בית פורומים אידישע געדאנק

ווער איז דער שקרן? ר' יונה? ר' אהרן? ר' משה חיים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2010 03:30 לינק ישיר 
ווער איז דער שקרן? ר' יונה? ר' אהרן? ר' משה חיים?

דאס האט געשריבן יונה בעקער מאנטאג קורח כ"ה סיון תש"ע

ענדליך!! זאליס שרייבן אונטער שטרי בירורין!

ביז איצט האבן די זאלי'ס נישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין נאר איצט זונטאג פר' קורח כ"ד סיון האט מען אונטערגעשריבן שטרי בירורין

ליינט זיינע געבעקס

ענדליך!! זאליס שרייבן אונטער שטרי בירורין!
ענדליך ענדליך נאך אזוי פיל יארן וואס די זאליס זענען שוין מחלל שם שמים מקצה העולם ועד סופו, מיט די שרעקליכע מסירות והליכות לערכאות הציונים בג"ץ, בלי היתר בי"ד, קעגן מוסדות יטב לב דסאטמאר בני ברק, וואס רביה"ק זי"ע האט געגרינדערט מיט מסירות נפש, און נאכדעם וואס גדולי פוסקי דורינו שליט"א האבן געשריבן שארפע בריוון דערקעגן, און די ריזיגע עצרת מחאה אדירה נגד ההליכה לבג"ץ בביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג.

און נאך דעם גאר שטארקע דרוק פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, וואס האט געסטראשעט די זאליס אז מארגן מאנטאג אז עס איז נישט דא קיין שטרי בירורין קומט ער ארויס גאר שארף קעגן זיי, און ער האט געהייסען הנגאון רבי נפתלי פרענקל שליט"א צו פארלענגערען זיין נסיעה.

איז ענדליך אנגעקומען דער טאג וואס די אומגלויבליכע האט פאסירט...!

די זאליס האבן היינט זינטאג קרח ענדליך בעל כרחך אונטער געשריבען שטרי בירורין!!!

נאכמאל נישט צום גלייבן

די זאליס האבן היינט זינטאג קרח ענדליך בעל כרחך אונטער געשריבען שטרי בירורין!!!

דאס אומגלויבליכע האט פאסירט...!!!

היינט צופרי האבן די זאליס אונטער געשריבען שטרי בירורין ובראשם רז"ל, די סיבה פארוואס זיי האבן עס געמאכט שנעל היינט צופרי, ווייל דער תימן'נער טאלער האט איינגעלייגט וועלטן אז די זאליס זאלן נישט אונטער שרייבען, ווייל דאס מיינט א סוף צו זייין זאל, ער איז אנטלאפען שבת קיין שווייץ, ער האט געהאלטען וויבאלד ער איז נישט דא וועט מען נישט אונטער שרייבען.

אבער מוצאי שב"ק האט אים די זאליס געזאגט אז זיי האבן נישט קיין ברירה זייי זענען אין קארנער און מיזן אונטער שרייבען, ער האט זיי געווארנט אז זיי זאלן בשום אופן נישט אונטער שרייבען, ער האט געכאפט א פליגער קיין ניו יארק, ווי ער איז געקומען צו פליען, אפצוהאלטען פון אונטער שרייבען, די זאליס זענען געוואור געווארן אז ער איז אויפען וועג, האבן זיי שנעל גע'חתמ'ט שטרי בירורין פאר ער קומט אן אז ער זאל עס נישט קענען שטערן.

איצט איז ער אנגעקומען און ער האט געכאפט אן אטאקע ווען ער האט געהערט די ביטערע נייעס, אז די זאליס האבן שוין אונטערשריבען ער שעלט און שימפט, אויף וואס די זאליס האבן אים אויסגעשפילט, ער סטראשעט אז ער לאזט איבער די הייזער וואס ער האט געקויפעט אין בני ברק פאר די זאליס, אבער די זאליס לאכן פון אים ווייל ער ליגט דארט מיט שווערע געלעטער עיסקא פאר מענטשן, און עס איז היינט אסאך ווייניגער ווערט ווי די גאנצע עיסקא געלט וואס ער איז שולדיג.

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2796018&forum_id=16386

 

דאנערשטאג שלח כ"א סיון תש"ע האט ער געשריבן ווי פאלגענד:

זאליס: מיר בלייבן אין בג"ץ - רבנים אין שאק!

זאלי באלון פלאצט!!
הערה: דאס וואס דער בלאט האט נישט געשריבען איבער די נושא פון בג"ץ די לעצטע פאר וואכן, און פארוואס מען האט דערווייל אפגעשטיפט די מאסן עצרת מחאות וואס האט געדארפט זיין כ' סיון, איז געווען צוליב די בקשה פונעם ירושלימער רב שליט"א, וואס האט געבעטען אז מען זאל זיך דערווייל אפהאלטען שרייבן איבער די נושא, צוליב וואס זייט די מחאה אדירה נוגד הליכה לבג"ץ, וואס איז פארגעקומען ה' אייר אין ביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג, האבן די זאליס אנגעהויבען ניצן א נייע תירוץ אז ווילאנג מען איז זיי מבזה וועגן בג"ץ שרייבן זיי נישט אונטער שטרי בירורין, כדי זיי זאלן נישט קענען ווייטער ניצן די תירוץ, האט מען נישט געשריבען.

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2795033&forum_id=16386

 

א' במדבר כ"ה אייר תש"ע ביי א "יום חינוך הטהור" דינער פון די אהרוני'שע מוסדות אין א"י, האט ר' אהרן טייטלבוים דער ראביי געיאמערט אויף די בג"ץ הציוני און געשריגן דעם לשון:

זייער א גרויסע בושה אז מ'דארף רעדן פון דעם ברבים, ס'איז א בושה אז עס זאלן קענען אזא זאך אזא מציאות זיין, אזא ווייטאג, אזא מין ווייטאגליכע זאך מ'זאל קענען אזאנס טאן

מ'מאכט שאדן פאר די מוסדות זיי זאל נישט קענען באצאלן געהאלט, גרויסע משפחות מלמדים ארעמעלייט, פשוט מ'נעמט צו פון זיי דאס ביסן פון מויל צו קענען געבן פאר די קינדער ברויט אין מילעך.

אלע מיני עורמות און תחבולות און שווינדלערייען און ליגענט כדי מ'זאל זיך משמיט זיין פון גיין צו די תורה

אבער וואס קען נאך וואס קען נאך זיין ?

איך ווייס נישט ווילאנג די זאך וועט זיך נאך פארציען, מ'האפט אז עס וועט  אמאל נעמען אן העק דאס עסק

 

דעם זעלבען דאנערשטאג כ"א סיון שרייבט דער בעקער יונה ווי פאלגענד:

הגה"צ ר"נ פראנקל: איך בלייב דא ביז זאליס געבן שטרי בירורין.

דער גאב"ד רי"ט ווייס שליט"א האט באפוילן פאר הגה"צ רבי נפתלי פראנקל שליט"א, צו פארבלייבן דא, און נישט אוועקפארן פון דא, ווילאנג די זאליס געבן אים נישט איבער אין זיין הענט:

"אונטערגעשריבענע שטרי בירורין".

אזוי ווי נעכטן האבן זיי געטריבן ליצנות פון ר' נפתלי'ן און נישט געוויזן זייערע שטרי בירורין, ווייל זיי האבן עס באמת קיינמאל נישט אונטערגעשריבן.

האט יעצט ר' נפתלי שליט"א געמאלדן אז ער בלייבט דא, און וועט נישט אוועקפארן ביז די הארנעקינגע באגאצניקעס וועלן זיך שטעלן צו דין תורה כדת וכדין.

פרטים יבואו

ווי עס קוקט אויס וועט רבי נפתלי מיזן בלייבן דא וואוינען....

די זאליס האלטן נישט ביים אונטער שרייבן שטרי בירורין, און פירן סתם ארום די רבנים.

דער גאב"ד שליט"א האט געבעטען ר' נפתלי זאל בלייבן דא כאטש נאך א וואך ביז די זאליס וועלן סיינען די שטרי בירורין, וואס דער גאב"ד האט פארגעשריבען.

די אהרונים האבן נעכטן נאכמאל געוויזען פארן בי"ד די אונטער געשריבענע שטרי בירורין, וואס די גאב"ד האט פאר געשריבען, און עס האט די חתימה בראשם פון רבינו שליט"א.

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2795123&forum_id=16386

 

דינסטאג תזו"מ כ"ט ניסן תש"ע שרייבט דער בעקער אזוי

ברעקונג! 2 נסיעה קענסלט צוליב טמא'נעם בג"ץ!

ברעקונג!!

איצט קומט די נייעס, אז די צווייטע נסיעה וואס רז"ל האט געדארפט פארן קיין א"י מיט גרויס פאמפע קומעדיגען כ' סיון איז געקענסעלט, און דער הולך לבג"ץ פארט נישט!

דאס איז געקומען צוליב דעם נייעם שארפען בריוו פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וואס האט פאריגע וואך דאנערשטאג געשיקט מיט א שליח מיוחד צו רז"ל פרעזנדליך, מיט גאר שארפע לשונות, אז ער זאל שוין ארויס גיין פונעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ, און אויף הערן מיט די הרמת יד בתורת משה, וחילול ה' שמים באופן נורא, און תיכף אונטער שרייבן שטרי בירורין, און אויף הערן מיט די תירוצים און לגיונות וואס מען פירט ארום דעם גאב"ד.

צוליב דעם שרעקליכען דרוק פונעם ירושלימער רב שליט"א איז באשלאסען געווארן אז מען קענסעלט די נסיעה.

פרטים יבואו!

איצט קען מען שוין נישט פארקויפן די שוויגער באבע תירוץ אפווישען די בג"ץ בזיונות.

ווער עס האט א פרישע תירוץ איז מכובד צו מהנה זיין דעם עולם.

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2777124&forum_id=16386

 

מוצש"ק אח"ק י' אייר שרייבט ער און בחדרי חרדים ווי פאלגענד:

ערכאות:האדמו"ר מסאטמר רז"ל שוב ביטל את ביקורו בארץ

למרות הכספים הרבים שהושקעו, ומערכת דער איד שכמעט עברה לארץ, ביטל בשנית האדמו"ר מהרז"ל מסאטמר את ביקורו לירושלים האמור לקיים בכ' סיון - התאריך הראשון לביקור היה בחודש אדר לרגל בר מצוה של נכדו.

סיבת הדחייה בשנית כבר נודע, על שהזאלונים לא ביטלו התביעה בערכאות של הציונים, נגד מוסדת וקהלת סאטמר בבני ברק, ולחתום שטרי בירורין אצל בי"ד זבל"א.


http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2781127&forum_id=771

 

 

איצט לאמיר זעהן ווען האט מען טאקע אונטערגעשריבן שטרי בירורין, וואס זאגן די אהרונים זעלבסט די "מרכז המוסדות" בני ברק, וועלכע ווערט אנגעפירט דורך ר' משה חיים ווייס.

גופא דעובדא הכא הוה.

ר' משה חיים ווייס איז אריין אין ערכאות – אן די מינדעסטע היתר בי"ד - אינמיטן דעם ווינטער קעגן הרבני הנגיד ר' דוד מאיר טאהלער שליט"א איבער אן אנדערן סכסוך (מיר וועלן נישט אריינגיין אין דעם סכסוך וואס איז א פרשה פארזיך) נאכן זעהן אז ער גייט דערלייגן אין ערכאות, האט ער עם גערופן צו די"ת ביים בי"ד פון הרב לאנדא אב"ד בני ברק, הרבני הנגיד רד"מ טאהלער, הי"ט האט גענטפערט די הזמנה הלוך אחר הנתבע, און ער וויל זיך מתדיין זיין ביי בי"ד פון חניכי הישיבות פון הגאון ר' מרדכי גראס גאב"ד חניכי הישיבות.

איצט ליינט וואס די מרכז המוסדות האבן גענטפערט און דאטום ג' ניסן תש"ע, מיט צווי אין א האלב מאנטן צוריק.

לכ' ביד"צ חניכי הישיבות

היות אז די אישו פונעם דיון איבער דעם צובויען אין שיכון קרית יואל איז א ציבורישער ענין וועלכע איז פארבינדן מיט בירור איבער די פירשאפט פון שיכון קרית יואל און אירע מוסדות, און היות אז הגאון רבי יצחק טובי' ווייס שליט"א גאב"ד ירושלים ת"ו האט געשטעלט א זבל"א צו דן זיין איבער דעם ענין, און מיר האבן שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין ביי זיי, און ווי מ'האט אונז איבערגעגעבן האט אויך דער צד השני אונטערגעשריבן, איז נישטא קיין שום ענין זיך גיין מתדיין איבער דעם ענין ביי א צווייטן בי"ד.

בייגעלייגט קאפיע פונעם בריוו, וועלכע טראגט א זיגעל "נתקבל" פונעם בי"ד "חניכי הישיבות"

 

 

דאקעגן שרייט ר' אהרן ביי א דרשה מוסדות יטב לב (אהרונים) אז דער צד השני אנשי רשע מאכן אלע אמתלאות זיך ארויסדרייען פון די"ת, און דער בעקער יונה האט נאך ביז צווי טעג צוריק פארקויפט זיינע געבעקס, אז חברת קרית יואל האט נאכנישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין.

איצט באשליסט איר זעלבסט טייערע ליינער ווער איז דא דער שקרן, ר' אהרן, ר' יונה, אדער רבי משה חיים.

א גוטן פורים!

 

 



תוקן על ידי yuchw ב- 09/06/2010 03:42:17




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 03:34 לינק ישיר 

וויאזוי קענסטו צווייפלען אין די קראנטקייט פון רבי_יונה? זעסטו דען נישט אז הגאון רבי נפתלי פרענקל שליט"א איז אהיימגעפארן קיין ארץ ישראל? מוז דאך זיין אז די זאליס האבן אונטערגעשריבן, ווייל רבי_יונה גופא האט דאך מעיד געווען אויף היידפארק אז דער גאון האט געסטראשעט אז ער פארט נישט אהיים ווילאנג די זאליס שרייבן נישט אונטער?


שעם דיך אז דו שטעלטס אין ספק רבי_יונה'ס ווערטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 23:55 לינק ישיר 

איך שטיי איך לאך שוין א גאנצן טאג פונעם בלאפער יונה בעקער

ווען זיינע שקרים ווערט אויפגעדעקט און עס פלאצט ווי א זייפן בלאז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 01:01 לינק ישיר 

yuchw, איז דאס צעטיל אויכעט געפינען געווארען אין די אפיס פון נחום אטיק, יצחק ווייס, עמרם ט"ב, וואגשאהל וואס געפינט זעך אין ירושלים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2010 01:16 לינק ישיר 

ווי למשל דאס אז באראש האט ענק גארנישט געגעבן? (עיין ביהמ"ד ראסס שוהל. פארשטייט זיך אז עס איז נישט אמת, ווייל עס איז א בפרושע איד אז ענק זענען יא דארט געווען)

ווי למשל איז הגזל האט אפגעשאפן זיינע ביידע נסיעות קיין ארץ ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/6/2010 02:34 לינק ישיר 

יונה בעקער איז נישט צו באקומען די לעצטע טעג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 03:39 לינק ישיר 

ווי קען ער דען זיין צובאקומען, נאכדעם וואס ער זעהט אז די שטייסט אין לאכסט פון אים א גאנצן טאג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2010 15:42 לינק ישיר 

וואך אן וואך אויס האט ער פארקויפט זיינע שקרים וכזבים אז מ'האט נאכנישט אונטערגעשריבן בוררות, איצט זעט מען ווער איז דער שקרן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווער איז דער שקרן? ר' יונה? ר' אהרן? ר' משה חיים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext