מיט גרויס הנאה טוען מיר מעלדן די נייעס אז דעמאקראטיע האט געוואונען אין ק"י, ווען א הייפעלע מענטשען האבען זיך צוזאמען גענומען אויסשרייען "זייער" וויי געשריי און קיינער האט זיי נישט געבאדערט.
מיר רעדן נישט פון עטליכע היץ קעפ וואס מיינען אז אויב עס וועט זיין טמנו ידם בצלחת, דאן וועט די וועלט נישט וויסען אז זיי עקזיסטירן.
ספעציעל קרעדיט קומט זיך פאר'ן פובליק סעיפטי דירעקטאר, פארען האלטען דעם מצב אונטער קאנטראל, אפילו ווען עס איז נישט געווען לויט זיין גייסט.
מיר וועלן לאזען די חברה שרייען אז זיי האבען געוואונען, אבער מיט אזא געוואונס ווער ברויך פארלוסטן.
לחיים לחיים
נשלח ב-7/6/2010 04:45
שפיטיווקער גאון ביים אויסשרייען זיין וויי געשריי
נשלח ב-7/6/2010 04:57
ווער ס'האט א קליפ ווי די זעלבע פאר בעלי מחלוקה מאכען אן א חילול השם. אין דרייען איבער די הייליגע שטעטעל טאהש פאר זייער ביליגע תאוות הניצחון -וואס דאמאלטס האט זיך אפגעטרייסעלט א יעדעס ערליכע איד פון די נידריגע ליצים אקטיארעןֹ- זאל עס דא פאסטען ביטע.
נשלח ב-7/6/2010 05:17
כלל ישראל בעט פון די תושבי קרית יואל זאלען אומשעדליך מאכען די ווילדע בני יואל'ע טעראריסטען. ווייל אז נישט וועלען זיי נאך ציריקברענגען קרית יואל צי די ברוטאלע ל' מ' יארען , ווען בליט האט זיך געגאסען פאר די וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן מיט די ווילדע בני יואל'ע טעראריסטען אין שלעגער'ס/ מ'דארפען נישט מורא האבען פון זיי נאר מ'דארף זיך ציזאם נעמען אין זיי פארדאמען פאר זייערע מעשים אכזריות מ'זאל זיך ציזאם נעמען ביי די וואלען אין ארויסווייזען אפשיי פאר די ביטערע מחלוקת וואס זיי פראבירען אריינציברענגען אין אונזער הייליג שטאט. מ'איז שוין בייגעקומען די ווילדע טעראריסטען איינמאל, און מיר וועלען בייקומען די בני יואלע טעראריסטען בעזרת השם יתברך, אין צירוק ברענגען די הייליגע שטעטל צי א רואיגקייט
נשלח ב-7/6/2010 05:28
היסטאריע!!! מהר"א אנטלויפט פון קרית יואל!!!
היינט פארנאכטס איז פארגעקומען א מאסן דעמעסטראציע אין פארנט פו "צאנז קאורט" ווי עס האבן זיך משתתף געווען אריבער 50,000 מענטשן (אויף די ארונים'ס קאלקולעטער), מוחה צו זיין אויף די בריאליטעט פון די רשעים פונעם ווילעדזש.
א מחזה איז געווען ווי כולם פה אחד האבן ארויסגעשריגן די ווייטאג אנטקעגן די כת ובראשם זייער מנהיג, ווי ערשטוינט איז דער עולם געווען צו זעהן, ווי אלעס חזר'ט זיך איבער מדה כנגד מדה, און מהר"א האט געדארפט אנטלויפן אינמיטן, נישט אויסהאלטענדיג די קולות, ער איז ארויסגעפארן פון "צאנז" באגלייט מיט עטליכע קארס, און געפארן אדורך די הצלה גאראדזש מורה'האבענדיג פון די מוחים, עס איז נישט צו באשרייבן די קולות וואס האט אפגעהילכט יענע מינוטין.
אויך איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם, ווען די מוחים האבן אויסגעשריגן, אז We Won’t State Police, און געוויזן דרמיט אז אונזער ווייטאג איז "נאר" אנטקעגן די רשעים, און נישט קיין התגרות באומות.
יתר פרטים יבואו אי"ה.
נשלח ב-7/6/2010 05:43
ס'איז נישט קיין צופאל, אז א וואך נאכדעם וואס סאטמאר האט פארשעמט די ציונים פאר די גאנצע וועלט אין אויסגעשריגען אז די ציונים זענען נישט אונזערע פארטרעטער אין נישט די ווארטזאגער פאר כלל ישראל. זאלען די ציונים שיקען זייערע דירעקטע שלוחים פון די U. O. און די הולכי בג''ץ קרייזען. צי פארשעמען האדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א. די שר צבאה אנטקעגן די קליפת הציונים. אין לייגען פרעשור ער זאל זיך אפשרעקען
זיי די ציונים קאכען אין ברויזען אויף די מעכטיגע מערכה וואס כלל ישראל פירט אנטקעגן די ביטערע גזירה פון חוטוטי שכבה, זיי האבען געמיינט אז די כח פון סאטמאר איז שוין ציבראכען חלילה היל''ת. זיי האבען געמיינט אז זיי קענען טוען מיט די ערליכע לוחמים אין ארץ הקודש וואס זיי ווילען. דערפאר ווילדעווען ארום זייערע שלוחים די מתנחלים אין די הולכי הבג''ץ. סאטמער וועט זיך אויף קיין פאל נישט אפשטעלען אויסצישרייען די דבר ה' ברמה און זיך אנעמען פאר אונזערע מסירות נפש'דיגע ברידער און ארצינו הקדושה, מיר וועלען זיך נישט אפשטעלען פאר גארנישט און מיר וועלען זיך נישט וויסענדיג מאכען פון די אלע בזיונות. כלל ישראל פארדאמט מיטען שארפסטען די ווילדע מעשים פון די ציונים און זייערע נאכשלעפער אין ניו יארק.
נשלח ב-7/6/2010 06:06
דער ס"מ פארלייגט אלע כוחות אונטערצוברענגן די כוחות דקדושה, אנגעפאנגן פון ארצינו הק'. און געענדיגט אין ירושלים דאמעריקע עיר כלילת יופי קרית יואל, די שטאט וואס רביה"ק זצ"ל האט געגרינדעט בשאירות כוחותיו.
די זעלבע וואס האבן פארלייגט וועלטן אז די ריזיגע מאסן דעמאנסטראציע זאל נישט פארקומען, און געפליקט פלאקאטן מיט גרויס כעס מיט די כוחות הטומאה, די זעלבע וואס האבן געצאפט דאס בלוט פון רביה"ק הברך משה זי"ע, טאקע די זעלבע צאפן דאס בלוט פון דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א.
בזכות אותו זקן רביה"ק המייסד הקרי' זצוק"ל האבן די עזות פנים'ער קיינמאל נישט געהאט קיין שליטה אויף דעם הייליגן שטאט, און מיט דעם זכות פונעם מייסד הקרי' וועלן די שלעגער ווייטער נישט האבן קיין שליטה אויף דעם שטאט וואס וועט בליען לשם ולתפארת עד ביאת גואל צדק בב"א.
נשלח ב-7/6/2010 06:12
רעכטער כתב:
די זעלבע וואס האבן געצאפט דאס בלוט פון רביה"ק הברך משה זי"ע, טאקע די זעלבע צאפן דאס בלוט פון דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א.
ברוינפן איך פארשטיי דיך נישט איז דען נישט פארשטענדליך אז די ארונים זאלן זיך אננעמען פאר זייער רבי'ן? צו וואס דארפסטו מאכן א גאנצן דריידל כאילו ס'איז דא דעמאקראטיע נאר "עטליכע היץ קעפ" האבן געווארפן אייער דארפט שרייבן ב"ה אשר לא השבית לנו גואל און ס'איז נאך דא ווער ס'נעמט זיך אן פאר כבוד ת"ח
נשלח ב-7/6/2010 08:02
נוטראלער, איך בין היינט נאכט געזיצן ביי א מסיבה אין מאנסי וואו מיינער א קרוב האט באקומען די כתר הוראה. אויף די אינוויטעישאן וואס איז געקומען צום מסיבה מיט דריי וואכן צוריק, איז געשטאנען אז מהר"א מסאטמאר שליט"א גייט באשיינען דעם אוונט, וכך הוה. בשעת עס איז פארגעקומען דער פראטעסט אין קרית יואל האט ער אויסגעטיילט די פרסים פאר די דריי מנינים יונגעלייט וואס האבן זיך פארהערט די הוראה און דערנאך האט ער געהאלטן א דרשה.
איך האב עס געשריבן דזשאסט פאר די רעקארד.
נשלח ב-7/6/2010 10:35
זיסקייט ווי האט יענער געזאגט די ווילסט הערן א מעשה אדער די ווילסט פרעגען קשיות
(וואס וועט זיין די ענטפער אויף די קומענדיגע חתונה וואס ווערט געקענסעלט פון די בנ"י האל? די "טעראר" תירוץ האט נעכטן עקספייערט...)
נשלח ב-7/6/2010 22:30
איך באווינדער שטארק די איינגעהאלטען קייט פין צד מהר''א טראץ וואס יעדער פארשטייט האבען זיי אין ק''י א גרויסע ישיבה מיט נאך הינדרעטער יונגעלייט וועלכע וואלטען געקענט נעמען די לייצעס אין די האנט ספעציעל נאכדעם וואס זיי האבען די אויבער האנט אויף די וויליזש אין פאבליק סעיפטי אין די גאנצע איבערקערעניש איז געווען קעגן געזעץ אן קיין פערמיט אין איבערקערער זענען געווען נישט מער ווי 50 ביז 75 יונגעלייט בחורים אין יונגלעך