אלטר משה גאלדערבערגער המשוגע הידוע, זאגט אויך די זעלבע ווערטער. טוה דיך אן דעם ברייטן ביבער היט, קוועטש אראפ די אויגן ברעמען, געב א קרעכץ, ציה ארויף די גארטל ביז א מאקסימום און שריי אויס ווי א דונער אינמיטן העלן טאג "ברוך שכוונתי"...
ער גייט נאך א טרעפל ווייטער מיט זיין לשון לימודים, זאגנדיג אז אין ארץ ישראל איז דא "חפירות", און אין קר"י איז אויך דא חפירות. ווען אפי' לו יצוייר אז די קרית יואל'ע 'חפירות' זענען אומגערעכט, איז עס אויך קיין פארגלייך...
הא הא הא...
נשלח ב-7/6/2010 23:54
ווי האט מען די חוצפה צו פארגלייכן די חפירות פון די ציונים אין אר"י צו די חפירות פון די ציונים אין ק"י?
ווי קען מען דען פארגלייכן די עצמות צו אזא הייליגן סעפטיק טאנק וואס א יעדער איד ברויך זיך מוסר נפש זיין?
נשלח ב-8/6/2010 01:19
אין אויב איז עס יא די סעפטיק אזא הארבע זאך ווי גראבען קברים רח"ל ווי זענען די בני יואלע געווען ביי די פראטעסט אין מאנהעטען מילא די זאליס האבן כאטשיק געוואלט גיין קיין וואשינגטאן אבער די בני יואל האט דאך לכתחילא נישט געפלאנט ציקימען
אלא מאי זיי זענען א שטיק FAKE FONY BELONEY
נשלח ב-8/6/2010 17:25
איך שטיי און קוק די קליפ וואס מסור וואלדמאן האט ארויסגעלייגט, כלומר ווי מען שלאגט און מען הרג'ט אידן וואס זענען מוחה אויף חיטוטי שכבי פון די הייליגע סעפטיק זכותו יגן עליהם, און איך רייס מיר פאר געלעכטטער.
די פלאכע קעפ אין קינדערגארטן פארפירן און הוליען ארום אז מען דארף דאס שיקן פאר די פרעסע און ווייזן ווי מען דיסקרימינירט קעגן זיי.
ווען איך האב געזען נעכטן דעם בילד ווי דער וואלדמאן ליגט אויף דער ערד בין איך געווען זיכער אז מען האט אים גוט אנגעהרגט די ביינער (ס'איז אפילו געווען א פיקטשער פון א בלוטיג העמדל), למעשה מען זעט דעם קליפ זעט מען זייער גוט וואס גייט פאר, די ערשטע צוויי שטעלן זיך אראפ פאר פיקטשער צו ווערן ארעסטירט, און דער דריטער לייגט זיך אראפ און שטויסט, און למעשה ווערט ער פונקט אזוי ארעסטירט דורך די פאליציי.
על כן בני יואל, ווען איר שיקט די בריוו פאר אבאמא שרייבט אים אז נישט נאר פאבליק סעיפטי דארף מען אויפזאגן, נאר אויך די פאליציי פון נעבן קרית יואל דארף מען אויפזאגן, און די גווארדיע שלעגער'ס פון יענקל תרח מיט די אלע שלעגער בימי רבינו יואל וואס האבן טעראריזירט און געציפט רבנים ובעלי בתים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן, די וועלן איבערנעמען קאנטראל אין קרית יואל.
רוב פון די פובליק סעיפטי חברה אין קרית יואל זענען אףף דוטי פאליסלייט פון אנדערע פאליס דעפארטמענטס און זיי טריטן מענטשן וואס אטאקירן זיי אזוי ווי זיי טריטן מענטשן וואס אטאקירן זיי אין זייערע סיטיס.
נשלח ב-9/6/2010 01:46
נישט אין ארץ ישראל און אויך נישט אין קרית יואל, א שרעק..