2#: זאלי בני יואל זויערע לוזערס - הזהרו מן הצבועים!!
ס'ממש צום שטוינען ווי נאך א קלאסישע צביעות האט זיך היינט אפגעשפילט ביי די רביצין שול,
איך טראכט אזוי אריין וואסערע אומפארשעמטע חוצפה די צבועים זענען,
יעדער זעהט לעיני השמש ווי, שוין 6 יאר צום גוטן, די מופקרים דערטרענקן פשוט קהל מיטן ווילדש מיט אומדערהערטע הימלשרייענדע קלאגעס בערכאות של עכו"ם, טאג איין טאג אויס, ממש דער פארגאנגענע וואך האבן זיי ווייטער אריינגעגעבן א הימלשרייענדע מסירה קעגן די ווילעדש, זיי באגנבענען קהל מיט אידיש געלטער לעגאלע קאסטן, זיי ארבעטן אויף אלע פראנטן צו אונטערברענגן די ווילעדש,
און גארנישט, זיי האבן נאך די העזה צו ערווארטן אז קהל זאל זיך פשוט אראפציען די הויזן אין זיך לאזן אריינפראקן,
פארוואס? פאר ווען?
ווער לאזט דיך נישט רופן צו די"ת, ווער לאזט דיך נישט זיך אראפזעצן רעדן ווי א נארמאלע מענטש?
לויט זייער פארקרומטע קאפ, איז קהל מחויב זיי צו לאזן ווייטער קלאגן ערב ובוקר וצהרים, און זיי נאך זאגן שכוח אויך. און אויב ח"ו קהל לאזט זיך נישט, איז מען א נאצי, א טעראריסט, מ'דארף איבערדרייען די שטאט פראטעסטירן קעגן דעם רב קעגן די ווילעדש קעגן די הצלה און וועם נישט. [פארשטייט זיך אלעס גייט מיטן צביעות תירוץ פון רבי זיכרונעלברכה]
אנביליוועבל!!
 |
|
|