לוסטיג און לעבעדיג: מאסן פראטעסט ביים הויז פון דעם סבלן אויף סאנז קארט!!!
פון קרית יואל קומט באריכטן אז הונדערטער אידן האבן זיך פארזאמעלט אין די מינוטן ביים הויז פון דעם סבלן ר' אהרן טייטלבוים אויף סאנז קארט, און זענען מוחה אויף די רשעות און טעראר וואס ער און זיינע שלוחים טיילן אויס פאר די קרית יואל'ע תושבים וואס גייען נישט אין שפאן.
ווי מ'הערט האבן די אהרונים, וועלכע זענען באקאנט מיט זייערע אגרוף רשע, אנגעהויבן טיילן פעטש אויף רעכטס און אויף לינקס. מ'האט אפילו ארויסגענומען פון בונקער דעם אלטן טעראריסט, און היינט שוין שיינער איד, אלימלך דייטש, רעדאקטאר פון "דער בלאט", ער זאל איבערפארן מיט א קאר די מוחים.
פאר א לענגערע צייט האט מען פרובירט צו רופן די פאליציי, וועלכע האבן זיך נישט באוויזן אויף די צענע, אדאנק זייער געטריישאפט צו דעם רוצח משה לייב וויטריאל. אצינד הערט מען אז די פאליציי איז אנגעקומען אויפן ארט און פרובירט ברענגן קאנטראל אויפן מצב.
נשלח ב-7/6/2010 04:11
און די גלייבסט עס?
נשלח ב-7/6/2010 04:11
דער סבלן איז שוין ווייטער סובל...
די מינוטן קומט א באריכט אז דער סבלן האט זיך ארויסדערווישט פון א הונטער-טיר'ל פון זיין שטוב, כדי זיך נישט אנצושטויסן מיט די מאסן פראטעסטירער וועלכע געפונען זיך אויפן ארט. די גבאים האבן באשלאסן איינצושטעקן דעם בת היענה קאפ אין זאמד, כאילו "עס איז שטיל דא ביי אונז", און אים ארויסגעפירט מיט א קארוואן פון הצלה קאר'ס!
אשריכם תושבי קרית יואל! דאס איז די איינציגסטע וועג אראפצוברענגן דעם קאמינסטיש-אהרונישע וואנט!
נשלח ב-7/6/2010 04:14
א בילד פון די אהרונישע הונט (תרתי משמע!) אינפארענט פון שטוב פון דעם סבלן ר' אהרן טייטלבוים.
פארשידענע פלענער זענען אויפן טיש נאך די היינטיגע אויפגעפירונג פון די 'ניו יארק סטעיט פאליס' כלפי די תושבי קרית יואל.
אנגעהויבן פון היינט צופרי ווען די פאליציי האט געגעבן די פולע שטיצע פאר די וויטריאל אגענטור אנצוגיין מיט זייער גראב און געשלעג אקציע, און יעצט אויפדערנאכט ביי די פראטעסט ממול בית הסבלן אויף סאנז קארט.
ווי מ'הערט גייט די וויטריאל אגענטור באקומען, דעם קומענדיגען חודש, די אויטאריטעט אלץ די אפיציעל פאליציי אגענטור אין קרית יואל. וואס דאס מיינט אז ווען מ'וועט רופן 911 וועט וויטריאל האבן די בעלות אויף סצענע.
תושבי קרית יואל זענען אנטשלאסן צו טוהן אלע שריט וואס נאר מעגליך אז דאס זאל נישט פאסירן.
נשלח ב-7/6/2010 04:25
לאפלאש כתב:
ווי מ'הערט גייט די וויטריאל אגענטור באקומען, דעם קומענדיגען חודש, די אויטאריטעט אלץ די אפיציעל פאליציי אגענטור אין קרית יואל. וואס דאס מיינט אז ווען מ'וועט רופן 911 וועט וויטריאל האבן די בעלות אויף סצענע.
.
מיין זיידע נאכן קריג האט זיך געשפארט ברויט צו עסן און געקויפט א הערליכע שיינע נייע רעקל. ווען מיין באבע האט אים געפרעגט פארוואס? האט ער גע'ענטפערט: ממה נפשך: מיינע חברים, זיי זאלן זיך פרייען מיינענדיג אז איך האט געלט. מיינע שנאים: זאלן קראכן מיינענדיג אז איך האב געלט.
די זעלבע דא. איך ווייס נישט צו עס איז אמת צו נישטץ אבער דאס איז אמאל זיכער. ייש"כ לאפלאש פארן מאכן די ארונים אזוי פרייליך מיט די ידיעה אז יושקע וואלדמאן וועט מער נישט קענען רודפן די איינוואוינער פון קרית יואל. און מאכן אז די זאליס- בני יואל'ס אויגן זאלן ארויספאלן פאר שרעק און נערוועזיטעט.
ייש"כ
נשלח ב-7/6/2010 04:40
יעצט קומט די מעלדונג אז די משמשים פון דעם סבלן האבן אים אפגעפירט קיין מאנסי, וואו ער וועט פארברענגן די נאכט, אלעס די בלוט דרוק זאל זיך אים נישט הייבן, ווייל "ביי אונז איז שטיל".
נו, עפעס בילדער. פון די טויטע, פאוואנדערטע, הצלה קארס פונעם אינטער טיר. עפעס
נשלח ב-7/6/2010 04:49
דער פראטעסט איז אריבער אצינד צום הויז פון דוד עקשטיין, דער וואס האט אריינגעפירט די גאנצע אהרונישע קהלה מיט ר' אהרן אינאיינעם אין די גאנצע סומטאכע.
נשלח ב-7/6/2010 05:03
מי יתן אז איך זאל מיך אויך קענען משתתף זיין אין אזא מלחמת השם און מחאה קעגן דעם מנהיג מיט די גרעסטע ליסטע פון רשעות אין די היסטאריע, די בערלינע וואנט אין קעי זשעי איז שוין אט אט אראפ מזעהט שוין די ווארצלען