בית פורומים כל העולם כולו

וויליאמסבורג וועט שטורעמען היינט דינסטאג ביינאכט אויף הויז סטריט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2010 23:13 לינק ישיר 
וויליאמסבורג וועט שטורעמען היינט דינסטאג ביינאכט אויף הויז סטריט!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 00:23 לינק ישיר 

עס איז פאר קיינעם נישט קיין סוד אז די בני יואל שטעלן זיך אהער מיט א פנים ווי נרדפים, זיי זענען נעבעך 10 יאר גערודפט געווארן על לא עול בכפם, פשוט ווייל זיי האבן געהאט מחשבות זרות, מען האט זיך אויפגעפירט מיט זיי ממש ווי אין רוסלאנד, ווער ס'איז נישט געגאנגען אין שפאן האט מען אפגערוימט פון וועג.

דאס איז אלעס וואס זיי קענען פארקויפן פאר אידן ביז 30 35 יאר, וואס זענען פאר צוואנציג יאר צוריק געווען אונטער די בר מצוה, ווייל דער מציאות איז געווען גאר אנדערש.

עס וואלט זיך באמת געפאדערט צו ווידמען א קאפיטל פון זייער טעראר בחיי רבינו יואל - ווייל ווען מען כאפט א בליק ווער עס זענען די ראשי (בעלי בתים) דארט, באגעגנט מען זיך גלייך מיט באקאנטע נעמען וואס זענען אמאל געווען די מושלים בכיפה, און פאר זייער ווארט האט יעדער געציטערט, און ביז דער ברך משה האט זיי נישט פארסטעמפלט אלס אינשי דלא מעלי (א טיטל וואס האט יעדער האט געטראכט אבער מורא געהאט ארויסצוברענגן אויף די ליפן) האבן זיי געטון אלעס כטוב בעיניהם - אבער למעשה די צייט ערלויבט נישט פאר קיין אריכות, וועט מען דאס דארפן איבערלאזן פאר אנדערע.

אבער וואס עס פאדערט זיך יא אויפצווויקלען עטליכע נקודות וואס האבן זיך אפגעשפילט אין די יארן צווישן תש"מ-תשמ"ט, די טעראר וואס די חברה האבן אויסגעטיילט פאר אלע וואס האבן נישט געקרוינט די רעבעצין אלס ממלא מקום, ובעיקר די טעראר וואס זיי האבן אפגעטון פאר רבינו שליט"א.

(איך דערמאן נאר עטליכע נקודות, און ווער עס האט צייט זאל עס ביטע אויסברייטערן)

אט די זעלבע א. ג. נרדפים:

* אונטערגעלייגט א לעכט ביי א אויפגעריסענע געז פייפ בבית רבינו שליט"א אין די נאכט פון א חתונה פון א קינד

* האבן געסטראשעט רבינו שליט"א בהוצאת שם רע על א' מבנותיו (באטאנענדיג אז זיי ווילן זיכער מאכן אז ס'וועט זיין אמת...)

* האבן כמ"פ ארגענעזירט - אין יענע ערשטע יארן - פראטעסטן קעגן די הויז פון רבינו שליט"א.

* האבן מיט פאליציי ארומגערינגלט בית רבינו הברך משה פרייטאג נאכמיטאג סטראשענדיג מיט ארעסט (ביי די טעוועלע פרשה)

ועוד ועוד

יעצט, ווען ס'איז געווען נתמלא סאסתם, און ס'איז נישט געווען מער אויסצוהאלטן פון זייער טעראר אין שטעטל, האט זיך אנגעהויבן א קאנטער אטאקע, און ווי פארשטענדליך אז זיי זענען געווען דאן גאר א מתי מספר, האט מען זיי אונטערגעדרוקט.

דאס אלעס האט זיך געצויגן ביז תשנ"ה תשנ"ו, וואס דאן איז פארהעלטנמעסיג געווארן שטיל, זה פונה לכרמו וזה לזיתו והכל על מקומו יבא בשלום.

למעשה האבן זיי זיך ווי באקאנט שנת תשס"ד זיך דערוועקט אז מען קען ווייטער מאכן צרות, און צוריק אריינגעשלעפט א איינגעשלאפענע קעיס פון די רעבעצין הויז אין קארט, וחסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, זיי האבן זיך געטראפן אן א דאך איבערן קאפ.

יעצט איז אזוי, אין די לעצטע האלבע יאר האבן די חברה צוריק אויפגעוועקט זייער שלעכטיקייט וואס זיי האבן נאך במקורם אין די בלוט פון זייערע עלטערן, און האבן זיך ווידער גענומען טעראריזירן דעם ציבור, והאחרון הכביד, די פארגאנגענע וואך זונטאג ווען זיי האבן איבערגעדרייט די שטאט, ווי צווילדעוועטע שווארצע.

ולא תימא אז מיר גייט אן דעם פראטעסט נעבן די גאס ווי רבינו שליט"א וואוינט, וואס האט געברענגט אז ער האט געדארפט אנטלויפן אזש ביז אריזאנא, ווייל אויב פאר רבינו שליט"א איז דאס נישט אנגעגאנגען גייט דאס מיר אויך נישט אן, דער רבי איז אימיונט צו די זאכן, זיין טאטע דער ברך משה האט שוין מעיד געווען אויף אים ברבים ביי א דרשה, "איך האב איינמאל געזען מיין זון וויינען אין די יארן וואס מען רודפ'ט אים, ווען מען האט אים פארברענט זיינע חידושי תורה", און באמת קען דאס יעדער מעיד זיין, אז במשך די יארן האט מען ביי איין זאך אים געקענט מצער זיין, ווען מען האט (פרובירט) מנתק געווען דעם קשר צווישן אים און זיין טאטן, חוץ דעם האבן די אנדערע זאכן אים נישט אינטערעסירט קיין כי הוא זה. דאס זענען מעיד אלע מקורבים

און כל מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אויך, אז ניטאמאל פאר די וועלט איז עס א בזיון, ווייל ממנ"פ, ווער עס איז אים מעריץ, גייט אים נישט אויפהערן מעריץ צו זיין וועגן א פאר אפגעריסענע מוסרים האבן באשלאסן צו פראטעסטירן (פארוואס מען צווינגט זיי צו גיין צו דין תורה) און ווער עס איז אים נישט מעריץ, האט זיך דאך ווייטער נישט געטוישט.

ממילא א שאדן פון דעם פראטעסט האבן זיך די בני יואל געברענגט נאר פאר זיך אליין, אז אויב איינער האט געקלערט אז נאך אזויפיל יאר איז שוין דא ביי זיי אביסל צוויליזאציע, ווערט ער געוואר אז נישט, וברם זכור "אותו האיש" וואס מאכט זיכער אז טאקע ווי א איד אין די וועלט זאל קענען זען וואסערע משוגעים זיי זענען, מיטן פארשפרייטן די ווידיאס.

אלזא, צוריק צום ענין, אויף היינט האבן די אינשי דלא מעלי פאררופן א פראטעסט ביים רבינ'ס הויז (אנטשולדיגט בונקער) אין וויליאמסבורג, ווילן מיר מודיע זיין פאר די חברה, עס איז דא א גלעזל, אויב ווארט עטץ ס'זאל זיך אנפילן, זאלט עטץ וויסן אז ס'וועט נישט טויגן, דעמאלט וועט מען שרייען הלמאי מען טעראריזירט!, אבער ראו הזהרנוכם, אויב וועט עטץ נישט באצייטנס אויפהערן, איז דא גענוג וועגן אויף צוריק, ס'איז א טו וועי סטריט.



תוקן על ידי וואלןסח ב- 09/06/2010 00:28:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 00:34 לינק ישיר 

איך האלט פאר צד מהר''א איז די בעסטע זיי זאלען  עס גענצליך איגנארירן
אין אזא פאל ווען די שרייער האבען די זעלבע פנים ווי אין קרית יואל
אין די גאס וועט זעהן וואסערע מענטשן די שרייער זענען

עס וועט ברענגן נאר כבוד פאר מהר''א




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 01:06 לינק ישיר 

גם אני מצטרף לדיןתורה - איך געהער נישט צי קיין צד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 01:18 לינק ישיר 

איינער קלערט דען זיך צו וויסנדיג מאכן דא? איך האף אז נישט.

עס איז אזוי אנגענומען אז "ווען עס טוט וויי שרייט מען". טא, עס טוט זיי וויי! עס קומט זיי די רעכט צו שרייען.

געדענקען זאלן זיי אבער, אז אמאל פלעגן זיי לאכן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 01:24 לינק ישיר 

אלע מינע בעקערייען ווערן יעצט פאברעצירט
לדוגמא אז 3 באסעס פארען ארויס פין ישיבה אין ק''י, וכו' וכו'
אנצודרייען זיינע קעלבער

די בעסטע איז ניטעמאל קוקען אויף זייער זייט
אזווי נעכטן ביי ר' אברהם ווידער'ס הויז, וואס ניטעמאל רעדט איינער דערפון, טראץ וואס יוסלע האט אזוי שווער אנגווארעמט די עולם

נאר איין זאך: וואס קושקע האט שוין געשריבן

אויב איר זענט אויף יוז סטריט און איינער פרעגט וואס עס גייט פאר זאלט ענטפערן די פאלגענדע:

אידיש:
דאס זענען ר' זלמן לייב'ס חסידים, פראטעסטירן שוין ווייטער קעגן ר' אהרן.

ענגליש:
these are rav zalman followers protesting once again against rav aron.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 01:25 לינק ישיר 

כ'האף נאר אז דער מסור וועט אינז מזכה זיין מיט א קליפ
אפי' ס'וועט זיין צענזירט ווי אייביג וועט עס זיין זיס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 02:20 לינק ישיר 

וואלןסח: טוב ויפה דברת פונקט געהערט פון איינער פון די מקורבים וואס זענען געווען ביי רבינו שליט״א אין שטוב בשעת די הארלעם סטיל פראטעסטן אז ער האט שוין לאנג נישט געזען רבינו שליט״א אזוי גוטמוטיג און אויפגעלייגט ווי דאן, רבינו שליט״א האלט דאס פאר א כבוד און א זכי׳ אז די וואס האבן אלע יאהרן געוואלט צוברעכן די כח הנהגה פון זיין הייליגן טאטן אין פעטער זצ״ל ווילן אים אויך צוברעכן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 02:48 לינק ישיר 

ב"ה אונזער ציבור האט דער שכל אויפן פלאץ און איך שטום צו מיטן קאנסענסעס דא אז די שעדליכסטע זאך פאר אונז וועט זיין אז ח"ו מ'זאל זיך ציטאן מאכן דארפין,

אויף ענגליש זאגט מען:

 let them self distruct


און ווי קושקע האט געזאגט, מ'זאל זאגן פאר די מידיע אדער פאליס צו סיי וועלכער פרעמדער, אז דאס זענען ר' זלמן לייב טייטלבוים'ס מענטשן, נישט יאסל וואלדמאן, נישט שארמאשער, נישט משה גבאי, נאר איין פארשוין "ר' זלמן לייב טייטלבוים" אז ר' זלמן לייב פארגינט נישט אז זיין ברודער ר' אהרן קומט אויף וומ"ס, זייער סימפל יעדער פרעמדער מענטש פארשטייט דאס גוט.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/06/2010 03:12:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 05:09 לינק ישיר 

א בליק געטאן האב איך יא דארט, און איך מוז אייך זאגן:

א רחמנות נעבעך!


8 בילדינגס אוועק פון בית רבינו שטייען דארט א 30-40 בחורליך וועלכע האבן נעבעך באקומען א טאליבאנעם חינוך, און ווערן הייזעריג על לא עול בכפם...

המקום ינחם וגו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 05:17 לינק ישיר 

א באזונדערע קורות רוח איז צו זעהן ווי הילד לא_לנו מיט לאפלאש פון קינדער פארום חלומען נעבעך אין גרויסן.

אין די צייט וואס די פאליציי זענען שוין דארט פון 6:00 פארנאכט'ס, איז ביי זיי שוין צום צווייטן מאל "פאליציי פלוצלינג ארויסגערופן געווארן צו ברענגען ארדענונג"...

עס טוט זיך ביי אים אין חלום אויף טישן און בענק. אמבולאנסן, אייער, שלעק, פאליציי, און וואס נישט.

איין זאך איז יא א דורכפאל צו אונזער זייט, די קינדער פארום האט שוין קרוב צו 10 אשכולות דערוועגן!...

--------------------------------------------

עס איז צום האפן אז דער עולם וועט וויייטער האבן פארשטאנד און זיך נישט קימערן דארט אויפן פלאץ מיט די ילדי הטאליבאן לרפו"ש.


תוקן על ידי FiveBoro ב- 09/06/2010 05:21:52




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 05:20 לינק ישיר 


א בליק דארט איז מער ווי גענוג.

איך האב נישט געציילט וויפיל בילדינגס אוועק פון רעבעס הויז, 8 צו גאר 10, אבער אויף די גאס שטייען טויזנטער מענטשן פארזאמעלט עלטערע אידן און ערוואקסענע אינגעלייט, אחוץ די ביסל 30-40 בחורליך וואס זענען אויך אנגעקומען אהין, און אלעס שרייט צא טמא אויף דעם רבן של כל בני הגולה...

יא. המקום ינחם. די הצלה זאל נישט ברויכן ווערן גערופן אהין אויף באהאנדלן די היינטיגע שקלי הקודש וואס מען האט דעם רעבען געגעבן צו געניסן...






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 05:24 לינק ישיר 


אויב דאס איז ביי דיר קורת רוח, איז וואס קען שוין זיין א דערביטערקייט?...

די גאנצע אנוועזנהייט פון די פאליציי, אויף די הויז גאס זעלבסט, פון אנהייב פארנאכטס צו היטן אויף די גאנצע גלידער פונעם רשכבה"ג וואס האט געדארפט אנקומען צו זיך אין שטוב, איז דיר שוין איינמאל נישט קיין אנגענעמע זאך. נישט דאס האט מען זיך געווינטשן אין די נ' יארן.

און צו מאכן פון א רעאליטעט א פאלנער חלום קען נאר פייוובארא. אמבולאנסן זענען דארט אין גרויסן, פעטש איז געגאנגען פון עטליכע ריכטונגען דורך די געגנסטערס, און אייער איז אויך נישט קיין זעלטנהייט אין די איצטיגע שעות דארטן.

יא. תש"ע און עס הערט זיך קולות וברקים אויף די גאסן אויף דעם רשעות'דיגן רעזשים פון קעי.דזשעי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 05:25 לינק ישיר 

טויזנטער איז נישט דאס ווארט. מיליאנען!!

מיין שאצונג (פון א האלבע שעה צוריק): ארום 50 טאליבאנער, און ארום 100 היימישע אידן.

די טאליבאנע זענען צעיושעט און צוווילדעוועט, און דער היימישער עולם האלט זיך אונטער.

כה לחי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 05:26 לינק ישיר 

פון 30-40 בחורליך איז געווארן פופציג טאליבאנער. און נאכמער דאפלט היימישע אידן דארט....


איך שוין דיר.

פייוובארא דו וואוינסט אין וויליאמסבורג? אדער האט מען דיר איבערגעלאזט אין אריזאנע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 05:27 לינק ישיר 

לא לנו, האסטו שוין היינט געשריבן 2 מאל אז "פאליציי ווערן ארויסגערופן"?

אויב יא, זיי דיך יעצט מסביר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וויליאמסבורג וועט שטורעמען היינט דינסטאג ביינאכט אויף הויז סטריט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext