פין בחצרות:
הונדערטער אנשי שלומנו אין לאנדאן וועלן זיך אנרופן צום קריאת הקודש פון מרן רבינו שליט"א, צו מציל זיין א נפש אחת מישראל פון אונזערע תימנ'ער ברידער, ביים מאסן עצרת להצלת יהודי תימן, וואס איז פאררופן געווארן דורך די הנהלה פון "עזרת ישראל", און וועט פארקומען במעמד פון טויזנטער אידן, אין שפיץ פון גדולי הרבנים שליט"א פון לאנדאן, קומענדיגן זונטאג פ' קרח, אין זאל פון יסודי התורה.
מיט אנדערהאלבן יאר צוריק האט רבינו שליט"א אויסגערופן א קריאת הקודש, אז יעדע משפחה פון אנשי שלומנו זאל זיך צוזאמנעמען און אויסצאלן די הוצאות פון ראטעווען איין אידיש נפש קיין לאנדאן, וואו די עסקנים פון עזרת ישראל וועלן זיי אויפנעמען און מסדר זיין על צד היותר טוב.
אין די טעג ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צו ארויסברענגען ארום 70 נפשות פון די שטאט ריידא, וואו דער אידישער ישוב האלט זיך ביים אויפלעזן, צוליב די סכנת מיתה ממש וואס הערשט דארט אויף יעדן איד. ווי די עסקנים געבן איבער איז מעגליך, אז ביז עטליכע וואכן וועלן די תימנ'ער אידן קענען אנהויבן קומען קיין ענגלאנד, וואו זיי וועלן ענדליך דערגרייכן א מקום מנוחה.

*
*

*
