בית פורומים אידישע געדאנק

האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2010 19:56 לינק ישיר 
האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!

איך וויל בשום אין אופן נישט אריינגיין אינם זינלאזען וויכוח, ביז יא א אהרויני ביסט נישט א אהרויני, איך גיי בשום אופן נישט ענטפערן אויף די סארט שיטה. איך גיי זיך באציען נאר צו די נקודות אין פאקטן ארום מיין עצם דיסקאשען. איך בעט די מנהלים זאלן שטיין וואך און מיר העלפן האלטן די דעם אשכול אויף די רעלסן.

אמת אז עס זענען שוין דא אפאר אשכולות איבער דעם נושא, אבער עס איז נאך נישט דא קיין איין אשכול וואס גייט באהאנדלען די נושא פון מיין פוינט-אפ-וויוא.

יעדער וואס ווייסט אפילו נאר אביסל וואס דא גייט פאר (איך רעד נישט פון די וואס קויפן לאקשן, פון ביידע צדדים) ווייסט אז די דירה איז בכלל קיין שאלה נישט אז עס געהערט צו בני יואל, אזוי אויך ווייסט יעדער אז די שטח ארום געהערט צו קהל.

אויף דעם סמך האט קהל יעצט געלאזט אראפברעכן די שטיגן וואס שטעקן זיך ארויס פונם דירה אריין אין קהל'ס פראפערטי. די אפיציעלע ווערסיע איז אז קהל דארף מער פארקינג פאר די לומדי ומתפללי בית המדרש.

דאס איז אמאל זיכער אז די גאנצע געשעפט ליגט יעצט אין געריכט "קיינער" ווייסט נישט וואס די סוף וועט זיין. מאכט נישט קיין טעות, די עצם דירה איז נישט אין געריכט, דאס איז כתוב וחתום פאר בני יואל. סך הכל וואס ליגט אין געריכט יעצט איז דאס עפענען די דירה אלס א ביהמ"ד. און צו דעם קומט צו א דין ודברים בנוגע שטח פון אינדרויסן.

די געזעץ איז אז ווען יענער האט א שטח וואס איז גענצליך ארומגענומען מיט דיין שטח (אזוי ווי די מציאות איז מיט די דירה) ביסטו מחויב איבערצולאזן פלאץ פארן אינעוויניגסטען אנצוקומען באקוועמערהייט צו זיין שטח, די קענסט נישט גענצליך אפשפארן דיין שטח און דערמיט פארמאכן דעם וועג פארן אינעוויניגסטען צוצוקומען צו זיין שטח. אזוי איז אויך די הלכה. און טאקע פארדעם קען קהל נישט אינפארסירן א "נאו טרעספעסינג" אויף זייער שטח קעגן בני יואל ווייל געזעצליך דארפסטו יענעם לאזן אריבערגיין.

יעצט איז שוין גרינגער צו פארשטיין וואס די גייט פאר. קהל האט זונטאג צופרי אויסגעניצט זייערע רעכטן און ארפגעבראכן די טרעפ פון די דירה וועלכע שטעקט זיך אריין אין קהל'ס שטח. דאס איז קלאר אז די אקט פון אראפברעכן די טרעפ איז נישט אזוי גלאטיג ווי קהל שטעלט דאס אהער. נישט בחינם האבן זיך די טרעקטאר'ס אנגעריקט "זונטאג פארטאגס". ווען קהל וואלט געקענט דורכפירן די אקציע מיטן כח פון געריכט וואלט קהל דאס געקענט טון מיטוואך 12:00 אינמיטן העלן טאג.

עס איז קיין ספק נישט אז די שטח פון די טרעפ וועלן אריבערגיין א געריכטיליכער פארהער נישט קיין נפק"מ ווי שטארק קהל קען אויפווייזן אז עס איז געווען אין זייער שטח איז מעגליך אז געזעצליך קען זיך בני יואל באנוצן מיטן שטח.

עס איז קלאר אז ס'קען זיך ארויסשטעלן אז מיט דעם אקט פון אויסרייסן האט קהל פארדינט דעם שטח מיט די טענה אז "די פאקטו" איז נישט דא קיין טרעפ דארט צום דירה. אבער די קלארקייט מאכט די השתמשות אויף דעם שטח אויס ספק, ווייל געריכטליך קען פונקט אזוי זיין אז בני יואל זאל געווינען א זכות השתמשות אויף דעם שטח ווייל ווען קהל האט איבערגעשריבן דעם פראפערטי זענען די סטעפסט געווען דארט. פונקט אזוי קען אין געריכט אויך בלייבן אז קהל האט רעכט אויסצורייסן די טרעפ און לאזן פאר בני יואל א שמאלערע דורכגאנג אויפן צווייטן זייט פונם בנין.

לולא עס וועט זיך יא ארויסשטעלן אז קהל קען ניצן דעם שטח איז דאס סך הכל א פארדינסט פון 2-3 פארקינג פלעצער, נישט מער.

דא קומט אריין מיין שאלה. האט זיך געלוינט פאר א "ספק" פון פארדינען 2-3 פארקינג ספעיסעס. נישט נאר א ספק נאר א "ספק ספיקה" אזוי ווי אויבן געשמועסט אז עס קען זיין אז קהל וואלט דאס סוף כל סוף סיי ווי באקומען פונקט אזוי ווי בני יואל קען דאס נאך געווינען.

חז"ל האבן אונז געלערענט אין אבות, הוי מחשב שכר מצוה כנגד שכרה ושכר עבירה כנגד הפסידה.

פרעג איך אייך, האט זיך געלוינט פאר אזא ספק ספיקה מבזה און משפיל צו זיין די כבוד פונם רבי'ן?

ווען די קליפס פון די שלעגעריי אין סקווירא זענען צושפרייט געווארן האבן די קליפס נישט געברענגט קיין איין טראפ כבוד פאר סקווירא, אפילו עס איז געווען קלאר אז די פראטעסטירער זענען א קליינע קבוצה פון 10-12 פראסטע בחורים אין אינגעלייט ווען אקעגן זיי זענען ארויסגעקומען גאנץ סקווירא אין די מאסן צו פראטעסטירן קעגן די 10 ליידיגייער. ועל כולם זענען די פראטעסטן נישט געווען געריכטעט קעגן דעם רבי'ן.

איז א הוה אמינא אז עס לוינט זיך פאר אזא קליינעם "אפשר'דיגע" געווינס פון 2 פארקינג פלעצער א מאסן דעמאנסטראציע פון "הונדערטער" אידן "אין הארץ פון שטעטל" קעגן רבי'ן און דער רבי האט נישט ווער עס זאל זיך בכלל אנעמען פאר זיין כבוד?

פאר איר ענטפערט מיר קוקט דורך דעם גאנצן קליפ (ווינציגער ווי 10 מינוט).

<* http://www.youtube.com/watch?v=pLnL_EheqIY  


תוקן על ידי המהדרין ב- 07/06/2010 20:13:27




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 20:14 לינק ישיר 

איך וויל קלארער מאכן מיין פוינט.

חוץ א נביא בן נביא קען קיינער נישט קומען יעצט זאגן אז קהל האט "פארדינט" פון דעם אקט אין די צוקומפט, עס קען פאסירן אז בני יואל זאל דאס געווינען אין קארט, דעמאלטס איז די דורכפאל א דאפעלטע. אין אזא פאל איז די נעכטיגע פרשה א 1000% דורכפאל, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.

אפילו עס וועט זיך ארויסשטעלן אז קהל האט יא פארדינט 2 פארקינג ספעיסעס, האט זיך דאס געלוינט? לדעתי איז די תירוץ א גרויסע פעסטע "ניין".




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 21:03 לינק ישיר 

אזוי אויך חוץ א נביא בן נביא קען נישט וויסן אז דייקא דורעכן אראפנעמען די סטעפס "בעפאר" זיי באקומען דעם פערמיט פאר א בית המדרש (דאס איז לויט די וואס האלטן אז זיי גייען געווינען דעם קעיס אקעגן ווילעדזש) וועט העלפן אז מען זאל זיי נישט לאזן מער ווי א נארמאלער דורעכגאנג פאר א דירה, ווייל כולא עלמא מודים אז כהיום יום איז קיין פערמיט פאר א בית המדרש נישטא, און דאס קען נאר געניצט ווערן פאר א דירה, יעצט קומען די בני יואל און פארלאנגען פון ווילעדזש א פערמיט, און אויב דער קארט וועט הייסן פארן ווילעדזש געבן א פערמיט, וועט דער ווילעדזש געבן א פערמיט לויט די אומשטענדן פון יענעם טאג, און דאס איז לכאורה דער טעם פארוואס זיי האבן דאס געטון זונטיג, ווייל אינמיטן די וואך קען מען באקומען א דזשאדזש תיכף ומיד, און זונטאג ביז מען האט געטראפן א דזשאדזש האט מען פארטיג געמאכט דעם דזשאב, און קהל האט גענוג צייט צו שלעפן דעם קעיס אז ס'זאל אדורך גיין א היבש לאנגע צייט און דער בנין אן דעם ברייטן אדורכגאנג זאל זיין א פאקט. כנלענ''ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 21:09 לינק ישיר 

הוספה: למעשה ONLY TIME WILL TELL צו ס'האט זיך געלוינט צו נישט, אבער חיי שעה איז דאך אויך געלעבט, און דער תענוג ונחת צו זען די אדערן פון יאשקע וואלדמאן שפרינגן פון זיין האלז, און זען די יאמערליכע קולות פון די בני יואל ווי זיי שרייען אוי אוי!, קען מען זאגן אויף דעם דיינו, פאר דעם אליין האט זיך דאס געלוינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 21:45 לינק ישיר 

טאקע דאס איז מיין שאלה.

עס איז בכלל נישט זיכער אז מען האט עפעס פארדינט דערפון. אפילו ווען עס זאל זיך ארויסשטעלן אז קהל האט יא פארדינט 2 פארקינג ספעיסעס, איז מיין דעה אז עס האט זיך נישט געלוינט די 2 נארישע פארקינג ספעיסעס פארן פרייז וואס דאס קאסט. עס איז נישט נאר בזיונות ארום די גאנצע וועלט היינט, עס איז אויך א בכיה לדורות, אין מציאות איז נישט דא נאך א פראטעסט דאקומענטעד קעגן רבי'ן אין זיין שטאט פון הונדערטער אידן וואס שרייען דערנידרענדע סלאגאנען.

האסט זיך דאס געלוינט? לדעתי ניין, ווען איך זאל זיין אין קהל וואלט איך דאס נישט צוגעלאזט. דעם רבי'נס כבוד איז וויכטיגער ווי 2 פארקינג ספעיסעס.

יא, פאר אזאלכע פארשוינען וואס חיי שעה איז פאר זיי געלעבט האט זיך דאס געלוינט, אבער וואס איז מיט די עתיד? דארט איז דאס א מעוות לא יוכל לתקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 21:56 לינק ישיר 

ווער האט דיר געזאגט וואס זיי האבן געוואלט פארדינען, איך האלט אז זיי האבן דן געווען בכובד ראש און זיך דורעכגעשמיסט מיט די לויערס און מחליט געווען אז עס לוינט זיך יא, און לאמיר מאכן א קלארן פוינט, און דאס איז וואר פאר ביידע צדדים, ווען איינער שרייבט "איך האלט" אדער "איך מיין" מיינט דאס "איך האף" אדער "איך וויל", דו''ק ותשכ''ח, סא, נישט איך און נישט דו ווייסט וואס עס גייט זיין, דו קענסט חלומען דאס ערגסטע, און איך וועל חלומען דאס בעסטע, אבער ביזדערווייל, איז אין לך אלא מה שעיניך רואות, מען דארף לייגן אויף א וואג שאל פון איין זייט די יאמערליכע קולות פון די בני יואל, די הויעכע בלט דרוק פון יאשקע מסור, דו אומבאנומענע קללות פון וואלנער, און מצד השני דער פראטעסט וואס האט נישט געברענגט קיין כבוד פאר רבינו שליט''א, לדעתי איז הכל לפי המבייש והמתבייש, און איך האלט (פארגעסט נישט, דאס מיינט "איך האף"), אז דער פראטעסט האט היבש געשאדט פארן אימעדזש פון די בני יואל, על כל פנים, ווי פריר געשריבן, ימים ידברו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 22:24 לינק ישיר 

לפי עניית דעתי האט זיך דאס געלוינט פאר דוד עקשטיין.
איך וועל דאס אביסעלע מסביר זיין.

איך קאן עהם שוין איבער 47 יאהר פון ווען ער האט נאך געלערנט אין מאנטרעאל ביים דשיבויער און אויך אין אונזער ישיבה אין ווילאמסבורג. ביי יעדע געלעגנהייט האט ער געארבעט בכל כוחו און געשטרעבט אז אלעס זאל זיין צו עהם און פאר דעם צווייטן זאל זיין גארנישט. אזוי ווי די משנה אין אבות זאגט שלי ושלך שלי. ער האט מיט דעם געוואלט שולט זיין אויף יעדן וועם ער האט נאר געקאנט. סיי זיינע ברודערס, סיי חברים. אזוי אויך נאך די חתונה מיט זיין בעל הבית פון גאלדען פלוי מילעך. דערנאך ביי די התחלה ווען ער האט אנגעהויבן מיט אינשורענס און פראבירט איבער קלוגן דאקטער ראזענבערג וכו'.

יעצט ביי די פרשה פון די רעבעצען'ס בימד"ר האט ער געהאט א פשוטע חשבון. ער וועט צו דריקן די הנהלה פון בית יואל צו די וואנד ביז זיי וועלן עהם מסכים זיין צו פארקויפן דעם הויז פאר א גוטע פרייז וואס ער איז יעצט גרייט צו באצאהלן כדי ארויס צו גיין אין א ניצחון. נו היות דער הויז איז דאך פארשפארט און מ'נוצט דאס ממילא נישט, וועט ער אפ ברעכן די צוים פון אלע זייטן און פארשפארן דעם איינגאנג דארך פארבויען דעם פארקינג לאט אז מ'זאל דאס נישט קענען אזוי גרינג צוריק נוצן פאר א דרך הרבים. און אזוי וועט ער די הנהלת הבימד"ר לייגן א שטריק אויפן האלז. מיט א חשבון אז זיי וועלן דאס עהם פארקויפן.
יעצט איז אזוי. דוד האט זיכער געהאט א גרויסע הנאה פון זונטיג 7 צופרי ביז מאנטיג צופרי. צו לכל הפחות ביז 7 פארנאכטס. 

לכאורה האט ער נאך אלס א שטיקל האפענונג אז אויב, אויב ס'וועט עהם געלונגען צו קענען בלאקירן דעם איינגאנג, וועט ער די בעלי בתים פון בית יואל האלטן ביים גארגל און צווינגען צו א מקח.

למעשה האט ער אבער א ביטערן טעות. ווייל די רעבעצען ע"ה האט זעהר גוט געקאנט דעם דוד עקשטיין נאך פון אלס בחור, ער האט זיך געדרייט ביי די רעבעצען אלס בחור און אלס חתן, זיין פאטער הרהגה"צ ז"ל האט ארויס געמאלקן פון די רעבעצין שווערע געלטער פאר די ארגענטינער בית רחל. אויך האט דוד אויף אסאך אופנים פראבירט זיך אריין צו חנפנ'ען ביי די רעבעצען ע"ה ווען ער האט זיך ארויס געצויגן אויף קרית יואל. נאר ס'איז עהם נישט געלונגען ווייל די רעבעצן ע"ה איז געוועהן אויף עהם א גרויסע מבין. 
האט די רעבעצין ע"ה זעהר גוט פארשטאנען די פלענער פון דוד עקשטיין איבערהויפט וואס דאמאלט איז נאך געוועהן ידו תקיפה אסאך שטערקער ווי היינט. האט זי מיט גרויס פארזיכטיקייט געשריבן דיא צוואה און איבער געארבעט מיט מורי הוראות עטליכע מאהל אויף יעדן פרט אז באיזהו אופן שיהי' טאר דאס בשום אופן נישט פארקויפט ווערן נישט פאר דוד עקשטיין און נישט פאר זיינע שותפים.

בלייבט נאר פאר דוד עקשטיין די איינציגע ברירה דאס צורוה צו לאזן.

די אנדערע ברירה וואס ער האפט אפשר צו טוהן איז דעם נער'ישן פלאן פון "גם לי גם לך לא יהי" 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 22:29 לינק ישיר 

ס'איז זייער איידל פון דיר אז די פראבירסט צו פארדרייען די שמועס אויף א איידעלען אופן רעדן פון איך וויל איך האף מיט די נארישע טענה'ריי פון יוסל'ס בלוט דרוק, מיט סעפטיק זיצער און קרעטשמע זויפער.

אויב דאס איז דיין מהלך המחשבה האב איך בכלל נישט גערעדט צו דיר.

איך רעד צו נארמאלע מענטשן וואס קענען וועגן די שכר קעגן דעם הפסד. די הפסד איז קלאר לכה"פ אויף האלבוועגס. איך גיי נישט אריין אינם גאנצן בילד ווי עס איז דא נאך אסאך צו שמועסן ווי לדוגמא די איסור אויפן סידור קידושין פון בני יואל.

אויב איז נאך געווען האפענונג אז דרויסענדיגע רבנים זאלן זיך צושטעלן צום איסור איז דאס יעצט לכאורה א פארגאנגענהייט, איך זע נישט קיין שום מציאות אז די עדה אדער הרב וואזנער זאלן אינטערשרייבן א איסור אויף סידור קידושין אין די גלילות פון א שטאט אין די צייט וואס אינם שטאט זעלבסט זענען פארהאן הונדערטער וואס שטעלן זיך ארויס בריש גלי בחוצות העיר שרייען אז דער רב פארטרעט אונז נישט.

איך ווייס נישט וואס קהל קען פארדינען פון דעם אקט חוץ 2 פארקינג ספעיסעס און אז בני יואל וועט האבן "שמאלערע" סטעפטס.

ווען די רעדסט פון געוואלדיג אויפטוען וואס דאס קען ברענגען פאר קהל ביטע שרייב קלאר "וואס". ווייל פאר 2 פארקינג סעפיסעס האט זיך די געשעפט נישט געלוינט. נעכטן טאקע האט דער עולם געהאלטן אז יא, אבער היינט נאכן זען די קליפ'ס און נאכן סטעי פון קארט האבן די אלע וואס האבן מיר נעכטן מסביר געווען פארוואס עס איז א געווינס, זיך געטוישט מיינונג און זענען אנטוישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 22:35 לינק ישיר 

מיין פריערדיגע תגובה איז געריכטעט צו גערעכטער1

צו דיר צבי הירש:
דוד האט נישט קיין שום וועג נישט אין קארט און נישט ביי בי"ד צו בלאקירן דעם אריינגאנג. סך הכל אויב וועט זיך סוף כל סוף ארויסשטעלן אז ער האט עפעס פארדינט דא איז נישט מער ווי 2 פארקינג ספעיסעס.

אדרבה קען איינער אנצייגן וואס נאך ער קען פארדינען פון דעם אקט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 22:43 לינק ישיר 

אוי רעדסטו שטותים, ווער דארף די רבנים זאלן זיך צו שטעלן צום איסור, דער איסור איז קאי וקיימי פונעם הייליגן בעל דברי יואל זי''ע, און נתחזק געווארן דורך דעם דיין העיר וואס ער האט ממנה געווען, נישט דער דיין שליט''א און אוודאי נישט דער דברי יואל זי''ע דארף הילף פון אנדערע רבנים, אדרבה, לאמיר זען צו עעמעציר וועט געבן א היתר דארט מסדר קידושין זיין, און נאך מער, לאמיר זען צו א אינדרויסענדיגער רב אדער דיין (וואס אלע בלי שום יוצא מן הכלל האבן דאך ליב כבוד און געווענדליך טרעפן זיי א היתר אויף אלעם ווען זיי געניסן דערפון) זאל דארט אנעמען א סידור קידושין, אבער לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס, למעשה איז נישט נאר צוויי פארקינג ספעיסעס א געווינס, נאר אפילו פאר בלויז איין פארקינג ספעיס האט זיך געלוינט ארויסצו נעמען די בני יואל פון גלייך געוויכט, ס'איז א פלעדזשער געווען צו זען דעם וויי געשריי פון די אומגליקלעכע בני יואל. און צו סוף כל סוף וועלן זיי געווינען אין געריכט איז עני באדיס געס!.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 22:47 לינק ישיר 

אין מיינע אויגן איז בכלל נישט קיין "פלעדזשער" ווי די רופסט דאס צו זען ווען בני יואל גיבט ארויס א "וויי געשריי" אויפן חשבון פון רבי'נס כבוד.

אויב ביסטו פון דיע וואס דעם רבי'נס כבוד גייט זיי נישט אן האב איך נישט גערעדט צו דיר, איך רעד צו די וואס דעם רבי'נס כבוד איז עפעס ווערד ביי זיי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:34 לינק ישיר 

צביהירש כתב:

האט די רעבעצין ע"ה זעהר גוט פארשטאנען די פלענער פון דוד עקשטיין איבערהויפט וואס דאמאלט איז נאך געוועהן ידו תקיפה אסאך שטערקער ווי היינט. האט זי מיט גרויס פארזיכטיקייט געשריבן דיא צוואה און איבער געארבעט מיט מורי הוראות עטליכע מאהל אויף יעדן פרט אז דאס הויז זאל מוקדש ווערן לתורה ולתפילה פארקויפט ווערן פאר דוד עקשטיין מיינט א צירקוס פאר ר' אהרן'ס קאמפעני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:39 לינק ישיר 

כל הנערים, קענסט אזוי גוט זיין מסביר זיין וואס די ווילסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:47 לינק ישיר 

כ'האב פשוט געמאכט א קאררעקשן אין צביהירש/רעבעצין'ס צוואה
 
דאס איז וואס צביהירש שרייבט,

האט די רעבעצין ע"ה זעהר גוט פארשטאנען די פלענער פון דוד עקשטיין איבערהויפט וואס דאמאלט איז נאך געוועהן ידו תקיפה אסאך שטערקער ווי היינט. האט זי מיט גרויס פארזיכטיקייט געשריבן דיא צוואה און איבער געארבעט מיט מורי הוראות עטליכע מאהל אויף יעדן פרט אז באיזהו אופן שיהי' טאר דאס בשום אופן נישט פארקויפט ווערן נישט פאר דוד עקשטיין און נישט פאר זיינע שותפים

 איך האב פשוט מתקן געווען זיינע שטיסים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 00:36 לינק ישיר 



מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו, דער גרעסטער כבוד פאר רבינו שליט''א איז אז די בני קורח שרייען און וויינען, וואס מיינסטו, ווען די ערד האט זיך געפענט ביי קורח האבן זיי נישט געשריגן?, אבער דאס איז כבוד שמים און דער כבוד פאר רבינו שליט''א אז די ובני קורח לא מתו, כאפן מפלות איינס נאכן אנדערן. דו פארשטייסט נישט? איך ווייס פארוואס!!!


תוקן על ידי המהדרין ב- 08/06/2010 18:14:41




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2010 02:00 לינק ישיר 

גערעכטער
די מיט דיינע תרוצים פארשעמסטי אפילו די פערדין פין שטאל
 וואס איז דיין ציל סתם צי ענטפערין
דיין ווארצעל איז טאקע אינגאנצען פארמאכט נישטא פין ווי דער טראפען שכל זאל אריינקימען
שווייג שוין שטיל פאר איין מינוט לערן דיך אויס דעם סיג לחכמה שתיקה
לאז איינעם מיינען אז די ביסט א טראפעלע קליגער.   

אין נעקי סתם פאר אינרעסאנטקייט איך מיין די בני יואל האבען שוין עפעס מער באקימען פין וואס זיי האבען געהאט לעצטע וואך זיי האבען שוין דרייסיג פיס ארים זייער שיל וואס ביס היינט איז עס קוים געווען 10


תוקן על ידי המהדרין ב- 08/06/2010 18:15:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext