עס איז שוין באלד דורך א קיילעכיג יאר זייט קרית יואל איז ליידער באטראפן געווארן פון א שרעקליכן אומגליק, ווען איינער פון אירע חשוב'ע און איידעלע תושבים איז פלוצלינג נפטר געווארן, וואס האט ארויסגערופן טרויער ביי [כמעט] יעדן.
נישט אריינגייענדיג אין אלעם וואס האט זיך ליידער אפגעשפילט יענעם טאג ווען מענטשן מזרע ישראל האבן אויסגענוצט א טראגעדיע, און דאס פארוואנדעלט אין א פאליטישן צירקוס, וועל איך זיך באציען צו איין זאך וואס האט פאסירט יענעם טאג, א זאך וואס קען פאררעכענט ווערן ווי א שוידערליכע און האר-אויפשטעלנדע סקאנדאל: די הצלה ק"י האט פשוט געהאלטן עטליכע שעה געפאנגען דעם נפטר ביי זיך אין טראק, אפגעזען אז די היצן האבן פשוט געפלאקערט אין דער גאס.
פארוואס האבן זיי דאס געטאן: צו באפרידיגן א געוויסן רעליגיעזן פירער וואס האט געוואלט האלטן די גאנצע וועלט אונטערדרוקט אונטער זיינע לאפעס!
אבער דעם עצם פאקט אז אן ארגאניזעישן וואס איז געגרינדעט געווארן מיט איין ציל, צו ראטעווען מענטשן אן קיין שום אנדערן ציל פון כבוד אדער פאליטיק, האט זיך דערקייקלט צו אזא נידריגן מצב!
און מיר שרייבן דירעקט ארויס "הצלה ק"י", ווייל דאס איז ליידער פארגעקומען אין איין איינציג פלאץ: נישט אין דער איסט-סייד, נישט אין דער וועסט-סייד, נישט אין די פייוו-טאוונס, נישט אין בארא פארק, נישט אין פלעטבוש, נישט אין מאנסי, נישט אין ניו דזשעירזי, אא"וו, נאר ליידער אין ... קרית יואל!
זייט דעמאלסט, במשך די לעצטע חדשים האט מען געהערט פארשידענע טענות אז הצלה ק"י שפילט פאליטיק. זי האט באזייטיגט כמעט אלע נישט–אהרונישע מעמבער, און וויל נישט ארייננעמען קיין פרישע אינגעלייט נישט–אהרונים וואס האבן זיך געטרעינט אלס הצלה וואלונטירן.
אבער דאס וואס עס איז היינט פארגעקומען איז שוין עולה על כולנה.
בשעת דעם רשעות'דיגן איבערפאל אויף די פארארדענונג פונעם רשע-הקהל דוד עקשטיין קעגן ביתו נאוה קודשד פון רבינו הקדוש זי"ע, האבן די משטרה פון די "קיריאט דזשאָועל עירי" דורכגעפירט בלוטיגע אטאקעס קעגן אומשולדיגע אידן וואס האבן פרובירט צו באשיצן דעם מקום קדוש.
אבער ווען מען האט גערופן "הצלה ק"י" האבן זיי זיך בכלל נישט וויסנדיג געמאכט. וויפיל מען האט זיך געבעטן ביי זיי, האט אבער גובר געווען דער באפעל פון דעם רשע–הקהל אז מען זאל נישט קומען. מען זעט די בילדער וויאזוי די רשעים האבן זיך געווארפן אויף די יונגעלייט מיט די גרעסטע מאס רציחה, אז זיי האבן געמוזט אנקומען צו מעדעצינישע הילף, אבער די "הצלה ק"י" איז נישט צום האַבן.
שטעלט זיך די שאלה: איז "הצלה ק"י" א הומאניטארע אדער פאליטישע ארגאניזעישן?