| נשלח ב-6/6/2010 15:07 |
|
| |
4 ארעטסירט ביי רעבעצין קרעטשמע!!
SatmarHQ: Action now by the rabitzion shul in kj aroinem arrested already 2 yingalit everybody should go now they need help ---
Update 4 arrested 1 is out already 1 taken in hospital now from the ratzicha



תוקן על ידי SatmarBum ב- 06/06/2010 16:06:08
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 15:38 |
|
| |
SatmarText: KY Khul making more Parking on Rebetzin's lot, Septic is out, NYSP arrested 4 zali's 4fighting KJPS. http://twitpic.com/1uh2oe
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 15:45 |
|
| |
וואס איז ווידער געשען מיט די חברה
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 16:24 |
|
| |
ניין, עס איז גארנישט גרינג צו זיין א בני יואל/זאלי אין קרית יואל! עס איז גארנישט אזוי גרינג פאר די חברה צו מיטהאלטן ווי יעדן מאנטיג & דאנערשטאג ווערן זיי ווידעראמאל צו שאנד און צו שפאט לעיני כל.
( אט הער איך ווי צוויי פארווייטאגטע יונגעלייט רעדן זיך אויס אז עס איז שוין גרינגער צו וואינען אין ארץ ישראל מיט די ציונים...)
אשריכם קהל יטב לב קרית יואל פארן זיך נישט דערשרעקן פון שי מטורפים, אין צו אייך בני יואל קען מען בלויז זאגן: אזוי קוקט מען אויס ווען מען גייט נישט צו דין תורה!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 16:30 |
|
| |
די רעבעצין-מתנחלים האבן זיך מיסתמא אינטערגעלייגט אונטערן טראקטאר אז ער זאל נישט קענען ארויסגראבן דעם הייליגען סעפטיק טאנק. דער טאנק וועלעכער זיי האבן אין זיינער צייט איינגעלייגט וועלטן אז דאס זאל אנקומען אין דער ערד.
טראכטענדיג פון די ציונים ביים גראבן די קברים האבן זיי געפלאנט צו טוען דאס זעלביגע, א זאך וועלעכער זיי האבן געגרייזט וויבאלד 4 פון זייערע מתנחלים זענען אנגעקומען אין חד גדיא. און אנדערש ווי אין ארץ ישראל קען מען דא נישט זאגן "איני מכיר". עס העלפט נישט.
עס וועט זיי נישט העלפן קיין סאך און זיי וועלן מיזן אנהייבן צו טראכטן פונעם ראליטעט.
זייער קרעטשמע איז א פארגאנגענהייט. וואלדמאן'ס קאנעקשאן מיט די פאליציי העלפט שוין נישט קיין סאך. קהל יטב לב האט א גרעסערע פארקינג לאט.
ס'איז א שאד זייערע מערכות און דאס אויפזיין גאנצעטע נעכט צו כאפן ווער עס דרייט זיך דארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 17:25 |
|
| |
די ארבייט שוין ב"ה פארטיג. דער גאנצער שטח איז גלייך! עס איז שוין גרייט צו ווערן אויסגעפלאסטערט אין די קומענדיגע טעג געהעריג ווי די איבעריגע חלק פון פארקינג לאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 17:55 |
|
| |
די ארבייט איז פארטיג - ס'איז פלאך! גרייט פאר א פארקינג לאט.
נישטא קיין שטיגן, קיין גראז, קיין סעפטיק טאנק.

|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 18:34 |
|
| |
ווי האט יענער געזאגט:
שוין לאנג נישט געטראפן דעם עולם אין א פארוואלקנטער זונטאג טאג מיט א שמייכל אויפן פנים.
די צולאזטע בני יואל/זאליס זענען געשטאנען און הייזעריגערהייט געשריגן "נאציס"
און דער פאליציי מאן דרייט זיך אויס און פרעגט:
"איז דיס אלל וואט די נאציס דאו, די מעיד קאנסטראקשאן?"
יא, מען האט אויך חיי שעה, מען האט באקומען א סטאפ ארדער, אבער וואס מיינט דאס? אז די סטעיפס גייען צוריקגיין? דער סעיפטיק גייט זיך צוריק באגראבן?
דער גאנצע שטח איז שיין פלאך רעדי פאר א פארקינג לאט
און וואלנער איז געבליבן הייזעריג פון שרייען
איך הער ווי איינער פרעגט דארט א צווילדעוועטן בני יואל, וואס שטערט דיר, מען מאכט דאך דא פארקינג, און עטץ גייט עטץ ממילא עס צוריקבאקומען, סאו וואס גייט דיר א אז מען מאכט דיר איבער דעם צוהאקטן ראוד?
אבער ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל ענטפערן, יענער האט אפגעגאפלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 19:05 |
|
| |
די חברה דרייען זיך ארום ציושעט און ציטומעלט און ווייסן נאך אליינס נישט וואס צו טוהן נעקסט... דער שיקט ארויס מעסעדשעס אז מען זאל שוין קומען און חרדים ווייל מען דארף תיכף אנאנסירן אז ר׳ משה לייב וויטריאל פארטרעיט זיי נישט, אבער אנקומענדיג און חרדים טרעפט מען נישט גארנישט, נישט קיין צעטלעך און נישט קיין אונטערשרופטן, דער שיקט ארויס מעסעדשעס אז הצלה ד׳קרית יואל איז שולדיג און מען טאר זיי בשום אופן נישט שטיצן...דער שרייט אז מען דארף נאך היינט נאכט מאכן א עצרת התעוררות און מוחה זיין, יאשקע אליינס טענה׳ט אז מען האט בכלל נישט געגראבן, עס איז נאר א חלום, קעטשאפ ליבערמאן איז מעביר סדרה אויף די הייליגע טרעפ וואס מען האט באוויזן צו ראטעווען... אקיצור עס איז ששון ושמחה ליהודים, וויאזוי זאגט יענער פארוואס איז אין קרית יואל ערגער ווי אין איזראעל? ווייל אין ארץ ישראל גראבט מען כאטש אויף די טויטע וואס לעבן סיי ווי נישט, אבער דא באגראבט מען דאך די חברה לעבעדיגערהייט...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 20:28 |
|
| |
בני יואל מאכען הפגנה היינט 7:00 געקען די גראבעינגען.....

תוקן על ידי SatmarBum ב- 06/06/2010 20:30:52
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 20:29 |
|
| |
ווי האט יענער געזאגט "זיי זענען מוחה ווייל מ'גראבט ארויס זייערע גדולים"
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 20:32 |
|
| |
פאר די דאזיגע סעפטיקער, באדערט נישט אזוי שטארק אז מען האט פלאכט געמאכט דעם באדן, ארום די געוועזענע קרעשמע, זיי האבן שוין לאנג שלום געמאכט מיטן מצב, אז די קרעשמע איז היסטאריע,
זיי באדערט בעיקר די מעכטיגע קידוש ה' ווען טויזענטער, טויזענעטער, יודן, זענען ארויס געגאנגען בחיצות העיר, דעם פארגאנגענעם מאנטאג, פראטעסטירן, קעגן די גזירות עקירת הדת, און קעגן די ממשלת הכופרים, בארצינו הק'
אויפן דירעקטן רוף פונעם שר צבא ה' כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
די עצם מציאות אז כלל ישראל אנערקענט כ''ק רבינו שליט''א אלס דעם גענעראל, און דער ראש הלוחמים, קעגן דעם ריעון הציוני, גנוי וואו ער האט מקבל געווען בבית מדרשו פון זיין היייליגן פעטער כ''ק רבינו הקוה''ט זי''ע,
דאס ברענגט די דאזיגע פונסטערע עלעמענטן, ארויס פון די כלים, דאס מאכט זיי ברענען און שעלטען, שימפן און שרייען, אז עס איז א פחד צו קיקן אויף זיי, זייער בני יואל פענימער, זענען רויט וואו פייער, די אדערן פון קאפ שטארצן ארויס, אז עס זעט אויס וואו עס גייט פלאטצען, ל''ע הייסע קאכעדיגע לאווע שפאראצן ארויס פון זייערע בני יואל נאז לעכער,
וואס איז?
זיי ארבייטען שוין יארן לאנג אראפצוגעבן כ''ק רבינו שליט''א אלס א פאלנער ציוני ח''ו,
דערווייל שטעלט זיך ארויס אז כ''ק רבינו שליט''א האט פאריפן א מעכטיגע פראטעסט, וואס איז געווען א געוואלדיגע קידוש שם שמים, און עס איז בלי ספק, געווען פון די גרעסטע און ווירקזאמע פראטעסטען, וואס דער יהדות החרידית האט נאר אמאל ארגענעזירט קעגן די ממשלת הכופרים, על אפם ועל חמתם, פון די ציונים און די סעפטיקער און די בג''צ'ניקעס
דער פארגאנגענע פרייטאג, האט דער אבי אבות הטומאה, אלעזר מיילך שטערן שר''י אזאנס געשאלטען און געשימפט, אדש דער שטעפיווקער שרף האט זיך געקענט פאר אים פארשטעקן,
די סעפטיקער קעגן שרייען און שעלטען, זיי קענען אפי' שרייען נאציס!
עס וועט זיי גארנישט העלפן, כ''ק רבינו שליט''א איז היינט רבן של ישראל, דער צדיק הדור, דער שר צבא ה' אויף וועם כלל ישראל קיקט ארויף, און וועם כלל ישראל הארכט,
ברוך שמסר עולמו לשומרים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 20:58 |
|
| |
זיי קענען פארן קיין וואשינגטון....
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2010 21:11 |
|
| |
דאס לייצנות איז דאך נורא נוראות, היינט נאכט האבן די לייצים פראקאלאמירט, א דעמיסטראציע א קעגן די אומאיידלע מעשה וואס די ווילידש האט אנגעווערטשאפט, מען האט אפיר געגראבן דעם אלטען ראסטיגן סעפטיק, און מגלה געווען די אמת'ע בני יואל ''גדולים'' או לדור שכך עלתה בימינו, דערמיט האט די ווילידש פאראורזאכט גאר א שווערן גרוך, מעט האט דאס געשפיערט ביז אלם עטרת צבי מאיר! שומי שמים על זה! פראגראם, פונעם אווענט! יוזל בן מרים, וועט אויפשפליען א הייליגע ווידעא, וואו מען וועט קענען זען דעם שארמאשער צדיק לייוו דער טשאטער שרף גייט סטראשענען מיט מסירה כדרכו, ר' ישעי' יענקל, גייט שרייען מיט באנימענע קולות, פסוקים, פון עזרא, תרי עשר, אכה, רות, מגילת אסתר, קינות, הגדה, אד''ג בעריש לויפער גייט בלאזען מיט א שופר פון רבי'ן זי''ע יעקב שמשון משטפיווקא השני, גייט זיך צו רייסען די קליידער, און שרייבן א תשיבה, אז די חביות של גדולים, צרוך גניזה, ר' יחזקאל גאלד פון פאלעסטיין, גייט פראקאלאמירן אז רבינו שליט''א איז אזוי זאב זשבוטינסקי שר''י דער שארמאשער צדיק גייט רעדן פון אלעם חוץ פון דער זאך, כדרכו יענקל תרך, גייט אויף צו להכעיס עסן אן א ברכה, (צילוב דעם גרוך, טאר מען דאך נישט מאכן קיין ברכה) מיילך שטערן שר''י גייט זיך אויפשטען אזוי ער האט געטאן נאך דעם וואס מענדל שווימער איז געווארן מעאר און פראקאלאמירן אז מען מיז זאפארט צודעקן, אזוי די קעץ, און די ארוינים זענען ערגער וואו די קעץ ווייל זיי דעקן נישט צו (איר געדענקט נאך איי... איי... זיסע זיכרונות) איך האף נאר אז עס וועט זיין א באס פון וויליאמסבורג, ווייל אזא מעמעד איז א שאד צו פארפאסען!!!!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/06/2010 01:35:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2010 03:23 |
|
| |
איך פארשטיי עכט נישט. ס'איז נישט דא גענג בית הכבוד'ס אין חרדים. וואס ווילען זיי דא איינרעדען פארן עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2010 03:32 |
|
| |
סעפטיק לוי' אין ק"י
פאר א מאסיוון ציבור פון קרוב צו פופציג אידן בליע"ה צו באגלייטן דעם סעפטיק טאנק למנוחת עולם ביים לאט פון יחזקאל בראך, האט דער כעס'יגער רעדנער מיט א דראמאטישע דורן תפלה ולמלחמה רעדע, נישט וואוסענדיג וואס צו שרייען ערשט, געלאזט מעלדן אז די די רשעים האלטן שוין ביים אונטערגיין...
נאכדעם האט מיט א געשטיקטע שטימע אויפגעטרעטן מיט א הערליכע רעדע, דער באקאנטער נואף שטערן, ווי ער האט מיט מיט א אנגעפילט מויל זיך גענומען שרייען קעגן די פלייש, די מתיבתא הק', פערלשטיין און וואס נישט? און מיט א קענטליכע באגייסטערונג האט דער לץ זיך גענומען שרייען מיט באנומענע קולות אויף וועם ס'האט זיך נאר געלאזט, אנגעפאנגען אויפן סאטמארן רבי'ן שליט"א, און געענדיגט ביי דער עסקן המפורסם הרה"ח משה אהרן שטיינבערג, און ח"ו נישט פארגעסן צו ארויסלאזן אפאר קללות אויפן חשוב'ן ראש הקהל הרה"ח דוד עקשטיין, און אודאי און אודאי אויף העסקן הנמרץ מו"ה משה לייב וויטראל.
משה לייב וויטריאל פוי... משה אהרן שטיינבערג פוי... דוד עקשטיין פוי... ראביי ט"ב שעם אן יו...
בקיצור דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן, און א יעדע וויילע אויסגעשריגן 'פוי' אויסצוקלארן דעם הייזעריגן האלץ.
די אדורך-גייער האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן ווי ערוואקסענע מענטשן קוקן אויס קלענער ווי פינף יאריגע קינדער - קיין גוזמא.
והעיר קרית יואל צהלה ושמחה
 |
|
|
|
|
|