דער בארימטער מנהל רוחני פון די סאטמארער ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג הגאון רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א האט היינט נאכמיטאג געהאלטן א דרשה פאר די העכער 700 בחורי חמד בלעיה"ר ביי וועלכן ער האט דערקלערט אז די בחורים זענען נישט די ארמיי, און זייער פליכט איז בלויז צו זיצן און לערנען.
דער חשובער מנהל האט לאר און דייטליך געווארענט די בחורים קעגן זיך באטייליגן אין די געפלאנטע פראטעסט היינט נאכט אין וויליאמסבורג קעגן דעם ראש ממשלת האהרונים אין מאנראו.
נשלח ב-9/6/2010 01:25
רבי נפתלי:
איר האט מיין שטימע, איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט, הר' אהרן טייטלבוים איז ניטאמאל ווערט די שפייעכץ פון אונזערע לעכטיגע בחורים! זיי זאלן וויטער זיצן און לערנען,
וכלשונו: ''ביי אונז זענען די בחורים נישט די ארמיי פון'ם די חסידות, בחורים דארפן וויסן איין זאך: לערנען, לערנען און לערנען!'' ודפיח''ח
דעמאלטס דארף מען נישט ברענגען די מיידל סקול אין יעשיבה פארוואס זאלן זיי נישט גיין אין די מיידליך וועלן זען ווי ערליך די בוחרים זענען דאן ווער נישט אויספעלען אז מ'זאל האלטן דרשות אז זיי זאלן פארלאנגען אויסדריקליך א בחור פון קווינסע יעשיבה (כלשון מיין שוועסטער וואס לערענט נאך נעבעך דארט)
נשלח ב-9/6/2010 01:43
און וואס איז מיט די 700איבעריגע בחורים? איך פארשטיי אז אין קווינס לערנען 703 בחורים און נפתלי בלומענפעלד האט גערעדט צו די "העכער" 700 בחורים, א גליק האט מיך געטראפן!!!, 3 בחורים וועלן נישט גיין, אבער וואס איז מיט די 700?.
נשלח ב-9/6/2010 01:44
זעט אויס אז ביי די בני יואל איז עס א מצוה, און ביי די זאליס א רשות...
נשלח ב-9/6/2010 02:13
ווער עס קען זאל ארויפלייגן די דרשות וואס דער ראש ממשלת האהרונים פלעגט דרשענען אין די מתיבתא דמאנראו פאר יעדע אקציע, וואו ער פלעגט אונטערהייצן די געמיטער פון די בחורים, פארשטייט זיך ח"ו נישט געזאגט בפירוש צו גיין שלאגן, אבער בנוסח די אייער ליגן דארט