בית פורומים חדשות מאנטורפן לונדון

וועבסייט קעגן הרב פאדווא וועגן ביקסענשפאן פרשה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2010 06:59 לינק ישיר 
וועבסייט קעגן הרב פאדווא וועגן ביקסענשפאן פרשה

http://padwachipasznis.com



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 20:04 לינק ישיר 

 

אויך איז פארגעקימען א "מחאה אדירה" יום ב' פ' קרח אין קרית יואל א קעגען מנחם מענדל ביקסענשפאן

 

http://padwachipasznis.com/




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 12:16 לינק ישיר 

האט דאס א שייכות מיט די אנדערע מחאות וואס קומען איצט פאר אין ק"י?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 13:24 לינק ישיר 
עד מתי

ביז ווען וועט מען נישט פארשטיין אז פוליטיק מיט הלכה האבן נישט קיין קשר און זיכער נישט לגבי איסור והיתר נאר מעגליך לגבי חושן משפט און רבית הערט אויף צו מישן און מוטשן אויף נארישקייטן, הרי מארגן וועט מען דיר אנטראגן א שידוך מיט איינע פון די קינדער אויב ס'וועט דיר גיפעלן און די בלוט דיינע וועט עלטער ווערן וועסטו טוהן דעם שידוך און דו וועסט זיך טרעפן מאה ואחד טעמים לטהר את הממזר, איז ביטע הערט אויף פארדרייען דעם מוח מיט נארישע פוליטיק בשם פון די הייליגע תורה החותם בצער רב על הוצאת לעז שלא כהלכה וביזוי מורה הוראה בישראל כה תאמר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 07:16 לינק ישיר 

ווי ווייט איך פארשטיי פונעם אויבנדערמאנטן וועבסייט איז עס פון די זעלבע פראקציע וואס רופט זיך "בני יואל"
וואס האט שוין א היסטאריע פון מאכן פראטעסטן און מחאות אויף אלעם און אלסדינג
וואס דער שורש פון דעם מהלך קומט פון קאשוי כידוע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 11:46 לינק ישיר 
קבל את האמת ממי שאומרו!

וואס איז א חילק ווער עס שרייבט עס, צו בני יואל אדער קאשוי אדער ווער אימער?
 

קבל את האמת ממי שאומרו!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2010 09:39 לינק ישיר 

ווער זאגט אז דאס איז דער אמת?
פון זאלן מיר קליינע מענטשעלעך וויסן ווער ס'איז גערעכט? 
לאמיר אביסל צונעמען די זאך
פון איין זייט איז דא א מעשה רב
א באוואוסטער און אנערקענטער רב בישראל איז מסדר קידושין
און מיט אים איז דא נאך רבנים ווי זיי שרייבן אליין ר"ח פלאהר, ר"י גאלד און נאך
פון די אנדערע זייט קומט איינער געשטעטנער ראב"ד פון א אומבאוואוסטע בי"ד
מיט אים איז איינער פריעדמאן א מענטש אן קיין טיטול
און נאכדעם איז דא דער טייטלבוים וואס ער האט שוין א היסטאריע פון ארויסגעבן קונטריסם אנגעפולט מיט שטותים און פאליטיק ווי להושיב צדיק אצל רשע און מרא דאתרא
נו, ווער איז ענדערש גערעכט?
די איינציגסטע זאך וואס מאכט מיר טראכטן אז דא טויג נישט עפעס איז די שארפע בריוו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע א קעגן הרב לאנדעסמאן
אבער יענץ איז שוין צוואנציג יאר אלט, מעגליך אז היינט איז דאס שוין נישט גילטיג
בקיצור יעדער נארמאלער מענטש וואס פארלאזט אויף רבנים 
און גלייכט נישט קיין נחום ראזענבערג און אלטער משה סטייל קאנספיראציעס ווי "אלע רבנים זענען אונטערגעקויפט"
נעמט אן אז דא איז עס לכאורה א משפחה סכסוך, און נישט אזוי הארב ווי מ'לייגט עס דארט אראפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 23:52 לינק ישיר 

 

אנטשולדיג מיר!

פון איירע ווערטער אליין,

 "די איינציגסטע זאך וואס מאכט מיר טראכטן אז דא טויג נישט עפעס איז די שארפע בריוו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע א קעגן הרב לאנדעסמאן

אבער יענץ איז שוין צוואנציג יאר אלט, מעגליך אז היינט איז דאס שוין נישט גילטיג"

 מיר געלייבען און די "אני מאמין שזאת התורה לא תהא מוחלפת",

 און אויך אנטשולדיג מיר!

איר רעט נישט צי די זאך!

"קבל את האמת ממי שאומרו"!

טיט אדערך די בירור הלכה און דערנאך רעד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 07:24 לינק ישיר 

איך בין זיכער אז ער האט עס געשריבן צוליב א געוויסע מעשה וואס האט דעמאלט פאסירט
און פון דעמאלט ביז היינט קענען זיך אסאך זאכן האבן געטוישט
און נאכדעם דו ווילסט אז איך זאל אדורך טוהן א בירור הלכה?
וואס בין איך א דיין א מורה הוראה א רב? ניטאמאל א מגי"ש?
אין דעם פאל זעה איך ווי א רעספעקטירטער רב טוהט א מעשה רב וואס דארף איך מער פון דעם?
אגב, וואו קען איך זעהן די בירור הלכה פון די אנדערע זייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2010 12:12 לינק ישיר 

 

א) אז איר קיקט אריין און די בריוו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, זעט איר אז ער האט גע'פסל'ט אלע גיטין פון לאנדעסמאן.

ב) זייט ווען דארפמען צי זיין א דיין א מורה הוראה א רב אדער א מגי"ש אדורך צוטוהן א "בירור הלכה"? אז מלערנט א הלכה און מע האט א ספק פרעקט מען א רב, אדער אויכ עס שטייט קלאר, וואס דארפמען דערפאר א רב?

ג) דאכד זיך מיר אז ווילאנג א רב פירט זיך ע"פ תורה איז ער רעספעקטירט.

ד) איך וואלט אויך זייער געוואלט וויסען, וואו קען איך זעהן די בירור הלכה פון די אנדערע זייט?!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2010 07:27 לינק ישיר 

א) יא, אבער ער האט עס געשריבן צוליב א ספעציפישע מעשה וואס האט דעמאלט פאסירט
ס'ווארפט טאקע א שלעכטער ליכט אויף אים (א "בעד רעקארד" ווי מ'זאגט)
אבער ס'קען זיי אז היינט איז ער שוין בעסער
און אין קיין פאל קען מען נישט שרייבן אז דער בר"מ האט גע'פסק'עט אז ביקסענשפאן איז מזנה
ב) א דורך צו טוהן טאקע נישט אבער צו מכריע זיין דארף מען שוין יא זיין א שטיקל בר הכי
ג) ס'איז קיין שום ערענסטער רעספעקטירטער רב ארויסגעקומען מיט א בריוו אז הרב פאדווא האט נישט גוט געטון
ווילסטו מיר זאגן אז אלע רבנים זענען שקצים און זיי הערן אז א רב פירט זיך נישט עפ"י תורה און שווייגן?
ד) ווייל זיי האבן נישט קיין וועבסייט און שרייבערס דא אויף בחדרי חרדים מיינט דאס נאך נישט אז זיי האבן נישט קיין תשובה להלכה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2010 10:57 לינק ישיר 

 

עס קיקט אויס ווי איר ווילט א רימדרייען.

א) אז דער בעל ברך משה זי"ע האט גע'פסל'ט אלע גיטין פון לאנדעסמאן און ער שרייבט די טעם ווייל ער איז א קל, וז"ל "ומעשיהם מוכיח שהמה קלי הדעת והמה גרועים ממי שאינו בקי בטיב גיטין" ני דאס איז געווען צוואנציג יאר צוריק ווען עס איז נאך געווען גדולים פונעם פריערדיגן דור,.....

ב) איר שרייבט "א דורך צו טוהן טאקע נישט אבער צו מכריע זיין דארף מען שוין יא זיין א שטיקל בר הכי" ווילאנג איר טיט דאס נישט א דורך רעדט איר אזוי, איינמאל איר וועט דאס א דורך טאן וועט איר זען אז עס איז נישט דא וואס מכריע צו זיין, די הלכה איז פשוט עס איז נישט דא קיין חולקים.

ג)פאר וואס די רבנים קימען נישט ארויס, דאס דארפט איר זיי פרעגען, אויף דעם בין איך נישט בא אויפטראג צו ענפערען.

ד) די "בירור הלכה" פון בית דין שמרו משפט איז געווען פארשפרייט אין פילע בתי מדרשים און נישט אויף חדרי חרדים, מיר זיכען שוין חדשים פאר א תשבוה פון די אנדערע זייט און קיינער ווייסט נישט פון אזא זאך.!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2010 12:36 לינק ישיר 

 

מען דארף טאקע צוזען מעורר צו זיין די רבנים זיי זאלן ארויס קימען מיט א "בירור הלכה" צו זי איז א אשת איש.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2010 10:32 לינק ישיר 

אדרבה איך ווארט אז חשובע רבנים זאלן ענטפערן
אבער ביז דעמאלט וועל איך אננעמען אז הרב פאדווא שליט"א וואס איז באוואוסט אלס חשובער רב ווייסט וואס ער טוט, און איז נישט אזא קל וואס טוט זאכן אקעגן אפענע הלכות בפרט אין אזעלכע הארבע הלכות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2010 21:34 לינק ישיר 

 

איר קימט ווייטער צוריק צו די זעלבע ענין אז ווען רבנים קריגען זיך מיט די תורה ווער עס איז גערעכט, די הלכה איז קלאר אז ווען מען פרעגט אן א רב אז עס שטייט אנדערשט אין די תורה דארף ער צו ענפערן ער קען נישט זאגען אזוי וויל איך אן קיין אנווייזונג נישט קיין חילוק ווער עס פרעגט, אזוי איז געווען אין אלע דורות ביז לעצטענס אז אלע גדולי ישראל האבען גענטפערט תשובות צו ווער עס האט געפרעגט מיט פונקטליכע אנווייזונגען, אויסער וואס דער פוסק הדורות דער הייליגער נודע ביהודא שרייבט שוין אין (תניינא חו״מ סימן א׳) אז א דיין וואס מען פרעגט איהם אן פון ווי ער נעמט זיין פסק און ער ענטפערט נישט איז בחזקה אז ער האט נישט קיין ענטפער.

וז״ל: על דבר שאלתו אם הדיין צריך להודיע מאיזה טעם דן, יפה הורה שבוודאי ... וכו׳... וא״כ הדבר פשוט שצריך הדיין או הרב ליתן כתוב וחתום, ולא חשוד אצלי שום רב שימנע מלעשות כן אם לא שיודע באמת שלא דן בצדק, או בזדון או בשגגה, וגס לבו ובוש מלהודות על האמת, שטעה, עכ"ל.

און אזוי ווערט ג'פסק'ענט להלכה אן קיין חולקים.

דער משפטים ישרים (ח"א סי' רפ"ד) שריייבט:

דיין שמקשים על דבריו מדברי פוסקים, ואינו חושש להקושיא, רק שאומר כך נראה לי הרי זה דיין שקר, ודבריו אינם מעלין ולא מורידין, ובסוד הדיינים ובמניינם לא יבא, וכמאן דליתיה דמי, ויתקיים הדין ביושבים לפני ה' ומודים על האמת, עכ"ל.

דער שמש צדקה (ח"ב סי' ז' ד"ה וכדי) שרייבט:

דכל שידעו האיש או האשה שיש מערערין על הוראת בי"ד להיתר, ועכ"ז נישאו על סמך דעת המקילין, הו״ל מזידין, מדהיה להם להמתין עד שישאו ויתנו הצדדין זה עם זה, עכ"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2010 07:14 לינק ישיר 

מ'זאגט נאך פון רביה"ק בעל דברי יואל מ'סאטמאר זי"ע
אז נאכן ארויסגעבן דעם ספה"ק "ויואל משה" האט ער געזאגט אז פון היינט און ווייטער האבן זיי שוין נישט קיין תירוץ
ווייל אז ער האט געשריבן א בירור להלכה מוזן זיי אדער עס אפפרעגן און אז נישט מיינט דאס אז ער איז גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות מאנטורפן לונדון > וועבסייט קעגן הרב פאדווא וועגן ביקסענשפאן פרשה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext