בית פורומים כל העולם כולו

י-ם - ווידער אמאל געשלעג צווישן די זאלי'ס קאמפעני מיט ר' חיים הערש'ס קאמפעני

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2010 21:11 לינק ישיר 
י-ם - ווידער אמאל געשלעג צווישן די זאלי'ס קאמפעני מיט ר' חיים הערש'ס קאמפעני

ווידער אמאל איז נעכטן זונטאג פארגעקומען שלעג צווישן ר' חיים הערש'ס קאמפעני (י.ש. י.וו.) מיט זאלי'ס קאמפעני (שטיינבערג).
נעכטן איז נפטר געווארן און ירושלים הרה"ח רבי ברוך קליין ז"ל לאנגיעריגער גבאי דביהמ"ד אהל רחל. די לוויה האט פארשטייט זיך געדארפט ארויס גיין פון ביהמ"ד אהל רחל ווי דער נפטר איז געוען גבאי אבער אזווי די לעצטע טעג קומט פאר שטארקע פראטעסטן און ירושלים איבער די גראבינגען און די הפגנות גייט ארויס פון ביהמ"ד אהל רחל האט חיים הערש מודיע געווען אז כדי עס זאל נישט צוקומען צו בזיון המת (???) וועט די לווי ארויס גיין פון זיין הויז נישט ווייט פון ביהמ"ד און די הספדים וועט פארקומען נעבן זיין הויז און עס וועט דורך גיין אויף עטליכע מינוט און ביהמ"ד. גלייך האבן זיך די שטיינבערג'ס ארויף געכאפט אויף דעם אז מען קען ווידער אמאל אינטערצינדן די פייער און מיט א תירוץ אז עס איז נישטא קיין גרעסערע בזיון המת פון דעם אז זיין אייגענע לוויה זאל נישט ארויס גיין פון א ביהמ"ד ווי ער האט אלע יארן עוסק געווען מיט תורה ותפילה וגמ"ח זיי האבן אריין געמישט די משפחה פון בני ברק און זיי האבן אויף געהויבן א טלפון צו חיים הערש אז אויב די לוויה גייט נישט ארויס פון ביהמ"ד וועט עס ארויס גיין פון שמגר און גלייך אויף הר המנוחות. די זאליס קאמפעני האבן גלייך געלאזט ענגען געלייגט צעטלעך מודעות איבער די לווי מיטן קעפל "ביהמ"ד אהל רחל" אז די לוויה וועט ארויס גיין פון ביהמ"ד אהל רחל און חיים הערש'ס קאמפעני האבן געקענט מאכן וואס זיי ווילן און זיי האבן זיך אינטעגעגעבן און האבן אויך ארויס געגעבן א מודעה מיטן קעפל "קהל יטב לב" אינטערגעשריבן מוסדות וכדו' און עקסטער "ביהמ"ד אהל רחל" אז די גאס זאל ח"ו נישט מיינען אז זאלי'ס קאמפעני האבן איבער גענומען די ביהמ"ד.
אבער די גאס וועלכע ווייסט נאך נישט פונקטליך וואס עס גייט דארט פאר קוקן אן מיט געשפאט וואס איז די צוויי מודעות פון "ביהמ"ד אהל רחל"??


די זאלי'ס מודעה.



חיים הערש'ס מודעה. (אינטערגעשריבן ביהמ"ד אהל רחל)








דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2010 02:04 לינק ישיר 

דאס אז די ביסט א פשוטע "חלה דעקל" האב איך שוין לאנג געוואוסט, אבער דאס אז די קעהסט פשוט נישט מאכן קיין גיטע ספינס דאס איז מיר שוין א חידוש.

כדי מען זאל פארשטיין פארוואס איך זאג אז עס איז פשוט אן אומגעלונגענע ספין, וועל איך עס אביסל מסביר זיין פאר די וואס פארשטייען נישט.

לדבריך קומט אויס אז קודם איז געווען די צעטיל פון "ביהמ"ד אהל רחל", און ערשט דערנאך דאס צעטיל פון קהל יט"ל, יעצט גיב א קוק און די צעטיל פון "אהל רחל" שטייט הלוויה התקיימה, וואס דאס איז טייטש אז דער לוויה איז שוין געווען, און אינעם צעטיל פון "קיל יט"ל שטייט הלוויה תצא, וואס טייטשט אז דער לוויה גייט ארויס גיין, איז וויאזוי קען דער צעטיל פון קהל יט"ל זיין נאכן צעטיל פון אהל רחל.

ווי זינגט דער וועלט, אז מען ווייסט אז מען קען נישט נעמט מען זיך נישט אונטער......




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > י-ם - ווידער אמאל געשלעג צווישן די זאלי'ס קאמפעני מיט ר' חיים הערש'ס קאמפעני
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext