ס'איז דא א טייטש וואס די וועלט טייטש אויף מה אהבתי תורתיך, מה אהבתי וואס איך האב ליב וואס איז מיר גוט, תורתיך דאס מאך איך פאר די תורה.
די זאלי'ס מיט זייערע מזייפים לויפן ארום מאכן זיך צו די אויגען אין ציען זיך אראפ די היטן ביז די נאז אין שרייען אז די דעת רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע איז אז מ'טאר נישט גיין יעצט אין אזא צייט פראטעסטען, ווייל מדינת ישראל האט געהרגעט 9 אראבער וואס האבן געוואלט אריין טראגן עסן אין מעדיצין מאטעריאל אויף עזה דורך די וואסער, אין די וועלט האט דאס פארדאמט.
לאמיר געבן א ניכטערן בליק וואס די דעת קדשו פין רבין ז"ל איז געווען, די רבי האט געהאלטן אז ס'איז דא א חיוב מחאה מוחה צו זיין קעגען די עצם עקזיסטענץ פין מדינה וואס איז קעגן די תורה הקדושה אין איז אן התגרות באומות יעדן טאג וואס די מדינה שטייט, אבער מ'קען דאך נישט גיין א יעדען טאג אין אויב וועט מען מאכן א פראטעסט יעדען שני וחמישי וועט דאס גארנישט ברענגען איז יעדעס מאל ווען די ציונים האבן ארויסגעגעבן א נייע גזירה פון הבערת הדת ווי למשל ניתוחי מתים, חטוטי שכבי, גיוס בנות, וכו', האט די רבי פארופען א מאסן דעמאנסטראציע ארויסשרייען די וויי געשריי פין כלל ישראל סיי אז זיי זאלן אפשטעלן די גזירה, אין אויכט אויסצושרייען אז מדינת ישראל האט גארנישט מיט אידישקייט זיי פארטרעטען נישט אידישקייט נאר פארקערט זייער גאנצע עקזיסטענץ איז בניגוד פין תורתינו הקדושהי אין אלע זייערע התגרות באומות וואס זיי טוען אין דאס מיט וואס זיי שלאגן זיך אין רייצן זיך מיט די אומות איז קעגען די תורה.
חוץ דעם בשעת ווען די ציונים האבן געטאן עפעס א גרויסען התגרות באומת, האט די רבי ז"ל געהייסען אז מ'זאל אריינלייגן עדס אין די צייטונגען ווי די נ"י טיימס אין וואשינגטען פאוסט וכדומה קעגען די מדינה אין ארויסברענגען די דעת תורה פין כלל ישראל, אז ס'טאר נישט זיין קיין מדינה, אין התגרות באומות איז אסור, אין אז די ציונים פארטרעטען נישט כלל ישראל.
די רבי האט אמאל אויך אפגערופן א פראטעסט דאס איז געווען בשעת א מלחמה ווייל ער האט נישט געוואלט בשעת ווען אידיש בלוט איז אין א סכנה מאכן א פראטעסט (אין מ'וועט נאך זאגן אז ער האט הנאה דערפון), אויך האט די רבי ז"ל נישט געוואלט אז מ'זאל גיין אויף א פראטעסט מיט די אראבער אין איינמאל איז געווען אז מ'האט שוין געהאט גערופן א פראטעסט אין די אראבער האבן נאכדעם אויך גערופן א גרויסען פראטעסט ממש בערך אויף די זעלבע פלאץ האט די רבי אויך אפגערופען די פראטעסט, ווייל ער האט נישט געוואלט אז ס'זאל הייסן אז ער גייט פראטסטירן מיט די אראבער.
יעצט לעינינו פארגאגענע וואך נאכדעם וואס אין מדינת ישראל פלאקערט שוין כמעט 2 וואכן ווייל די ציונים האבן ווייטער אנגעהויבן מיט די גזירה פין חטוטי שכבי אנגעהויבן גראבן קברים אין אשקלון אין מ'האט אנגעהויבן גראבען אין יפו אין זיי פלאנען אנציהייבן גראבן אין נצרת, אין ווען די אידן אין ארצינו הקדושה זענען ארויסגעגאנגען אויף מחאות אין בלאקען די גראבונגען האט מען זיי געשלאגן מיט רציחה אין אכזריות אין זיי ארעסטירט, וואס די גאנצע גזירה האבן די ציונים געטוהן במחשבה תחלה וויי צוטוהן די חרדישע אידן. אין אזוי ווי ס'האט געהייסן אז די ראש הממשלה שר"י קומט אויף נ"י, האט כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א ארויסגעגעבן זיין דעת קדשו אז מ'זאל ארויסגיין בחוצות העיר מאכן א פראטעסט קעגן די גזירה בפרט אין קעגען די מדינה בכלל, אין מ'האט באשטימט די פראטעסט אויף מאנטאג.
די זאליס מיט זייער פירער, צוזאמען מיט די יעניגע מה אהבתי חברה ווי די מסלפים מנשה פילאפ אין מיילעך שטערן, וואס האלטן אז זיי זענען בעל הבית אויף די שיטה פין רבין ז"ל און נאר זיי מעגן זאגן א דיעה אין דעם, האבן געזעהן אז רבינו שליט"א האט פארופען א מאסן דעמאנסטראציע, זענען זיי געווען אין פארלעגענהייט וואס טוט מען דא, מ'דארף דאך טאקע מאכן א פראטעסט אבער ס'איז דא א פראבלעם רבינו שליט"א האט דאך דאס פארופען אין די שנאה צו אים שטייט ביי זיי ר"ל העכער פון די תורה הקדושה, וואס טוט מען זענען זיי אויפגעקומען מיט אן המצאה אז אזוי די ראש הממשלה שר"י גייט זיין אין וואשינגטאן דינסטאג וועלן זיי מאכן א פראטעסט דארט, פיין שלום על ישראל. אבער דאס אליין איז זיי נאכנישט נישט געניג געווען זיי האבן געשיקט זייערע בחורים רייסען די פלאקאטן וואס רופן צום פראטעסט, ווייל זיי מיינען בכלל נישט דעם באשעפער זייער גאנצע פראטעסט האט געמיינט בלויז זיי, אין די שנאה צו רבינו שליט"א.
אבער נאכדעם האבן זיי זיך דערזעהן אין א פראבלעם אז חוץ די כולל אינגעלייט (וואס האבן געקענט באשטיין צו האבן א טריפ פאר א טאג) האט זייער עולם האט נישט געהאלטן ביים פארן אויף וואשינגטאן פאברענגען א גאנצען טאג, אין אויך די מנהלי הישיבות האבן נישט געוואלט אז זייערע בחורים זאלן פארן, איז אהינצוגיין מיט אפאר הונדערט כולל אינגלייט האט דאך נישט קיין פשט, אין ס'וועט זיין בזינות, אבער מ'האט שוין ארייגעביסן מ'קען שוין נישט ארויסבעקן.
פין די אנדערע זייט האבן די אידישע ציונים זייערע פריינד ווי ראפויגעל וכו' האבן אנגעהוין לייגן פרעשער אז זיי זאלן נישט מאכן די פראטעסט, אבער אזוי ווי רבינו שליט"א מאכט א פראטעסט דא מוז מען דאך אויך עפעס מאכן אין ווייזען וואס מ'קען.
האבן זיי געהאט די 2 פראבלעמען, 1 אז זייער עולם האלט נישט ביים גיין, 2 זיי האבן פרעשור פין זייערע אידישע ציונים נישט צו מאכן די פראטעסט.
מה עשה הקב"ה זונטאג אינמיטן נאכט איז פארגעקומען די פרשה וואס מדינת ישראל האט געהרגט די 9 מענטשען אויפן שיף, אין מאנטאג צופרי האט ביבי געמאלדן אז ער פארט אהיים אין קומט בכלל נישט אויף אמעריקע, אויב אזוי האט בכלל נישט קיין פשט אז זיי זאלן גיין אויף וואשינגטאן, ב"ה ס'איז דא א תירוץ אין מ'קען מבטל די פראטעסט אין וואשינגטאן אין איינשפארן בזיונות.
אבער דאס איז אליין איז נאך גענוג, ס'איז נאך דא איין פראבלעם סאטמאר ובראשם רבינו שליט"א ועמו אתו די זקני גדולי הרבנים שליט"א מאכט דאך א פראטעסט, דאס קען מען נישט צולאזן זענען די מה אהבתי חברה אויפגעקומען מיט א נייע תורה אין זיי האבן אנגעהויבן שרייען אז אין אזא צייט טאר מען נישט מאכן קיין פראטעסט, ווייל מדינות ישראל האט געהרגעט 9 אראבער, אין די רבי ז"ל האט נישט געלאזט מאכן אין אזא צייט א פראטעסט.
די סילוף פין דעם איז אין לשער די פאקט איז פונקט פארקערט, די רבי ז"ל האט אין אזא צייט געהאלטן אז מ'דארף יא ארויסברענגן די וויי געשריי פין כלל ישראל אויף די התגרות באומות, צו אדורך א פראטעסט אדער דורך עדס אין די גוישע פרעסע, ווי ס'ווערט היינט צוטאגס געטוהן דורך די ארגעניזאציע פין נטרונא, אז די וועלט זאל זעהן וואס די דעת תורה איז, אז אידן טארן נישט מגרע זיין באומות אין אז די ציונים פארטרעטען נישט כלל ישראל.
לסיכום הענין: דאס וואס די רבי האט אפגערופן א פראטעסט, איז נאר געווען בשעת מלחמה ווען אידיש בלוט איז געווען אין א סכנה, נישט ליידער ווען די ציונים הרגנען אפאר אראבער, וואס דעמאלס דארף יא כלל ישראל ארויסשרייען די ריכטיגע דעת תורה, אין אפילו אויב די מידיא קען אויסטייטשען אז די פראטעסט איז קעגן די מדינת ישראל אקציע, מה כל הרעש, מען דארף טאקע ארויסשרייען אז אידישע קינדער טארן נישט אין גלות מגרע זיין באומות.
פאר די זאליס אין די וואס האלטן זיך פאר די דעה זאגערס פין די שיטה מנשה פליאפ אין מיילעך שטערן, גייט נישט אן די גזירה פין חטוטי שכבי, זיי אינטרעסירט נישט אז ס'איז דא א מדינה, זיי אינטרעסירט נישט קיין התגרות באומות, ליידער ווילן זיי חא ס'זאל זיין א מדינה ווייל זיי דארפן די בג"ץ... האט שוין איינער געהערט זיי מוחה זיין אז אידן וואס רופן זיך סאטמאר זענען געגאנגן אין בג"ץ???
איי דאס וואס זיי האבן ביז היינט געמאכט אמאל פראטעסטן, איז געווען נאר ווייל זיי האבן געהאלטן אז ס'ברענגט זיי עפעס, יעצט אז זיי פירן עס נישט אין ס'וועט זיי גארנישט ברענגען, דארפן זיי נישט קיין פראטעסט, נישט נאר קיינער פון זיי האט זיך נישט באטייליגט ביים פראטעסט, האבן זיי נאך געשיקט זייערע בחורים רייסען די פלאקאטן, (דאס איז נאך געווען פאר זייער נייע תורה אז מ'טאר נישט מאכן קיין פראטעסט), אויב מיינען זיי ווען דער אמת אין נאר כבוד שמים וואס איז א חילוק ווער ס'מאכט די פראטעסט זיי דארפן זיך ווען צו שטעלן אין ארויסגיין צי די פראטעסט קעקגן די מדינה.