בית פורומים אידישע געדאנק

היום: מאסן פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגן דעם ראש הממשלה פון קרית יואל!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2010 15:12 לינק ישיר 
היום: מאסן פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגן דעם ראש הממשלה פון קרית יואל!!!

היינט, דינסטאג נאכט ווען דער סבלן וועט וויילן אין וויליאמסבורג, אויפצונעמען זיין ציבור אקסן לברך ולהתברך, וועט פארקומען א מאסן פראטעסט אינפארענט פון זיין שטוב אויף 152 יוז סט., עס וועלן זיך צוזאמנעמען שלומי אמוני ישראל, און אויסשרייען דעם ווייטאג פון אחב"י תושבי עיר הצדק קרית יואל, וועלכע זענען נעבעך אונטערדרוקט אונטער דעם רעזשים פון דעם סבלן.
 
דער פראטעסט איז פאררופן געווארן דורך די חשובע עסקנים, נאכן פרובירן אלע מיטלען אפצושטעלן די מעשי טעראר, רציחה און אכזריות מיט וואס מ'באגייט זיך קעגן אונזערע ברודער פון קרית יואל אבער אן ערפאלג. און ליידער איז דאס דער איינציגסטער שפראך וואס דער סבלן פארשטייט, זייענדיג דער וואס האט אלץ געשטופט און מחזק געווען דאס פראטעסטירן קעגן יחידים און רבנים, ווייל דאס וועט זיי ברעכן.
 
תושבי וויליאמסבורג וועלן ארויסקומען היינט נאכט 9 אזייגער אין די מאסן און אויסשרייען דעם וויי-געשריי פון אונזערע ברודער אין קרית יואל!
 
-פרטים יבואו-



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 18:53 לינק ישיר 

איך הער דאך אז ר' אהרן איז אנטלאפן קיין אריזאנע און קיין טעקסעס, נו קעגן וועם גייט מען פראטעסטירן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/6/2010 19:05 לינק ישיר 

זיי זאגן שוין דאס אויפן האטליין אז ער גייט שוין זיין צוריק פון אריזאנע און וועט קענען שפילן קוויטלעך אויף יוז סטריט, 

אבער איך הער אז די פליגער גייט שפעטיגן אדער גייט ער סתם אזוי נישט אנקומען היינט צוליב טעכנישע סיבות וכו' 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 20:08 לינק ישיר 

קאנפירמד: ר' אהרן טייטלבוים וועט זיך געפונען אין זיין שטוב אויף 152 הויז סט. היינט אווענט פון 8:30 ביז 11 אזייגער.
 
דער מאסן פראטעסט איז גערופן אויף 9 אזייגער.
 
קול דמי אחיכם צועקים אלי! כולנו למערכה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 20:51 לינק ישיר 

איך האב הנאה אז עטץ זאגטס דעם אמת.

די קוויטלעך (אפשר די פדיונות) דאס באדערט ענק, אבער נאך ווי.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/6/2010 20:55 לינק ישיר 

בדרך אגב, פארוואס דארף נישט הגז"ל קומען איין מאל א וואך קיין קרית יואל צו נעמען קוויטלעך? פארוואס פאדערן ענק דאס נישט? פארוואס פארשטייען מיר ארונים אז ווען מ'האט אזאך זיך אדורך צו שמועסן לויפט מען פון איין רבי צום צווייטן. נאר מיר האבן אונזער רבי? פארוואס זענען די ארונים פון ווילאמסבורג אנגעווייטאגט אז די רבי שליט"א קומט אריין אזוי ווייניג?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/6/2010 21:02 לינק ישיר 

אהרונים, איך מיז ענק זאגען עס באדערט אינז זייער שטארק אז ענקער רבי זיצט אין עפעס א בונקער אויף

יוז סטריט, בשעת דער יונגערער ברידער, דער גנב, זיצט על כסא מלכתו אויף בעדפארד עוו.


תוקן על ידי המהדרין ב- 08/06/2010 22:26:28




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/6/2010 21:21 לינק ישיר 

‎​Thousands to attend tonights mass demonstration against Rabbi Aron Teitelbaum http://bit.ly/awcaN0



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 21:38 לינק ישיר 

NOYOUCANT כתב:
איך האב הנאה אז עטץ זאגטס דעם אמת.

די קוויטלעך (אפשר די פדיונות) דאס באדערט ענק, אבער נאך ווי.

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 23:08 לינק ישיר 
וויליאמסבורג וועט שטורעמען היינט דינסטאג ביינאכט אויף הויז סטריט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 00:48 לינק ישיר 

ווען אפאר צולזאטע יונגלעך, מיט קליינטישגע קעפ, פראטעסטירן אקעגן א גדול בישראל און מנהיג לאלפים ורבבות ההולכים לאורו, קען מען נאר זאגן "נעבעך נעבעך", אזוי משוגע צו זיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 01:01 לינק ישיר 

לאעליכם


האסטו די זעלבע זאך געזאגט אויך ווען "אפאר צולזאטע יונגלעך, מיט קליינטישגע קעפ" האבן פראעסטירט קעגן א "א גדול בישראל און מנהיג לאלפים ורבבות ההולכים לאורו" וואס באלאנגט נישט צו דיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 01:10 לינק ישיר 

אז דער מנהיג לאלפים האט שוין אויסגעטיילט צרות לאלפים און ציבראכן אידישע שטיבער למאות און מבזה געווען אמתע גדולי הדור לעשרות, איז נאר רעכט זיך צו באגיין מיט אים אויף א ענליכע שטייגער,               איך האב ליב ווי די אומשילדיגע ארונימלעך קענען פשוט נישט פארשטיין וויאזוי מקען פראטעסטירען קעגן א רב......עס דערמאנט די באקאנטע דרשה פון רא"ט בנוגע דעם עירוב, ווי דער סבלן האט פשוט נישט געקענט באגרייפן וויאזוי מקען שרייען אויף א אנדערע איד שבת.....עם עיקש תתפתל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 01:40 לינק ישיר 
די ווענט אין די שולן פון וויליאמסבורג רופן דעם עולם צו א מחאה אדירה היינט ביינאכט!

http://satmarnews.files.wordpress.com/2010/06/protest-poster.jpg


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 22/06/2011 04:10:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 01:42 לינק ישיר 

רבותי!

קושקע און היראים/rebyankel בעטן זייער שטארק דעם גאנצן עולם:

''אויב איינער פון די רעפארטערס וועט פרעגן וואס דא גייט פאר אויף היוז סט. זאלט איר נאר ענטפערן אז

אידיש:
דאס זענען ר' זלמן לייב'ס חסידים, פראטעסטירן שוין ווייטער קעגן ר' אהרן.

ענגליש:
these are rav zalman followers protesting once again against rav aron. 

חלילה נישט זאגן דעם אמת אז ר אהרן ט''ב האט געוואלט איינווארפן זיין פעטערס ביהמ''ד מיט בולדאזערס...!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 01:45 לינק ישיר 

לא_לנו כתב:

קענסט עס אפשר איבערלייגן איך זעי גארנישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > היום: מאסן פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגן דעם ראש הממשלה פון קרית יואל!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext