| נשלח ב-3/6/2010 16:02 |
|
| |
זאליס: מיר בלייבן אין בג"ץ - רבנים אין שאק!
זאלי באלון פלאצט!!
כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט ארויס געשיקט הגאון הגדול רבי נפתלי פרענקל שליט"א חבר בדי"צ עדה החרדית, אז ער זאל קומען קיין ניו יארק, נאכדעם וואס די זאליס פירן שוין ארום מרן גאב"ד שליט"א איבער א יאר, מיטן זיך שטעלן צו דין תורה, און ארויס גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ.
די זאליס האבן די לעצטע 2 חדשים געזאגט פארן גאב"ד אז זיי האבן שוין אונטער געשריבען שטרי בירורין נאר זיי קענען עס נישט ווייזן פאר קיינעם, עס ליגט ביים טשאקאווער רב, ווען מען האט געפרעגט דעם טשאקאווער האט ער געזאגט אז ער האט שטרי בירורין, אבער די זאליס האבן עס איינגעלייגט ביי אים אבער ער טאר עס פאר קיינעם נישט ווייזן... און ער טאר נישט זאגן וואס שטייט דארט און ווער עס איז אונטער געשריבען...
מרן גאב"ד שליט"א האט געזאגט פאר די זאליס פאר 3 וואכן אז רבי נפתלי פרענקל וואס דארף זיין דער שליש פארט קיין חוץ לארץ און מען דארף עס אים ווייזן, אז נישט מיינט דאס אז עס איז גארנישט דא.
די זיצונג האט געדארפט זיין זינטאג, אבער יעדן טאג האבן עס די זאליס געשטיפט מיט אן אנדערע תירוץ, אבער נעכטן דינסטאג האט מרן גאב"ד שליט"א געזאגט פאר די זאליס אז די זיצונג וועט זיין מיטוואך, און טאמער זיי קומען נישט דעמאלס מיינט עס אז עס איז גארנישט דא.
היינט האבן זיך צוזאם געזעצט די רבנים ובראשם רבי נפתלי פרענקל שליט"א, און די זאליס האבן זיך דערזעהן אין קארנער, האבן זיי געזאגט דארט אז זיי קענען נישט ווייזן די שטרי בירורין, ווייל זיי זענען נאך נישט מסכים אויף אלע תנאים, און זיי פארלאנגען נאך די תנאים:
1) אז מען זאל זיי קודם אריין לאזן פירן די מוסדות אין בני ברק.
2) אז די דין תורה זאל פארקומען אין ניו יארק, נישט אין א"י ווי ירושלימער רב האט פארלאנגט.
3) אנשטאט דער שליש רבי מרדכי באבד זאל ר' שלמה לייב וויינבערגער זיין דער שליש, ווייל עס מיז זיין איינער וואס פארשטייט די תהלוכת הקהלה.
4) אלע אידן אין בני ברק זאלן אונטער שרייבן שטרי בירורין.
5) מען טאר נישט דן זיין ווער עס איז רבי אין סאטמאר.
6) מען טאר נישט דן נאר אויף בני ברק, און נישט ירושלים, און אוודאי נישט אויף חוץ לארץ.
7) רז"ל שרייבט נישט אונטער שטרי בירורין, ווייל מען טאר נישט דן זיין אויף די רבנות!
8) מרדכי ווייס און טאלער שרייבן נישט אונטער נאר קודם דארף מען פסק'נען פארוועם די מוסדות געהערט!
9) ועל כולם אז די שטרי בירורין זאל נישט מחייב זיין די זאליס ארויס גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ, נאר זיי זאלן ווייטער קענען לאזן די סטעי אין בג"ץ, און וועגן דעם ווילן זיי נישט ווייזן די שטרי בירורין ווייל עס וועט זיי שאטען אין בג"ץ!!!
די רבנים זענען געשאקט געווארן פון די שרעקליכע חוצפה און עזות, און האבן דערזעהן דעם פרעכען שקר וואס די זאליס פירן זיי ארום, און זיי האלטן נישט בשום אופן זיך שטעלן צו דין תורה, נאר בלייבן מיט אלע כוחות אינעם טמא'נעם בג"ץ, און זיי האלטן ביי אלף, און האבן נישט גארנישט!
נישט צום גלייבן ווי די זאליס געבן נישט אויף דעם טמא'נעם בג"ץ, און ווי זיי פייטן מיט מסירות נפש צו בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ!!
הערה: דאס וואס דער בלאט האט נישט געשריבען איבער די נושא פון בג"ץ די לעצטע פאר וואכן, און פארוואס מען האט דערווייל אפגעשטיפט די מאסן עצרת מחאות וואס האט געדארפט זיין כ' סיון, איז געווען צוליב די בקשה פונעם ירושלימער רב שליט"א, וואס האט געבעטען אז מען זאל זיך דערווייל אפהאלטען שרייבן איבער די נושא, צוליב וואס זייט די מחאה אדירה נוגד הליכה לבג"ץ, וואס איז פארגעקומען ה' אייר אין ביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג, האבן די זאליס אנגעהויבען ניצן א נייע תירוץ אז ווילאנג מען איז זיי מבזה וועגן בג"ץ שרייבן זיי נישט אונטער שטרי בירורין, כדי זיי זאלן נישט קענען ווייטער ניצן די תירוץ, האט מען נישט געשריבען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 17:36 |
|
| |
אוי וויי, ר' זלמן קען שוין ווייטער נישט פארן קיין ארץ ישראל, וואס וועט זיין מיט די חינוך הטהור ?
אגב, די זאליס האבן געמיינט אז דער ר' נפתלי פרענקל איז עפעס א פעיראל דיין ביי זיי, מ'וועט איהם אריינריקן א מטבע ביי זיין טיי אוונט, און ער וועט אוודאי זינגען וואס זיי וועלן איהם הייסן, אבער ניין, ר' נפתלי איז א ערנסטער רב ער האט צוריקגעווארפן די שוחד געלט און געפאדערט פון זיי די שטרי בירורין (וואס זיי האבן לשיטתם שוין לאנג גע'חתמ'ט).
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 17:41 |
|
| |
דבר פלא! אפילו נאכדעם וואס דער דיין שליט"א האט געזעהן נעכטן ווער די זאליס זענען, איז ער נאך אלץ היינט געגאנגען דאווענען ביי די זאליס, באתרא דמר אין קרית יואל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 17:49 |
|
| |
די זאלי'ס ליגנט נאך די נעכטיגע זיצונג: די צד אהרונים האבן זיך נישט באוויזן ביים זיצונג
ווי שוין באקאנט איז די זיצונג נעכטן געווען געאייניגט דורכ'ן ירושלימ'ער רב נאר פאר די רבנים הבוררים באזונדער אן קיינער פון די בעלי דינים אדער טוענים פון די צדדים, און טראץ די הולכי הבג"ץ האבן געפאדערט אז די בעלי דינים זאלן אויך שוין קומען און אנהייבן דארט פארצולייגן זייערע טענות, און דערמיט האבן זיי געוואלט מיט א ערמה אנהייבן די די"ת אין אמעריקא צוליב זייערע פינסטערע סיבות, האט אבער דער גאב"ד פון י-ם באשלאסן אז ביי דעם זיצונג באטייליגן זיך נאר די 5 רבנים פון די בוררות אליין אן קיינעם פון די בעלי דינים און טוענים. נעכטן ביים אנפאנג פון די זיצונג האבן די הולכי לבג"ץ געוואלט טוהן א שטיקל, זיי האבן אהין געשיקט מיכל ש. מיט נאך צוויי טוענים און זיך געוואלט מיט די געוואלד אריינריקן ביים זיצונג, ביז ווען זייער בורר זעלבסט דער טשאקעווער האט זיי געזאגט זיי זאלן פארלאזן דאס פלאץ ווייל דאס איז קעגן די באשלוס פון פאראויס. שפעטער נאך וואס ר' נפתלי פרענקל האט געפאדערט פון זיי די שטרי בירורין מיט זייערע חתימות און זיי האבן זיך ארויסגעדרייט מיט לעכערליכע תירוצים ווי אויבן דערמאנט, האבן די רבנים אפגערעדט און באשלאסן צו פארן קיין אר"י גלייך נאך ט' באב אויף א וואך צייט און דארט אנהייבן די בוררות. אבער דער בורר מצד די הולכי לבג"ץ טשאקעווער רב האט געזאגט אז זיינע בעלי דינים דארפן נאך איבערטראכטן וועגן דעם דעיט און זיי וועלן געבן תשובה...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 18:29 |
|
| |
רבי יונה. ביסט גערעכט מיט אלעם, א חוץ איין זאך, אז די רבנים זענען אין שאק, וואס איז די שאק מיט די טרויעריג בארימטע כת?. א כת וואס האבען זיך אפגעבראכען פון סאטמער אין פון אידישקייט די לעצטע צען יאר, א גרופע וואס האבען זיך ציזאם גענומען פאר צען יאר צירוק, אין ווידער געגרינדעט א שמוץ בלעטעל דער טמנ'עם צייטונג דער איד וואס זיי האבען איבער גענומען מיט איין ציל אויסצירייסען א יעדעס ביסעל געפיל צי אידישקייט אין ערליכקייט, א צייטונג מיט איין מטרה פון אפשפעטען פון אלע פריעדיגע צדיקים זי"ע, א צייטונג אנגעפילט מיט גיפט אין השכלה וואס טיט פאר'סם'ען א יעדער וואס קומט נאר אין בארירונג דערמיט, מזעט ווי זייער יוגענט דרייט זיך ארום ליידער פארקראכען אין פארזינקען אין השכלה אין ליצנות.
וואס איז די שאק אז א כת וואס פירען אן א געמיינע טעראר, שטעכען רעדער אין שיסען אויס פענסטער פארברענען קארס מיט א יעדער וואס גייט נישט מיט זיי און שפאן, א כת וואס האבען אינטער געצינדען הייזער אין באנגעלויס, אינטערגעצינדען מחנה בית רחל מיט שווערע געלט שאדענעס.
א כת וואס זייערע פירער רעדען אויפען סעלפאן, כאפען אפ ווידיאו, אין די הייליגסטע צייטען פון יאר ,אין כת וואס פליקט אויס פיאות שלאגט אן עלטערע אידען, אלעס פאר אני ואפסי,
וואס איז די שאק? אדרבה ס'איז שוין די צייט מ'זאל זען מיט וועמען מ'האט ציטיען איינמאל פאר אלעמאל, אין זיך נעמען טיען דערצי, אין מ'וועט זיך איינשפארען אסך צער אין עגמת נפש.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 18:30 |
|
| |
אויב זיי האבן זיך ארויס געדרייט פון אונטערשרייבן אויפן שטרי בירורים מיט זייערע טענות טפשיות איז אויף וואס איז דא מושב בית דין ?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 21:47 |
|
| |
די רבנים האבן געזאגט אז זיי זענען גרייט אויף דעמאלס פארן קיין א"י אנהייבן די דין תורה.
כדי מען זאל נישט קענען זאגן אז זיי זענען נישט גרייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2010 02:11 |
|
| |
די זאליס זענען צושפילט און פארפלייצען די גאס מיט שקר, אז צד הארונים איז נישט אנגעקומען דארט...
כדרכם מיט זייערע לגיונות אזש זיי קענען פארקויפען אז די אהרונים זענען אריין אין בג"ץ...
א זאלי אין אידיש טייטש מיינט: א מענטש וואס ווערט נישט אפילו רויט ווען ער זאגט ליגענט...
דער אמת איז אז די זיצונג האט מען נישט געריפען קיין צדדים, פארקערט מרן הגאב"ד שליט"א האט קלאר געזאגט אז די צדדים זאלן נישט קומען דארט, נאר די שני בוררים רבי זלמן גרויז שליט"א - מצד אהרונים און דער טשאקאווער רב מצד הזאלונים, זאל יעדער צייגן פאר די דריי רבנים השלישים די שטרי בירורין, און די רבנים זאלן איבער קוקן די שטרי בירורין, און אפמאכן ווען דער דאטום ווען מען קען פירן די דין תורה אין א"י.
דער שאק דערפון איז געווען אז מען האלט נאך ביי אלף, די זאליס האבן סתם ארום געשפילט מייטן גאב"ד, און עס איז נישט דא קיין שטרי בירורין, דער בג"ץ'ניק מיכל שלעזינגער איז אנגעקומען צו די זיצונג מיט א טוען מאנדל די רבנים האבן זיי געזאגט אז זיי קענען נישט אריין קומען, מען האט אויסדריקלעך נישט געריפען קיין צדדים, און מען האט זיי פארשיקט.
די סך הכל איז געווען: רבי זלמן גרויז מצד אהרונים - האט געוויזען פאר אלע רבנים די אונטערגעשריבענע שטרי בירורין וואס דער גאב"ד האט פארלאנגט, און עס האט די חתימה פון די גאנצע הנהלת המוסדת ובראשם רבינו שליט"א..
די טשאקאווער רב מצד הזאלונים - האט נישט געוויזען די שטרי בירורין פון די זאלונים, נאר געברענגט אז זאק טענות פארוואס זיי שרייבן נישט אונטער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2010 04:30 |
|
| |
ר' יונה איך ווייס נישט פארוואס די מאכסט אזוי פול טעותים היינט די זאלי'ס ווערן רויט ווען זיי זאגן אמת בלשונם חלה דעקעל
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2010 05:09 |
|
| |
יונה הארעי. זאלסט איבערקייען דיינע געבעקסן און פאבריצירטע מעשיות איינמאל און נאכאמאל ביז דו אליין וועסט גלייבן דערינען.
ככלב שב על קיאו. רעד נאכאמאל און נאכאמאל ווי א תינוק בן יומו פון דיינע ליגנערישע ליגנטס.
זאליס ווייזט אייערע שטרי בירורין און גייט ארויס פון באגאץ, אז נישט וועט דער גאב"ד שליט"א שרייבן זיין צום-וויפלטע בריוו!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2010 18:48 |
|
| |
ברעקינג!!!
כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט נעכטן געזאגט פאר די זאליס, אז טאמער די זאליס זאגן נישט אונטער צו שרייבן ביז קומעדיגען מאנטאג דעמאלס גייט ער דעם שבת מוחה זיין ביי שלש סעודות איבער די שרעקליכע חילול ה' והליכה לערכאות הציונים פון די זאליס, און ער וועט דערציילען די שרעקליכע השתלשלות ענינים איבער ווי די זאליס האבן אים ארום געפירט און נישט געוואלט זיך שטעלן צו דין תורה נאר בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ.
די זאליס האבן איבער געדרייט א וועלט אז דער גאב"ד זאל פון זיי אראפ קריכען, אבער דער גאב"ד האט זיך געהאלטען פעסט, איצט קומט די נייעס אז די זאליס האבן היינט געמאלדן פאר מרן הגאב"ד שליט"א, אז זיי גייען אונטער שרייבן די שטרי בירורין קומעדיגע וואך ביז מאנטאג, ביי הגאון רבי נפתלי פרענקל שליט"א.
ונחזה ונראה.
דער בעל דבר כאפט אן די זאליס מיט אלע כוחות נישט אונטער צו שרייבן, אין בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2010 19:04 |
|
| |
| לא_לנו כתב: |  | | יונה הארעי. זאלסט איבערקייען דיינע געבעקסן און פאבריצירטע מעשיות איינמאל און נאכאמאל ביז דו אליין וועסט גלייבן דערינען.
ככלב שב על קיאו. רעד נאכאמאל און נאכאמאל ווי א תינוק בן יומו פון דיינע ליגנערישע ליגנטס.
זאליס ווייזט אייערע שטרי בירורין און גייט ארויס פון באגאץ, אז נישט וועט דער גאב"ד שליט"א שרייבן זיין צום-וויפלטע בריוו!
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2010 00:45 |
|
| |
ס'גייט ארום א שמיעה אז זיי האבען זיך געבראכען היינט
ווייסט איינער אויב ס'אמת?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2010 02:13 |
|
| |
געבראכן? קיינמאל.
דער שטן כאפט זיי אן ביים קארג און לאזט זיי נישט ארויס פון דעם טמנאם באגאץ. פרעג נאר רבי יונה, ער גרייט שוין צו די רויטע אותיות צו מעלדן אז די שמיעה וואס ער האט ארויסגעלאזט היינט איז פעלערהאפטיג. זיי האבן קיינמאל נישט אונטערגעשריבן, און דער כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א גייט באלד שרייבן א פרישער ווארענונגס בריוו, און אפשר אפילו אויך זאגן נאך א שלש סעודות תורה אינמיטן די וואך.
|
|
|
|
|