בית פורומים כל העולם כולו

וויליאמסבורג וועט שטורעמען היינט דינסטאג ביינאכט אויף הויז סטריט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2010 05:32 לינק ישיר 

ווילסט איך זאל דיר מסביר זיין הויך?


די פאליציי האט מען ארויסגערופן פון הויז סטריט צו די ארומיגע עוועניוס אויף צו מאכן ארדענונג נאכדעם וואס די אהרונישע געגנסטערס זענען באפאלן מיט רציחה'דיגע קלעפ עטליכע אידן וואס האבן פרידליך אנטייל גענומען אינעם פראטעסט.

און פייוובארא פאלג מיר און נעם אן שטילשווייגעניש. לערן זיך פון רעבע וואס ארבעט היפש אויף זיינע אקסישע מידות די לעצטערע יארן. זיי סובל דאסמאליגע פראטעסט. און קום נישט ווי א קינד שרייען טאליבאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 05:42 לינק ישיר 

פארפאלן פאר בהמות גוט מען צו עסן שטרוי
די בני יואל וואס שרייען אז זיי זענען די רוב פון שטעטל
און קענען נישט איבערנעמען די רעגירונג לייצעס איינמאל פאר אלעמאל
קומט זיך נישט גארנישט אויסער שטרוי
יא! און עטס קענט'ס אויך שרייען און קוויטשן אויסשפייען די גאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 05:43 לינק ישיר 

נו שוין, אז דו ביסט מסביר הויעך וועל איך ענטפערן הויעך.

קיין פאליציי האט מען נישט גערופן צו קיינע עוועניו'ס, קיינער האט קיינעם נישט געשלאגן, איך בין נאך יעצט אויפן טעלעפאן מיט א אנוועזנדן, נישטא קיין אייער, נישטא קיין שלעק, נישט גארנישט. (און דאס אז דו ביסט ארויס פון די כלים מיינט נאכנישט אז א צווייטער ברויך נעמען א שטילשווייגעניש.)

די טרוקענע פאקטן זענען: די פאליציי האבן נאכמיטאג אפגעשפארט היוס סט. אויס מורא אז די בחורלעך וועלן ווערן צו-ווילדעוועט, און ר' נפתלי משה אינדיג - לעיזאן שטייט דארט אלס אויפזעער וועמען אריינצולאזן.

בחורים פון די טאליבאנער חינוך זענען אויפן ארט און ווערן הייזעריק (א שטיקל באווייז אז וומ"ס איז זייער'ס...), און די איבריגער עולם אנשי שלומינו זענען זיך צונויפגעקומען מיטהאלטן ווי די חברה שרייען ארויס זייער פארשטענדליכע ווייטאג.

ווען עס טוט וויי שרייט מען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 05:47 לינק ישיר 

לא לנו, מאך נישט קיין מעשות

יא עס איז דא א גרויס עולם דארט, אבער פון ביידע זייטן

און א קליינער חלק שרייט הויעך. שוין געהערט אזאנס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 05:48 לינק ישיר 

ווען עס טוט וויי שרייט מען, און דערפאר איז דער ערליכער ציבור, א ריזיגער מענטשן מאסע, דארט פארזאמעלט ארום די הויז סטריט גאס, וואו מען שרייט הויך. 


און ווען עס פאטשט אין פנים דער מציאות, דאן נעמט מען טאקע יא א שטילשווייגעניש. נישט מען לייקנט אפ די געשלעגן וואס עטליכע צעיאשעטע אהרונים האבן אנגעפירט, און נישט מען טוישט פון "א בליק געטאהן דארט" צו א "טעלעפאן שמועס מיט א אנוועזנדן".

מער וועל איך זיך נישט באפאסן מיט דיינע ליגנס. ווייל באלד קענסטו רואיג פארקויפן אז דער רעבע איז ניטאמאל געקומען היינט אויף וויליאמסבורג צו דער שיינער קבלת פנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 05:54 לינק ישיר 

לא_לנו כתב:
ווען עס טוט וויי שרייט מען,
ריכטיג.

און דערפאר איז דער ערליכער ציבור, א ריזיגער מענטשן מאסע דארט פארזאמעלט ארום די הויז סטריט גאס, וואו מען שרייט הויך.
פונעם עיקר האסטו פארגעסן. פון וויפיל באשטייט די "ריזיגע" מאסע?

און ווען עס פאטשט אין פנים דער מציאות, דאן נעמט מען טאקע יא א שטילשווייגעניש.
טא פארוואס שווייגט עטס נישט? טוט עס יא וויי אדער נישט? די מצב ווערט דא צומישט.

נישט מען לייקנט אפ די געשלעגן וואס עטליכע צעיאשעטע אהרונים האבן אנגעפירט
און 10 זענען ארעסטירט געווארן, און 18 פארוואונדעטע פארנעמען די 17 הצלה אמבולאנסן אויפן פלאץ.

און נישט מען טוישט פון "א בליק געטאהן דארט" צו א "טעלעפאן שמועס מיט א אנוועזנדן".
איז עס א סתירה?

מער וועל איך זיך נישט באפאסן מיט דיינע ליגנס.
אנטשולדיגט פאר ביז אהער.

ווייל באלד קענסטו רואיג פארקויפן אז דער רעבע איז ניטאמאל געקומען היינט אויף וויליאמסבורג צו דער שיינער קבלת פנים.
גראדע איז ער יא דארט היינט, אבער פון קרית יואל איז ער זונטאג אנטלאפן קיין אריזאנע...




תוקן על ידי FiveBoro ב- 09/06/2010 05:59:20




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 06:03 לינק ישיר 

סוף נאכט גייט קומען א ברעיקינג ניוס אז די רבי איז 'אנטלאפן' קיין קרית יואל...

און מארגן אינדערפרי וועט ער אי"ה אנטלויפן פון צאנז קט. קיין בארדיטשוב רד.

-----------------------------

סך הכל, דער סעפטיק איז צוריק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 06:34 לינק ישיר 

עס איז צו ערווארטן און צו האפן אז די זאליס וועלן ארויסשטעלן א קליפ פון זייער אויסברוך רין וומ"ס, זאל טאקע די וועלט זעהן וואספארא משוגעים נעבעך "דער איד" ציהט אויף.

אנגעהעצטע פארפיינטע בחורים וועלכע ווייסן נישט פון קיין טראפ אידישקייט אויסער פיינט האבן א איד (אזש ביז צו שרייען אין גאס ווי משוגעים).

(און אויב וועלן זיי נישט ארויסשטעלן, האף איך אז אונזערע מענטשן האבן געהאט שכל דאס אפצוכאפן).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/6/2010 08:55 לינק ישיר 

ממש א שטיק נועם המידות!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 08:57 לינק ישיר 

און אנדערע נייעס ווערט געמאלדען אז די זאליס זענען יעצט זייער אויפבגעברויזט אויף די NYPD און סטראשענען אז זיי גייען יעצט גערינדען אן אייגענע פאבליק סעפטי אין ווילאמסבורג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 16:05 לינק ישיר 

די נאראנים. זיי האבן געמאכט אהרן טייטלבוים פאר א נרדף.

יעצט קוקן זיי אויס ווי די אגרעסארס און סאטמאר קוקט אויס ווי פיינע מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 16:14 לינק ישיר 

אזוי טויזענטער, הייסט עס אז 50,000 ביי די פראטעסט פאריגע וואך איז גאר אינטערגעשצט. אז א קנאפע 50  60 נארישע שפלים ונבזים זענען 1000 איז געווען א מינימום פון 50,000,000,000 אין מענהעטען.
סארי לו לנו איך האב געניצט דיין קאלקולעטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 16:31 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין קאלקעלעטאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 17:08 לינק ישיר 

דא איז א בילד פון א טייל פון די "קנאפע 50  60 נארישע שפלים ונבזים"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 17:11 לינק ישיר 

יישר כח פארן בילד

איינער קען דא ציילן מער ווי 50 60 קעפ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וויליאמסבורג וועט שטורעמען היינט דינסטאג ביינאכט אויף הויז סטריט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.