| נשלח ב-9/6/2010 01:27 |
|
| |
ברעקינג: אהרונים זאמלען חתימות אויף בזיון התורה
די אהרונים פירער גייען ארום אונטערשרייבן רבנים אויף א קול קורא אויף בזיון התורה וואס איז פארגעקומען קעגן ר' אהרן.
ווי די אינפארמאציע איז ארויסגערינען האבן זייערע אייגענע דיינים אונטערגעשריבן
איצט לייגן זיי פרעשור אויף דריי רבנים
קיוויאשד'ער רבי, ר' מענדל זילבער, ר' יהושע העשיל ביק, הרב ברוידא פון ב"פ
תוקן על ידי לוויות ב- 09/06/2010 01:29:04
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 01:29 |
|
| |
עכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 01:31 |
|
| |
אז דער קויל געלונגט שרייט מען...!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 01:33 |
|
| |
די אמאליגע מושל בכיפה דארף שוין ווידער באקומען לעבענס-חיזוק פון קיוויאשד, ברוידא און זילבער
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 01:37 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס מען זאגט דא אז דער געוועזענער מושל בכיפה דארף שטארק חיזוק
איז וואס?
מען גייט די וואך שטעלן דעקלעך אין אלע בילדער מאגאזינען - איבראל אחוץ אינעך כל הגולם כולו ווייל יענער האט מורד געווען מיט לייגן בני יואל בילדער - ווי דער רעבע שניידט ווייץ אין אריזאנע מיט א כלי און דאס וועט איינשלעפן דעם קינד זייער וואויל.
לאזט ענק אפ פון קול קוראס מיט פעיראלל חתימות
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 01:39 |
|
| |
קאמפירעמד דאס איז פוסטע שקר
צד מהר''א נעמט נישט צאם קיין חתימות ביי זייערע רבנים אין נישט גערדט דערפון צו ר' מענדל זילבער (ס'איז אזוי אמת ווי די מעשה מיט ד 3 באסעס וועלכע פארען היינט פין ק''י ישיבה)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 01:42 |
|
| |
דער שקר איז א פוסטע?
און וואס איז דיין רעבע?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 02:15 |
|
| |
איך פארשטיי אז די 3 באסעס מיט די בחורים זענען געפארן זאמלען חתימות
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 00:28 |
|
| |
א מושלחת וועלכע איז באשטאנען פון 7 לויטער ווייסע בערד, אלע איבער די 60 זענען פריער ארויס פון קאסובער רבי, זיי האבן דארט גע'טענה'ט, געבעטן, געווינט וכו'
ער האט זיי פארשיקט מיט ליידיגע הענט, זיי האבן גע'טענה'ט אז מיט דעם וואס די רבנים שווייגן זענען זיי גורם אז מארגן וועלן אזעלכע פארטעסטן פארקומען קעגן אנדערע רבי'ס און קיינער איז קיינמאל נישט פארזיכערט, זיי האבן געזאגט אז זיי האבן קיינמאל אזא פראטעסט נישט געמאכט קעגן ר' זלמן לייב כאטש מען רייסט זיך שוין 10 יאר.
איינע פון די גבאים לערנער האט אריינגעהאקט און געזאגט אז אין קרית יואל פירן די אהרוינם דורך אזעלכע סארט פראטעסטן קעגן שארמאשער רב.
דא האט זיך די שמועס גענדיגט און קאסובער רבי האט פארשיקט די חברה מיט ליידיגע הענט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 00:41 |
|
| |
די ליגענט באקומט שוין דעטאלען
נפל דיין שוואגער איז דארט געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 00:44 |
|
| |
אה! שאר!, קאסעווער רבי האט נישט געוואלט אינטער שרייבן, קודם דער קאסעווער רבי האט נישט קיין גבאי, און קאסעווער רבי אויב וואלט מען עם געבעטן וואלט אינטער געשריבן אין א אויגן בליק,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 01:02 |
|
| |
איז דער קאסובער בכלל דאהי? איז ער שוין צוריק געקומען פון אויסלאנד
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 01:09 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת, אבער א גיטע הייד פארק ביישפיל איז עס זיכער, דין תורה: נפלס שוואגער(וואס אגב ווען זיי ענטפערן מיט נפלס שוואגער איז א סימן אז נפל האט געצילט אין פינטעל) קאסעווע רבי האט נישט קיין גבאי... פעלין: קאסעווע רבי איז דאך אין אויסלאנד
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 01:19 |
|
| |
אלע רבנים וואס האבן געחתמ'ט מיט צוועלף יאר צוריק קעגן די עלבון התורה פון רבינו הגה"ק שליט"א ווען די בני יואל האט געפירט א פעדעראלער משפט איבער חרדים, וועלן אונטערשרייבן יעצט אויך אויף דעם שרעקליכן עלבון התורה, און צוגאב די היינטיגע גדולי התורה מיט וועם רבינו שליט"א איז אין זייערע אויגן דער גדול הדור און שר התורה,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 01:49 |
|
| |
די חתימות וואס איז געווען צוועלף יאר גלייב איך נישט די קענסט נאך האבן,
אבער די אלע חותמים וואס האבן געאסר'ט סידור קידושין אין קרית יואל, דאס קענסטו נאך האבן,
די חתימה פון גאב"ד ירושלים וואס דער וומסער רב האט ערלעדיגט אין טבריה דעם ווינטער דאס קענסטו מסתם אויך באקומען,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 02:11 |
|
| |
עטס קענטס ענק האלטן מיט ר' טובי' ווייס מיט זיין חתימה אינאיינעם מיט די פעיראל דיינים,
קיין רב בראדי וועט עטץ קיינמאל נישט האבן, אדער קיין לעיקוואד ראש הישיבה, אדער אפילו דער גאון פון מאנשעסטער וואס איז געקומען ספעציעל צום סיום פון יסודי התורה,
|
|
|
|
|