בית פורומים אידישע געדאנק

המכה מצרים בבכוריהם: זאלי'ס י-ם צושפליטערט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2010 23:02 לינק ישיר 
המכה מצרים בבכוריהם: זאלי'ס י-ם צושפליטערט

קרעדיט עירהתורה

ווידער אמאל איז נעכטן זונטאג פארגעקומען שלעג צווישן ר' חיים הערש'ס קאמפעני (י.ש. י.וו.) מיט זאלי'ס קאמפעני (שטיינבערג).
נעכטן איז נפטר געווארן און ירושלים הרה"ח רבי ברוך קליין ז"ל לאנגיעריגער גבאי דביהמ"ד אהל רחל. די לוויה האט פארשטייט זיך געדארפט ארויס גיין פון ביהמ"ד אהל רחל ווי דער נפטר איז געוען גבאי אבער אזווי די לעצטע טעג קומט פאר שטארקע פראטעסטן און ירושלים איבער די גראבינגען און די הפגנות גייט ארויס פון ביהמ"ד אהל רחל האט חיים הערש מודיע געווען אז כדי עס זאל נישט צוקומען צו בזיון המת (???) וועט די לווי ארויס גיין פון זיין הויז נישט ווייט פון ביהמ"ד און די הספדים וועט פארקומען נעבן זיין הויז און עס וועט דורך גיין אויף עטליכע מינוט און ביהמ"ד. גלייך האבן זיך די שטיינבערג'ס ארויף געכאפט אויף דעם אז מען קען ווידער אמאל אינטערצינדן די פייער און מיט א תירוץ אז עס איז נישטא קיין גרעסערע בזיון המת פון דעם אז זיין אייגענע לוויה זאל נישט ארויס גיין פון א ביהמ"ד ווי ער האט אלע יארן עוסק געווען מיט תורה ותפילה וגמ"ח זיי האבן אריין געמישט די משפחה פון בני ברק און זיי האבן אויף געהויבן א טלפון צו חיים הערש אז אויב די לוויה גייט נישט ארויס פון ביהמ"ד וועט עס ארויס גיין פון שמגר און גלייך אויף הר המנוחות. די זאליס קאמפעני האבן גלייך געלאזט ענגען געלייגט צעטלעך מודעות איבער די לווי מיטן קעפל "ביהמ"ד אהל רחל" אז די לוויה וועט ארויס גיין פון ביהמ"ד אהל רחל און חיים הערש'ס קאמפעני האבן געקענט מאכן וואס זיי ווילן און זיי האבן זיך אינטעגעגעבן און האבן אויך ארויס געגעבן א מודעה מיטן קעפל "קהל יטב לב" אינטערגעשריבן מוסדות וכדו' און עקסטער "ביהמ"ד אהל רחל" אז די גאס זאל ח"ו נישט מיינען אז זאלי'ס קאמפעני האבן איבער גענומען די ביהמ"ד.
אבער די גאס וועלכע ווייסט נאך נישט פונקטליך וואס עס גייט דארט פאר קוקן אן מיט געשפאט וואס איז די צוויי מודעות פון "ביהמ"ד אהל רחל"??


די זאלי'ס מודעה.



חיים הערש'ס מודעה. (אינטערגעשריבן ביהמ"ד אהל רחל)








דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:29 לינק ישיר 

ס'פאסט נישט פאר דיר בכלל, די שטעלסט זיך אהער ווי א רעכט דענקענדער מענטש, ווי פאסט פאר דיר צו קויפן און פארקויפן ביליגע לאקשן.

איך וועל דיר שטעלן א לאגישע שאלה איז עס דען מעגליך אז אינערליכע רייבעריי צווישן די זאלי'ס זאלן אזוי נישט מיר נישט דיר "ארויסרינען" צו די אהרוינים?

יעצט וועל איך דיר געבן א חידה.

היכא תימצא אז די 2 פלאקאטן וואס די האסט געברענגט צייגן איבער שווארץ אויף ווייס אז דיין מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן?

אויב די טראכסט אביסל קענסטו אליינס ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:35 לינק ישיר 

איך דארף נישט אנקומען צו דיין הסכמה אבער טענק יו עני וועי.

א.   איך האב געגעבן קרעדיט פארן שרייבער, איך האב דאס נישט געשריבן.
ב.   דאס אז עס שטייט אויף ביידע צעטלעך בראשות אב"ד ור"ם איז נישט קיין סתירה צו די מעשה בכלל (אויב דאס איז דיין שווארץ און ווייסע ראי'ה
ג.   ווען צוויי צדדים רייסן זיך ארום קען אלעמאל זיין אז איין צד האט ארויסגעגעבן די אינפארמאציע, אין דעם פאל קען דאס זיין שטיינבערג זאל וועלן צופיקסן ר' חיים הערש, און ס'קען אויך זיין ר' חיים הערש'עס חברה ווילן פארפיינטן שטיינבערג ביי די זאליס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:44 לינק ישיר 

ווען איך רעדט פון שווארץ אויף ווייס, רעדט איך פון שווארץ אויף ווייס.

איך וועל די געבן א רמז פון דיינע אייגענע ווערטער... "זיי האבן זיך אינטעגעגעבן און האבן אויך ארויס געגעבן א מודעה מיטן קעפל "קהל יטב לב" אינטערגעשריבן מוסדות וכדו' און עקסטער "ביהמ"ד אהל רחל" אז די גאס זאל ח"ו נישט מיינען אז זאלי'ס קאמפעני האבן איבער גענומען די ביהמ"ד."

די צעטלעך וואס די ברענגט איבערצייגן שווארץ אויף ווייס אז די שרייבסט ליגענט!

טרעף ווי!

אויב די קענסט נישט וועל איך געבן נאך א רמז, אינם צעטל מיטן קעפל אוהל רחל איז בכלל נישט דערמאנט אז די לווי' וועט פארקומען אין אוהל רחל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:50 לינק ישיר 

פריש, עצה טובה קמ"ל, ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן בלייבט מען שטיל.

עס שטייט קלאר יא וועגן די לווי'. עס איז נישט קיין קינץ צו שרייבן זיך זיך, האסט וואס צו זאגן? רעדט קלאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:57 לינק ישיר 

קוטשא פייא

קוק איבער בעסער וואס ס'שטייט דארט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:59 לינק ישיר 

זיי מיר מוחל פארן איבערשאצן דיין שכל, איך האב געמיינט אז די ביסט קליגער פון עווריד'ש אהרוינים...

די בויעסט אויף א פשעטל אז די זאלי'ס זענען צוריסן מיט "ר' חיים הערש וכת דיליה" די באקסט א מעשה כאילו ר' חיים הערש האט נישט געלאזט די לווי' ארויסגיין פון אהל רחל, דעריבער האט די זאלי קאמפאני אים צוגעפיקסט און געהאנגען צעטלעך אינטערן נאמען "אהל רחל" אז די לווי' וועט פארקומען אין אהל רחל... איז ר' חיים הערש וכת דיליה געבליבן חוזק האבן זיי שנעל געהאנגען צעטלעך אינטערן נאמען "קהל יטב לב"...

א שיינע מעשה, אבער עס שטימט נישט מיט די פאקטישע צעטלעך.

קוק אויפן צעטל "אהל רחל" וואס האט לויט דיין מעשה געצווינגען ר' חיים הערש אויפצוגעבן וועסטו זען "שווארץ אויף ווייס"             "די לווי'ה איז פארגעקומען...." מען האלט שוין נאך די לווי'ה משא"כ אויפן צעטל פון "קהל יטב לב" שטיין "שווארץ אויף ווייס            "די לווי'ה וועט פארקומען....."

יעצט וועל איך דיר געבן די זעלבע עצה וואס די האסט מיר געגעבן, אויב האט מען נישט וואס צו ענטפערן בלייבט מען שטיל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 00:26 לינק ישיר 

איך וועל נאכאמאל איבער'חזר'ן וואס איך האב פריער געשריבן. "איך האב נישט געשריבן די מעשה, איך האב געגעבן קרעדיט פאר "עירהתורה".

איך בין נישט נאך א רבי_יונה שרייבער, עס פאסט מיר מודה צו זיין ווען איך מאך א טעות און איך וועל קיינמאל נישט שרייבן קיין ליגענט בידוע תחילה.

איך וועל מהיום והלאה נישט נאכשרייבן פון עירהתורה.

נאר איין זאך בלייבט אומפארשטענדליך, וואס איז פשט פון די עקסטערע מועדות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 00:34 לינק ישיר 

לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, למשל ווען א ראש הקהל אדער שיינער איד פון - לאמיר זאגן - בית המדרש בית ברוך, מאכט א שמחה. און עס איז דא אין די בלאט צענדליגע מודעות מיט מזל טוב'ס, קענסט טרעפן איין מזל טוב פון קהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל, און קענסט אויך טרעפן א מזל טוב עקסטער פון בית ברוך, און אפילו אין די קהל צעטל וועט זיין אונטערגעשריבן אלע פיליאלעס פון קהל, אלע בתי מדרשים פון קהל אין קרית יואל וועט יעדער פארשטיין אז ס'נישט קיין מחלוקת, אזוי גייט עס. קהל געט א עקסטערע מזל טוב און דער בית המדרש וואו ער דאווענט געט א עקסטערע. וואס איז נישט צו פארשטיין?

איך האב עס מסביר געווען מיט א משל פון א שמחה ווייל איך ווי נישט רעדען פון שטארבען, אבער דא איז די זעלבע זאך, קהל געט א צעטל, און אהל רחל שטעלט אררויס א מודעה אז זיי באוויינען פרעזענליך דער נפטר.


נאך עפעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 00:42 לינק ישיר 

עס קוקט אויס ווי רוב אשכול רעדט איינער צו זיך אליין'ס
הוא מותיב והוא מפרק

נער די וועם גייסטו בלאפען?
א חוץ דעם וואס ס'איז קעגן די תקנות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2010 01:13 לינק ישיר 


דיןתורה דו האסט דריי ניקס אויף דעם פורום?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 01:25 לינק ישיר 

שוין, האמיר נאך אנאשכול מיט הימלשרייענדע פאקטען איבער דעם שרעקליכע געהיימע מלחמה אין י-ם וואס נאר די כיטרע ארונים ווייסן דערפון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > המכה מצרים בבכוריהם: זאלי'ס י-ם צושפליטערט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext