בית פורומים מנשה לוסטיג

האגראלע האגראלע..!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/6/2010 23:54 לינק ישיר 
האגראלע האגראלע..!!

האגראלע האגראלע..!!
שרייען די ווענט, מיט אזעלכע שרעקעדיגע אותיות, אז מ'האט געקענט מיינען דא איז מען אויפגעקומען מיט עפעס אזוי לעבענס וויכטיג, וואס איינמאל אין א יובל האט מען דערויף א זכי', און ס'דאך ממש א פאר'זעעניש טאמער וועט מען נישט איינהאנדלען דעם לעבנס גורל..
אבער וואס.. ווען ווי.. יעדן מאנטיג דאנערשטיג, וואס זאג איך? יעדעס מאל די זינט שיינט.. טאמער רעגענט אינמיטן טאג, קומען שוין די פרישע 'האגראלע חעברע'.. און באטאפן די ווענט באקלעבן דאס סביבה, אז ס'ממש מ'קען נישט זען דעם וועלטס סצענע, נאר טאמער מ'קוקט גוט אויף די 'וויכטיגע וויכטיג גאר וויכטיגע' האגראלע..
וואס האט זיך מנשה עפעס אזוי צעפייערט איבער דעם? מיינט איר אמת'דיג אז ס'נישטא קיין בעסערע טעמע אויפן אגענדע? ס'איז יא דא.. נאר וואס דען. וועט איר באלד הערן. לאמיר אייך נאר ווייטער שילדערן דעם ספעקטאקל פונעם 'האגראלע..'
ס'נישט געווען גענוג אז מ'הענגט אויף איין – זאל זיין 'גרויסע' צעטל.. ס'מוז הענגען ריזיג ש'בריזיגע צעטלעך, אזוי גרויס ווי ס'דא צו באקומען אינעם גרעסטן סייז, און נישט איינס, נאר פון יעדע דרשה און יעדע רעקלאמע הענגען דריי פיר פון יעדע סארט, און אלעס אינאיינעם זאגט איין ווארט. 'האגראלע'.. געלט, צדקה. נאך עפעס זאג עס? ניין!
ביי יעדע אפיל, פראבירן די עסקנים איבערדרייען די וועלט, און דעם ציבור'ס געדאנקן, מ'קאכט אויף א מצב, אן מ'קערט א וועלט, וואס הייסט ווי כאילו ס'האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אזא זאך.. דער ערשטער רחמנות זייט ששת ימי בראשית.. דאס גרעסטע הגרלה זינט מתן תורה.. כ'מיין וואס איז די קולות וברקים, די ריזיגע פלאקאטן וואס סטראשענען דאס לעבן פון יעדן יחיד, ווי כאילו טאמער וויל איך נישט געבן וויפיל זיי בעטן אויפן צעטל, 'לפחות הונדערט דרייסיג'... בין איך דער גרעסטע אכזר, און טעראריסט, טאמער קויף איך נישט דעם 'גראלע'.. בין איך דער גרעסטער נער אין מארקעט..
בכל זאת לא כעס מנשה.. דאס אלעס האט מיך נאר געמאכט לאכן.. העכסטנס אמאל וויינען אויפן יודישע מצב, צרכי עמך מרובים. אבער כ'האב נישט געפילט פאר וויכטיג צו קלאפן סאטירישע בוכשטאבן און צונישט מאכן דעם 'גראלע' באוועגונג..
וואס יא?
יעדער איינער וואס האט זיך שוין יא געלאזט איבער'רעדן, און האט געקויפט פארן פאסיגן פרייז, איינע פון די גאלדענע גליקן, א טיקעט קיין מצרים, א אתרוג האלטער פארן שטריימל, א טאביק פושקע פארן כלה, און א קאלאטשען האלטער פארן באבע.. די אלע חלומ'ן נאך יעצט.. אז זיי גייען עס געוואונען..
קליפ און קלאר, אז אויב ס'שטייט אין ווייסעך וועלכע ספר, אז טאמער מ'געבט פאר דעם און דעם צורך, געוואונט מען.. יעדער איז כמעט זיכער אז ער גייט טאנצן פאר שמחה, ווען ענדליך האט ער זיך געבראכן און געקויפט דעם דאפעלטן פרייז, וואס שטייט אויפן גורל דאקומענט, ער וויל נאר וויסן ווען איז די דאטום פון 'אויסציען גורל'..
אוי, דאס איז א געלעכטער אין א זייט, וויפיל גורלות קומען נעבעך אום, און זענען נישט זוכה צוקומען צום תכלית – וואס די גורל קויפערס ווילען..
מ'שטייט שוין און מ'ווארט בכליון עינים, היינט איז ערב מוצאי פרשת... היינט קומט פאר די גרויסארטיגע גורל.. הגורל די גרויסע גורל, וואס מיליאנע טריליאנע מענטשען ווארטן דערויף.. [אזוי שיינט עס, לויט די רעקלאמעס..]
נאך דריי שעה צום גורל, נאך א האלבע שעה צום גורל.. פינעף מינוט צום גורל..
מ'כאפט זיך נאך צו, אפשר דאך, אולי ירחם, און כ'וועל קענען געוואונען דעם גרויסן כוס של אלי', וואס כ'ווייס נאכנישט ווי כ'גיי עס האלטן, פארוואס פונקטליך איך וויל עס, אבער! לאמיר קודם האפן איך בין דער געווינער.. ס'מוז זיין איך גיי געוואונען, ווייל איך האב געקויפט 'דריי צעטלעך'.. דו הערסט.. ניינדי ניין פראצענט פוינט ניינדי ניין, אז איך גיי געוואונען..
די גורל קומט פאר ברבים.. [מיעוט רבים שנים.. וכולי האי ואולי..] איך געדענק נישט ווען כ'האב בייגעוואוינט א גורל געציעכטס, און איך לעב שוין לענגער ווי פון תענית אסתר ביז פורים.. און מארגן אינדערפרי ווייסט שוין יעדער!
בערל דער זוהן פונעם ראש הקהל דער עושר, האט עס געוואונען.. האב איך דען נישט געוואוסט??.. ווען האט עס ווען א ארעמאן א שלעפער געוואונען..?
און די קנאה געפילן שטייגן און שטייגן.. און מ'בייסט די בארד און די ציין, אבער שוין! אזוי איז עס.. האב איך שוין נאך א סיבה וואס פיינט צו האבן נאך צוויי יודען.. דער גורל ציער און דער געוואונער..
בכל זאת, האט זיך מנשה נאכאלץ נישט געבייזערט.. ס'איז מעשים בכל יום ביז אהער.. ריכטיג?
נאך א גרונטליכע פארשט ארבעט, האב איך אנדעקט א ווילדן מציאות, וואס דאס האט מיך ארויסגענומען פון די כלים, און מער פיט איך נישט צוריק אריין פאר רעגעניש.
צווישן די מקוה מחיצות און די וואש רום, פרעג איך עהם, יאנקל! וואס גייסטו טאקע טוהן מיט פופציג אלפים וואס מ'שמועסט די האסט געוואונען..
הע, ס'גייט נישט אזוי שנעל פופציג אלפים, קודם איז עס געזעצליך, ממילא מיין בענעפיטן האב איך שוין נישט.. די איבריגע געלט פראבירן זיי נאך אראפהאנדלען.. דו הערסט??!!!
בערל, נו א שיינע כוס של אלי' אויפן סדר וואס?
אך! וואס עפעס, איך קלונג אן, איך בין דער געוואונער, זאגט מען מיר, קום עס אויפ'פיקען.. איך גיי אהין, ''אויסלייז געלט''!!!
הערן מיינע אויגן ריכטיג זעען מיינע אויערן גלייך... ס'שווינדעלט מיר... אויסלייז געלט? איך.. האב.. געוואונען..!
אזוי מיט שמערל מיטן צענער לייכטער, אזוי מיט גימפל מיטן נייע ברענד נו שטריימל, און אויך יאסל און מענדל האבן צו פארציילן מיט באדויער.. מ'האט מיר געבעטן 'אויסלייז געלט' פארן נייעם סעט שלחן ערוך זוהר שוטנשטיין.. ואם כן למה זה אנוכי.. וואס האב איך בכלל געדארפט קויפן דעם רעפל..
אז איר פרעגט מנשה פארדעם, וואלט איר בכלל נישט געהאט די אפעטיט צו קויפן, ער וואלט אייך אזוי אין פלאץ געלייגט, אז איר וואלט געווען צופרידן מיט וואס איר האט אינדערהיים.
אבער קשיא בלייבט קשיא.. שוין בעסער צו בלייבן אין גורל שיסל, ווי איידער זאמלען שונאים, צוליב איין פיקוח נפש האגראלע..!!!



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > האגראלע האגראלע..!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext