וואס??? הע?
די לעקטער איז אנגצינדן, וואס? ס'דא טישא'ס, הע?
כ'קען טאנצן ביזן דאך, וואס? ס'גוט הייס, הע?
מ'קען דאך משוגע ווערן, מ'קען מיינען אז א האלבע שטאט איז טויב און די אנדערע העלפט איז איינפאך לעפצן פארשטאפט..
וואס מיינט דאס, וואס? הע? וויאזוי?
ביסט טויב? האסט געהערט וואס כ'האב געזאגט? אויב יא, וואס פרעגסטע איבער, און טאמער האסטו נישט געהערט, פון ווייסטו בכלל אז איך האב עפעס געזאגט..!!?
אז דו האסט געהערט האלבע ווערטער, זאג וואס דו האסט געהערט, ווייל ס'דאך בל תשחית פאר מיינע שפייעכטס, אז דו האסט איבריגע וואקס אין דיינע אויערן לעכער..
אדער ביסטו גארנישט טויב, נאר ס'איז סתם א שיגעון.. הע הע?? וואס וואס??
ווילסט אנהייבן א שמועס.. ערלעדיגט, פרעג גענוי וואס דו ווילסט..
וואס איז נייעס? וואס איז שלעכט מיט די אלטע..? ווער זאגט אז ס'האט זיך בכלל עפעס געטוישט פון נעכטן..
האסט נישט וואס צוטוהן יעצט, ממילא מוז זיין עפעס נייעס? און אפשר איז נאך געבליבן פון נעכטן שיריים וואס איז נאכנישט צעקייעט..
וואס טוהט זיך אין פאליטיק, אין וועלטס רעיסעס, אין הויף אין גאס אין דריטן וועלט.. מ'זוכט עפעס פרישע דאגות אשר לא שערום אבותינו..
גיי איך אין מקוה.. וואס איז נייעס.. ביי די קאווע.. אה וואס זאגסטע.. הע? כ'האניש געהערט?? גארנישט גארנישט!! דאס האסטו יא געהערט..
יא, שוין איינמאל..
ווער זאגט אז ס'איז אלעמאל נייעס, גיי טובל דיך, גיי דאווען ארבעט לערן עס, לאמיך רואיג, נישט יעדע ליאדע סעקונדע דארף זיך די וועלט טוישען און איך מיז זיך מיטדרייען מיט אלעס..
איך גיי נישט שטימען איך אויך נישט קריגן.. איך לאז געמאכט וויאזוי ס'איז..
אבער דער געבט נישט אויף..
האסט נישט וואס צו זאגן..הע?? קוקסט אויס יעצט אביסל.. וואס??
וואס הע.. וואס וואס...
הע????
 |
|
|