בית פורומים כל העולם כולו

ריכטערין אין קר"י: ווארטן ביז איך קוק איבער די פלענער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2010 17:48 לינק ישיר 
ריכטערין אין קר"י: ווארטן ביז איך קוק איבער די פלענער

די ריכטער האט היינט אינדערפרי געבעטן פון קהל יטב לב אין קרית יואל  אז זיי זאלן נישט ארבייטן ווייטער אין די 30 פוס פון די רעבעצין'ס שטח ווילאנג זי קוקט נישט איבער די פלענער וואס מ'וויל דארט מאכן און דערנאך וועט זי זאגן וואס ווייטער.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/06/2010 19:00:42




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 18:17 לינק ישיר 

סוי די ווערץ הויז איז ציריק אפען?

אלעס בלייבט ביים אלטען


תוקן על ידי היראים ב- 07/06/2010 18:18:22




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 18:28 לינק ישיר 

אלעס בלייבט ביים אלטן.

די ווערץ הויז פארבלייבט אפגעשפארט אונטער שלאס און ריגעל.

זייער אמאליגער שטח פון שיינע טרעפ און געשניטענע גראז ארומגענומען מיט א צוים איז א פארגאנגענהייט.

זייער גרויסער געשלעג איבער א סוער/סעפטיק טאנק איז געגאנגען לטומיון און וואלגערט זיך ערגעץ ווי אין די מיסט.

4 בני יואל/מתנחלים זענען נעכטן ארעסטירט געווארן.

פולע בני יואל זענען נעכטן צישלאגן געווארן פארן זיין אויבער-חכמים ביי זייער א.ג. פראטעסט.

צענדליגע דאזן אייער זענען געניצט געווארן פאר צדה לדרך פאר די פאר צענדליגער מתנחלים-בחורים ווועלעכע זענען געשטאנען מיט טאוולן אויסגעשפילט אויף פארעסט רד.

און אלעס בלייבט ביים אלטן. דער ווערץ הויז איז פארשפארט!!

ווער האט געגלייבט נעכטן פארטאגסט ווי גוט עס גייט גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 19:05 לינק ישיר 

דו אהרוינים האבן דא געכאפט גאר א שטארקע פאטש. נאכדעם,וואס זיי האבן געהאט ערענסטע פלענער צו בויען תלמוד תורות,בית חינוך לבנות,און נאך אנדערע גררויסע פאריעקט'ן. אויף די דרייסיג פיס לעבן די רעבעצין,און צוליב די פסק פונעם ריכטערן וועט עס קענען בלויז דינען פאר א פשוטע פארקינג לאט,העכסטענ'ס פאר א סוכה(אויב מען וועט עס נוצן פאר א סוכה וועלן די קאהן ברידער'ס דארפן צאלן די קאסטן פון נעכטיגע גראבונגן) און וואו עס זעט יעצט אויס הייבט זיך די רעדל אן צו דרייען דו אנדרע ריכטונג עד כדיי כך אז מען ארבעט שוין צוצוגרייטן די היסטארישע חנוכת הבית וואס וועט איין מאל פאר אלעמאל אריין געבן פאר די אהרוינים אז זיי וועלן חרטה האבן פארן עס האבן אפגעשפארט די עטליכע וואכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 19:29 לינק ישיר 

לדעתי האלט איך אז דאס גייט נישט אנהאלטן, און דאס גייט שיינערהייט צוריק גיין צו אנשי הרביצין,

די מציאות איז אז דער שטח איז לכתחלה געווען געבויט זאל זיין א חלק פון די הויז, די שטיגן די גראז, און אלעס ארום, און ס'איז שוין אזוי פונעם טאג וואס דער הויז שטייט, 30 יאר, ממילא וועט לכאורה דער קארט עס אזוי צוריקשטעלן, פונקט ווי דער קארט האט פארשטאנען אז מ'קען נישט פון איין טאג אויפן אנדערן ארויסווארפן די ערקאנדישנס, ווייל יעדער האט פארשטאנען אז לכתחלה האט מען עס געבויט אדעתא דהכי אז דער הויז זאל פיסילטעטן די יוטיליטיס פון ביהמ"ד, די זעלבע קען מען נישט פון איין טאג אויפן אנדערן טוישן די סטאטוס קווא פון דעם שטח וואס איז שוין אזוי פון די טאג די הויז שטייט,

ווי מ'זעהט גייט דער קארט אויף א שכל'דיגן דרך, זיי זאגן אזוי: ביז די 2 צדדים וועלן קומען צו א פארשטענדיש (וואס ליידער קוקט עס אויס ווי קיינמאל) זאל אלעס פונקטליך בלייבן אזוי ווי עס איז געווען אינעם טאג וואס מ'האט געבויט די הויז, דער הויז האט מען געבויט פאר א איין פאמיליע הויז, זאל עס בלייבן א הויז, דער דאך מיטן בעיסמענט האט מען געבויט זאל האלטן די יוטיליטיס פארן שול, זאל די יוטילטיס בלייבן, און קהל זאל האבן ציטריט צו עס, די זעלבע אויב דער שטח מיט די שטיגן פארנט און ארום די הויז איז געבויט זאל זיין א חלק פונעם הויז, והא ראי' ס'איז אלס אזוי געווען, זאל עס אזוי בלייבן.

כן נראה לפי עניית דעתי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 20:03 לינק ישיר 

אוי וויי די הייליגע סעפטיק טאנק בלייבט אין דעראויסען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 20:31 לינק ישיר 

רבי_יונה כתב:
אוי וויי די הייליגע סעפטיק טאנק בלייבט אין דעראויסען.

אוי וויי אויך די הייליגע פירער בלייבט אין דעראויסען. נאך די גאנצע שמוץ קריג קען ער נאכאלץ נישט אריינגיין אהין פון זיין מזרח וואנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 20:41 לינק ישיר 

איך האלט אז דער סעפטיק טאנק ברויך מען לייגן אויף א בכבוד'יגער ארט. עס ברויך זיין א מאנומענט אז די קינדער וועלכע זענען נעכטן געשלעפט געווארן צו האלטן פלאקאטן, זאלן חלילה נישט פארגעסן ווי ווייט א איד ברויך זיך מוסר נפש זיין פאר א סעפטיק, אז ביזן זיך שלאגן מיט הענט און פיס.

למען ידעו דור אחרון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 21:12 לינק ישיר 

קראך הוט. דו ביסט נישט אזוי גוט באקאנט מיט די פאקטן.

דאס צו די שטח גיהער צו די בנ"י איז שוין לאנג נישט קיין פראגע. דאס איז שוין כתוב וחתום פונעם פריערדיגן אורטייל אז די בנ"י האבן בלויז די דירה און נישט די איזמענטס ארום און נישט קיין פארקינג און נישט דעם דאך. און אויף איז מען ניטאמאל דן.

וואס יא, די בנ"י טענה'ן יעצט אז זיי וועלן נישט האבן א וועג אריין צו יענעם טיר, אויף דעם זאגט די ק"י קהל אז לויט די בוי פלענער פונעם פארקינג לאט וועט מען קענען אריינגיין אינעם טיר אן קיינע טרעפ. דערויף האט די דשאדשקע געבעטן אז זי וויל זעהן די פלענער, און דא האלט מען. דאס אלעס ותו לא.

און נאך איין אנטוויקלונג וואס כ'האב אויסגעלאזט: יוסעלע פריעד זינגט חסדי ה'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 21:39 לינק ישיר 

מדה כנגד מדה

דוד עקלשטיין האט געקלאגט אידן מיט קאנטעפט אויף קאורט
יעצט האט די ריכטערין ארויף געלייגט אויף אים מיט זיין לויער א קאנטעמפט אויף קאורט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/6/2010 21:55 לינק ישיר 

נוטראלער כתב:
מדה כנגד מדה

דוד עקלשטיין האט געקלאגט אידן מיט קאנטעפט אויף קאורט
יעצט האט די ריכטערין ארויף געלייגט אויף אים מיט זיין לויער א קאנטעמפט אויף קאורט


אזוי?
מיט וואס האט מען אים געקלאגט
וויפיל דארף ער באצאלען? גייט מען אים אייזעצן?

די קוקסט אויס צו זיין דער מיט די טעוועלע אין די האנט וואס האט זיך געגארגעלט מיט זיינע קינדער אין אינערגעהאלטן די פאליציי אדער זיין'ס א חבר

קודם גיי פרעג יאשקע וואס מיינט
קאנטעמפט אויף קאורט





תוקן על ידי היראים ב- 07/06/2010 21:56:39




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 22:46 לינק ישיר 

ממש נישט צום גלייבן ווי שנעל דער רעדל דרייט זיך.

קוים דעם אנהויב ווינטער האט נאך קיינער נישט גע'חלום'ט פון אזא מציאות אז דער מושב לצים וועט זיצן אונטער שלאס און ריגל.

איצט איז גאר דער שמחה אז... די ריכטערין האט געהייסן אפשטעלן די ארבייט אויף 2 וואכן צו מאכן דעם פארקינג לאט...

נישטא ווער זאל לאכן.

סאטמארע אידן וואונטשן נאך און נאך אזעלכע שמחות ביז משיח'ס טאג בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 23:19 לינק ישיר 


פון אינערליכע קוועלער הער איך אז די ריכטער האט באזירט איר ארדער, אויף דעם פאקט אז מרחיקין מן הספעטיק חמשה עשרה אמה.

דערפאר האט זי געראטן פאר קהל צו שטיין ווייט 30 פוס פונעם סעפטיק, ווייל דער גערוך דארט איז נישט צום אויסהאלטן.

תורה'דיג טאר מען דארט קיין אידיש ווארט נישט זאגן.
מענטשליך איז דאס אויך אנגענעם, און האט מערערע ענווייראנמענטאל פראבלעמען.
אלזא, צי וואס זאל מען דארט ארבעטען?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ריכטערין אין קר"י: ווארטן ביז איך קוק איבער די פלענער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext