען איבריג. נישט פארגעסן די ציהל פונעם זאל: דעמאקראטיע...)
-------------------------
ווייטער, קוים ביים ערשטן חתונה פונעם זומער, איז דער מחותן געווען אן ערליכער, און האט 2 טעג פאר די חתונה מכבד געווען רבינו שליט"א. די רבי האט מכבד געווען א שליח, הגרש"ד סאקס שליט"א, ברודער פונעם מחותן. פארשטייט זיך די זאליס זענען געווען היסטעריש, אזש זיי האבן געוואלט אויסרופן ביי די חופה אז "ס'איז אן רשות פונעם א"ג מרא דאתרא", אבער דער מחותן האט זיך איינגעבעטן זיי זאלן דאס נישט טוהן. הערשט אינמיטן די חתונה איז א היץ-קאפ צוגעלאפן צום מייק און (באשיינט יענעמס שמחה... און) דעמאלס אויסגערופן אז די קידושין איז 'געווען' בלי רשות... דאס ווייזט אויף דאס גרויסע פארלוירנקייט וואס האט דארט געהערשט.
די היידפארק-זאליס זענען ווידער געווען צוטיילט, טייל האבן פרובירט צו פארלייקענען אז מ'זאל האבן מכבד געווען דעם רבי'ן, און טייל האבן פרובירט צו נעמען די טרוקענע פאקטן צו זייער זייט, און עס אויסגעטייטשט אלס געווינס, אז עס איז פאראן דארט "דעמאקראטיע", און יעדער קען מכבד זיין וועמען ער וויל...
-------------------------
שטייט מען שוין א טאג פאר די 2'טע חתונה פון די 3 דעם זומער, (די זומער איז שוין פאריבער? ניין. אבער, דאס "רוב" פון זייערע חתונות זענען שוין כמעט פאריבער...), און מען גרייט זיך ענדליך אויף א שיינע קליפ פון א חופה אויף יו-טוב, און ווידעראמאל! דער אבי החתן גיט רשות פארן אבי הכלה צו רופן וועם ער וויל, אינקלאדעט די מרא דאתרא, און די מחותן איז מכבד דעם רבין!
הייבט זיך אן די זעלבע שפיל, טייל זאליס שרייען ס'איז שקר, און טייל שרייען אז יא, יעדער מעג, דאס האט די רבי ז"ל געוואלט..., קומט מען אן צו די חתונה, די זאל אייגנטומער מעלדן איין "בשעת'ן קבלת פנים" פאר די מחותנים, אז דער זאל קומט מיט א מסדר קידושין! דא קען מען נישט אליינס ברענגען קיין מרא דאתרא'ס מיט קיין שלוחים. די מחותנים בעטן זיך, לאזט אונזער שמחה במנוחה, ענקער ציהל איז דאך דעמאקראטיע?! אבער די חברה זייענדיג צושאסן פון די טיפע דורכפעלער קענען דאס נישט דערלאזן, און גיבן נישט קיינע אפציעס, ופני המחותנים חפו. די ערליכע אידן פארלאזן דעם זאל, די וואס זענען אינטערוועגנס דרייען זיך אויס.
אצינד הייבט זיך ווייטער אן די צומישענישן, צוערשט שרייען די זאליס: די מחותנים האבן גוט צוגעפיקסט ר' אהרן! דהיינו, זיי זענען געגאנגען נעמען רשות, און דערנאך ארלעדיגט אז דער שליח זאל איבערגעבן פאר מאיר יודל'ען. א מוראדיגע טרוק! אבער... דא זענען זיי מודה אז די מחותן האט צוערשט מכבד געווען דעם רבין. שפעטער ווערט די גירסא אנדערש, ער האט קיינמאל נישט געהאט מכבד געווען די מרא דאתרא. די ארונים האבן פשוט פרובירט צו 'געסן' ווער עס גייט מסדר זיין, און ביי סאקס איז עס זיי געלונגען און ביי שווארץ נישט... (אויב קענען די ארונים העקן די פאונס פון מחותנים, פארוואס ביי שווארץ האט עס נישט געארבעט?...).
עכ"פ, די געשלאגנקייט איז טיף, די צומישעניש איז גרויס.