בית פורומים אידישע געדאנק

דער בלאט VS די מנהיגות פון תו"א רבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2010 17:56 לינק ישיר 
דער בלאט VS די מנהיגות פון תו"א רבי

 די אהרוינים זענען צושרויפט פון די אומאפהענגיקייט וואס דער תולדות אהרן רבי ר' דוד האט געוויזן ווען ער איז געווארן געקרוינט אלס אדמו"ר מתו"א און ער צייגט נאך ארויס עד היום הזה. ווער עס קוקט נאך די חסידות שטוינט פונם כח המנהיגות פונם תו"א רבי.

סאטמאר איז אלס געווען די ריקן ביין פון די ירושלימ'ע אידן, יעצט ווען די אהרוינים האבן געוואלט מכתיר זיין זייער רבי אלס רשכבה"ג האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין א מעכטיגע פראבלעם וואס רופט זיך תו"א. דער תו"א רבי האט זיך נישט מכניע געווען פאר ר' אהרן און איז אין פאקט גאר נאנט מיט ר' זלמן לייב. פאר דעם אליינס פארדינט תו"א צו ווערן איגנארירט בויקאטירט און באשמוצט בכל עת מצאו.

פרעג א אהרויני וואס האט תו"א געזינדיגט, אויב זיצט יענער נישט אויפן אינטערנעט וועט ער בלייבן מיטן צינג אינדרויסן. אויב יענער זיצט יא אויפן אינטערנעט וועט ער דיר תיכף מסביר זיי בטוב טעם ודעת אז תו"א איז שוין נישט דא זעלבע, דער "היינטיגער" האט אראפגעפירט דאס גאנצע חסידות פון די רעלסלען, ער גייט צום כותל (אויסגעזויגן פון פינגער). ער לאזנט נישט זיין עולם גיין פראטעסטירן (אויסגעזויגן פון פינגער). וכו'

ממש לעצטענס האט דער בלאט נישט געהאט א ברירה זיי האבן בעל כרחם געמיזט מפרסם זיין בילדער ווי חסידי תו"א זענען זיך מוסר נפש ביי הפגנות, זיי האבן נישט געהאט א ברירה ווייל דאס זענען געווען די אנייציגסטע בילדער ווי מען זעט די ברוטאליטעיט פון די פאליציי. עס זענען געווען בילדער ווי מען פירט אוועק 2-3 אהרוינים, אבער אויף יענע בילדער זעט מען ווי די אהרוינימלעך שפאצירן אנגעכאפט דורך די פאליציי, נאך מער זעט מען ווי די אינגעלייט שמייכלען צום פאטאגרעפער זייערע רעקלעך זענען זויבער, די היטן אויפן קאפ עס פעלט זיי גארנישט, זיי האבן זיך "געלאזט" ארעסטירן פאר די בילדער.

פון די אנדערע זייט ביי די חסידי תו"א זעט מען ווי די פאליציי שלעפט זיי אוועק מיט ברוטאליטעיט, רוב פון זיי אן היטן און קאפלעך אויפן קאפ צוריסענע און שמוציגע קאפטענעס, אין רוב בילדער זעט מען ווי די פאליציי שלעפט זיי ארויס פון די לעכער.

בקיצור ווען דער בלאט וויל לייגן בילדער ווי מען זעט "עקשאן" דארפן זיי נעבעך לייגן בילדער פון תו"א אינגעלייט, אבער וואס טוט מען צו קענען ממשיך זיין מיטן שקר אז תו"א רבי האט אראפגעפירט זיין חסידות פון גלייכן וועג? וואס טוט מען אנצוהאלטן דעם שקר אז תו"א רבי לאזט נישט זיינע חסידים פראטעסטירן? מען טוישט די נעמען אין טיטלען אינטערן בליד, זיי וועלן שרייבן מ'חסידי קהל חסידי ירושלים אנשטאד מ'חסידי תו"א.

זייערע שרייבערלעך אין דער בלאט וועלן סך הכל מצליח זיין צו צומישן זייער אייגן עולם, זייערע שרייבערלעך מאכן פורים פון זייער אייגן עולם אדאנק די מנהיגות וואס דער תו"א רבי צייגט ארויס.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2010 19:16 לינק ישיר 

פארדריי נישט די שמועס המהדרין


תוקן על ידי המהדרין ב- 03/06/2010 19:19:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2010 22:45 לינק ישיר 

נפל כתב:
 די אהרוינים זענען צושרויפט פון די אומאפהענגיקייט וואס דער תולדות אהרן רבי ר' דוד האט געוויזן ווען ער איז געווארן געקרוינט אלס אדמו"ר מתו"א און ער צייגט נאך ארויס עד היום הזה. ווער עס קוקט נאך די חסידות שטוינט פונם כח המנהיגות פונם תו"א רבי.

סאטמאר איז אלס געווען די ריקן ביין פון די ירושלימ'ע אידן, יעצט ווען די אהרוינים האבן געוואלט מכתיר זיין זייער רבי אלס רשכבה"ג האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין א מעכטיגע פראבלעם וואס רופט זיך תו"א. דער תו"א רבי האט זיך נישט מכניע געווען פאר ר' אהרן און איז אין פאקט גאר נאנט מיט ר' זלמן לייב. פאר דעם אליינס פארדינט תו"א צו ווערן איגנארירט בויקאטירט און באשמוצט בכל עת מצאו.


מאכסט אשטיקל טעות ר' נפל, דער תו"א רבי, איז נאנט צו ר' ז"ל, פונקט אזוי וויא ער איז נאנט צו ר"א, בין טוב לרע, דער תו"א רבי איטערסירט נישט פון סאטמער פאליטיק.

וואס יא, תולדות אהרן האט זייער אסאך ידידים ואנ"ש עמודי התווך פון תו"א מוסדות, וואס באלאנגען צו רז"ל - בעסער געזאגט שונאים מובהקים פון ר"א, אטאמאטיש ברענגט דאס א פארביסנקייט פון די ארוינים קעגן תו"א, מה גם וואס תו"א איז היינט צו טאג די היינציגסטע מוסד פון היימישן ציבור אין ארץ ישראל - וואס אדווערטייזט נישט אינעם "בלאט",(און וויא פארשטענדליך איז דער תו"א רבי נישט ממונה אויף דע אדווערטייזונג ביי זיינע מוסדות).

בשעתו בחייו פון "ברך משה", איז געוועהן פארשטענדליך פארוואס תו"א האט נישט געאדווערטייזט אינעם בלאט, די פרעשע פון די אויבענדערמאנטע נגידים האט געארבעט - ווייל עס איז נישט די ארבעט פונעם מנהל פון תו"א, צו גיין בודק זיין דעם איסור פון ברך משה, צי עס איז פאלטש אדער נישט, וואלט דער בלאט געאהט א ביסל שכל - און דער עיקר געדולד - אין וואלט נישט גלייך גענומען באקייאטירן תו"א - הויפן גוטן אופן - אדער אפלאכן פון תו"א הויפן שלעכטן אופן, נאר וואלט געווארט ביז יעבור זעם, ווען סאטמער וועט שוין זיין צוויי, וואלט תולדות אהרן זיך נישט געקענט ערלויבן, נישט צו אדווערטייזן אינעם בלאט

אבער "פחז כמים", אין די ערשטע פאהר וואכן, אז תו"א האט נישט געאדווערטייזט אינעם בלאט, איז ער גלייך געווארן אפגעסטעמפלט, אלס שונא - דארף שוין תו"א היינט אויך נישט אדווערטייזן אינעם בלאט - כרצון ידידיהם - דו בלוט שונאים פון ר"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער בלאט VS די מנהיגות פון תו"א רבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext