בית פורומים אידישע געדאנק

לעבעדיגע באריכטן: פראטעסט ג' קרח אין וויליאמסבורג קעגן ר' אהרן טייטלבוים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2010 06:31 לינק ישיר 

האסט געטראפן דארט גערעכטער1? זונטאג איז ער געווען אין מאנרא און יעצט איז ער אין וויליאמסבורג, זונטאג האט ער געזען צוויי מענטשן און היינט נאר איינס.

איך הייב אן חושש צו זיין אז גערעכטער1 איז דער רבי אליינס. און דאס פארענטפערט שוין אסאך זאכן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 06:36 לינק ישיר 

וויפיל טעלעפאן קאלס האט דיין מאמע באקומען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 06:43 לינק ישיר 

איינס פון דיר, נאך אקסן האבן געקאלט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 07:29 לינק ישיר 

טאנטץ טאנטץ יידעלעך טאנטץ טאנטץ ברידערלעך לאמיר אלע טאנצען
ווען איך וואלט ווען נישט דארטען געווען וואלט איך דאס קיינמאל נישט געגלייבט
שטייען יודען נישט ממש אלע שרייען אבער זיי זענען דארט אין קיינער נעמט זיך ניטאמאל אן פארען סבלן
אלעס וואקט ארים מיט א שמייכעL אויסגעצויגען
פין די אנדערע זייט זענען דא אפאר פאריקטע ארוינים איינער שרייט שנעל אריין זאלי
ווייל אפשר וועט עס אויסקימען פינקט אין די צייט וואס רוב עולם שרייט אהרן טייטעלבוים צא טמא פוי אין ער טרייט עס ציזאמען שטעלין אז זיין שכן דער אנדערע חלה דעקעל זאל מיינען אז יעצט האט מען געשריבען אויף זאלי
נאך דעם שטייט עפעס א איינציגע פערד אין ער שרייט אלע אהרוינים זאלען שוין גיין צים דיין
 אבער ער ווארט נאך אז די זיבען דעקעלעך זאלען קימען אבער איך מיין זיין פיס טיט שוין וויי פין ווארטען אזוי לאנג אקיצור א מעשה ווער האט געגלייבט אז דאס גייט אמאל געשען
מענטשען קימען פין אלע זייטען אין שמייכלען ווי גיט עס איז
א קליינער בחורעל מיט זיין זיסע קוויטשעדיגע קול שרייט אויס אן פחד אין מורא אין אלעס שרייט נאך דעם פוי צענדליגע יודען פין אלע קרייזען הענגען זיך אויף געיטס אין העלפען שרייען פוי צא טמא
די קולות הערט זיך ביזען אנדערע עק גאס ווי אינדיג שטייט אין ריקט די בעריקעדס אהין אין צירוק
הער איך ווי איינער פרעגט אים דארט וואס גייט פאר אויף די אנדערע זייט ענטפערס דער חכם ער ווייסט נישט
ריפט זיך אן דער פאליס משה גו טעק א לאק איי וויל טעק יאר פלעס
אבער באמת טאר מען אויף נישט רעדין איך מיין ער האט נאך קיינעם נישט ווי געטין
מה נהדר היה המראה ווי אזוי דער עולם שרייט מיט אזוינע קולות אין מען ווערט נישט מיד
איך געדענק נאך טאמער איינער האט זיך גאוואגט ארויס צי זאגען איין קרים ווארט האט ער געכאפט מכות אין געזיכט זיינע רעדלעך אין פענסטערס א טאג נאך דעם
אין דא שטייען כמעט א טויזענט יודען אין שרייען אויס אהרן טייטעלבוים צא טמא אדרבה זאגטס מיר מיינט דאס עפעס אדער נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 07:36 לינק ישיר 

איך וויל נישטא אריינגיין אין קיין ליצנות און אין דעטאלן פונעם געשרייעכץ צערעמאניע, איך וויל בלויז ארויסברענגען אויף אן אמת'ן אופן וואס דער באדייט פונעם היינט נאכטיגע געשרייעכץ.

היינט נאכט האבן די בחורים געשריגן:

מיר זענען ארויס פון בית החיים! אוי...
מיר זענען ארויס פון
ביהמ"ד החדש! אוי...
מיר זענען ארויס פון
וואשינגטאן! אוי...
מיר זענען ארויס פון
קרעטשמע! אוי...
מיר זענען ארויס פון
בג"ץ! אוי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 08:14 לינק ישיר 

זייער א שטארקע פוינט, מיר האבן עס שוין געזעהן אין מערערע אשכולות, די פוינט ווערט נישט שטערקער אז שמירסט אן יעדע אשכול מיטן זעלבן געשרייבאכטץ.

פינטל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 08:18 לינק ישיר 

פיקטשערס, קליפס??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 08:20 לינק ישיר 

מיר ברויכסטו שוין נישט זאגן אז ס'איז א שטארקע פוינט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 16:24 לינק ישיר 

עיקר שכחת:

ער איז ארויס פון סאטמאר! אוי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 16:28 לינק ישיר 

וויליאמסבורג האט נאך אזא נאכט נישט מיטגעלעבט. עס איז דער געשפרעך ביי אלעמען די נעכטיגע דעמאנסטראציע ווי עס האט נאנט צו דריי שעה אפגעהילעכט אויף די גאסן "אהרון טייטלבוים צא טמא!". 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 16:56 לינק ישיר 

ברוך המקדש שמו ברבים!
 
מיט אט די ווערטער קען מען אנהייבן דעם באריכט פון דעם מאסן פראטעסט, וועלכער איז פארגעקומען נעכטן, ג' קרח, פארענט פון שטוב פון ר' אהרן טייטלבוים אויף הויז סט. אין וויליאמסבורג.
 
דער פראטעסט איז אפגעהאלטן געווארן נאך א באלדיגע באשלוס פון די עסקנים, אז מ'מוז טוהן כל מיני השתדלות, די רשעות אין קרית יואל קעגן אונזערע ברודער, זאל זיך זאפארט אפשטעלן. קוים וואס מ'האט עספיעט געהעריג מפרסם צו זיין דעם פראטעסט, אבער מפה לאוזן האט זיך די שמועה צושפרייט בליץ שנעל, און טויזענטער שלומי אמוני ישראל האבן זיך פאראייניגט און אנטשלאסענערהייט ארויסגעקומען צו די באשטומטע צייט צו הויז סט. צווישן לי און בעדפארד עוו.
 
וויבאלד די אהרונים האבן געהערט איבער די שטורעמישע פראטעסטן וואס ווערן געפלאנט, האבן זיי אנגעהויבן פארלייגן כוחות ביי די העכערע אינסטאנצן אז זיי זאלן זעהן אפצושטעלן דעם פראטעסט. אבער אן ערפאלג, די פאליציי האט נישט געזעהן פאר וויכטיג צו גיין אין די פוסטריט פון די וויטריאל פאליציי אגענטור, און נישט געהאלטן ביים דערשטיקן דעם קול מחאה און וויי געשריי אויף וואס אונזערע ברודער אין קרית יואל מאכן מיט.
 
ענדליך נאך שעות ארוכות אינטערווינען ביי די פאליציי אז זייער מנהיג איז אין א סכנה אויב מ'וועט אים נישט צושטעלן די נויטיגע שוץ, האט די פאליציי דפט. אפגעשלאסן הויז סט. פון די פארקער, און אויסגעשטעלט מחנות פאליציאנטן וואס זאלן היטן אויף די רואיגקייט און ארדענונג.
 
צו די באשטימטע צייט, ארום 9 אזייגער אווענט, האבן טויזענטער אנגעהויבן שטראמען אויפן ארט, דער פראטעסט האט זיך אנגעהויבן מיט קולות קעגן די מלכות הרשעה פון ר' אהרן טייטלבוים אין קרית יואל, דער קול מחאה איז געגאנגען העכער און העכער, און די אנוועזנדע אהרונים זענען געווארן ווילד און אנגעהויבן מיט זייער אלטע טאקטיק פון הייבן הענט, די פאליציי האט דאס אבער גלייך אפגעשטעלט.
 
אזוי איז דער פראטעסט אנגעגאנגען פרידליך ביז 11 אזייגער, דעמאלס האבן די אהרונים אנגעהויבן געפערליך שפרונגען, נעמליך ר' אהרן דארף ארויסקומען פון שטוב, און ער טאר בשו"א נישט זעהן די מאסן און הערן די קולות פון די מוחים. מ'האט ארויסגענומען פון בונקער די אור-אלטע שלעגער'ס, ובראשם יאסי בראך, דער נאנטער ידיד מיט ר' אהרן טייטלבוים, און זיי האבן זיך אנגעהויבן רייצן מיט די פאליציי אויף א שענדליכן אופן. זיי האבן אנגעהויבן שרייען און פארפירן אז זיי וואוינען אויף די גאס, און זייערע קינדער קענען נישט שלאפן, די פאליציי האט זיי אבער געלאכט אין פנים, זיך גענצליך נישט וואוסענדיג געמאכט אז דער בעבי ר' אהרן טייטלבוים קען נעבעך נישט שלאפן...
 
אויף דערויף האט די פאליציי אויפגעשטעלט ריזיגע לעקטער'ס, צו באלייכטן די גאס פאר די מוחים, זיי זאלן ווייטער קענען פראטעסטירן בדרכי נועם. די אהרונים, זעהנדיג אז די מערכה איז א פארלוירענער, האבן אריבערגעברענגט 4 פייער לעשער טראק'ס, און געפלאנט אז מ'וועט ארויסברענגן ר' אהרן פון שטוב און מ'וועט אנצינדן די סיערינעס פון די פייער טראק'ס, אזוי ארום וועט ר' אהרן גארנישט הערן וואס גייט דא פאר. אבער א טעלעפאן קאל פון ר' אהרן'ס שטוב פאר די שלעגער'ס אויף די גאס האט געמאלדן, אז עס קומט נישט אין באטראכט, מ'קען דעם רבי'ן נישט ארויסברענגן ער זאל זעהן וויפיל טויזענטער אידן זענען פארזאמעלט און פראטעסטירן אנטקעגן אים.
 
עס איז נאנט צו 12 אזייגער, און ר' אהרן זיצט נאך אלץ פארשפארט ביי זיך אין שטוב, (דאס האט פאר יעדן אויפגעברענגט די זיסע זכרונות ווען ר' אהרן איז שמיני עצרת געזיצן איינגעשפארט אויף באותו מקום, און געווארט אויפן באריכט אז זיינע חיות האבן געמאכט ראדני 'יודן-ריין' און מ'קען אריינקומען צו גשם...) דא האבן שוין די אהרונים ממש אנגעהויבן ווילדעווען און פארפירן, וואס זיי קענען גאר גוט, און זיך גענומען פראטעסטירן אנטקעגן די ... פאליציי, מיינענדיג אז דא אין קרית יואל, און די פאליציי איז זייער'ס, זיי האבן אנגעהויבן געשלעגן און געהאפט אז אזוי ארום וועט די פאליציי אפשטעלן דעם פראטעסט, אבער די פאליציי האט זיך ווינציג דערשראקן. האבן זיי אנגעהויבן ארום רופן די העכערע פענסטער אז מ'מוז טוהן אלעס אין די וועלט דער פראטעסט זאל זיך זאפארט אפשטעלן.
 
אפאר הויעכראנקיגע אפיצירן האבן זיך באוויזן אויף די צענע, די אהרונים האבן אנגעהויבן שרייען אז אויב גייען זיי נישט צושפרייטן דעם פראטעסט די מינוט גייען זיי אנזייען כאאס אין וויליאמסבורג. די פאליציי האט זיי געזאגט אז ביז 12 אזייגער האבן זיי אלע רעכטן צו פראטעסטירן, און אום 12 אזייגער וועלן זיי צושפרייטן דעם פראטעסט.
 
12 אזייגער האט די פאליציי צושפרייט די טויזענטער פארזאמעלטע, און א ריזיגע קבוצה אידן זענען נאך געליבן ווארטן אויפן ערשיינונג פונעם סבלן ר' אהרן, און מוחה געווען א העפטיגע מחאה בפניו, וואס האט זיי שיעור נישט געקאסט דאס לעבן...
 
די פארזאמלטע האבן זיך צושפרייט, און פון יעדען'ס מויל האט זיך ארויסגעריסן "יא! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, דער זעלביגער וואס האט יארן געווארפן א פחד אויף די וועלט, טערארעזירט רבנים און יחידים, און ער איז געליבן דער זעלבער טעראריסט (דאס איז שוין ווען משה גבאי זיצט נישט ביים רעדל...) דארף היינט זיצן איינגעשפארט ביי זיך אין שטוב, און קען זיך נישט באווייזן דאס פנים אין גאס."



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 16:59 לינק ישיר 

די נעכטיגע פראטעסט האט אויפגעברענגט זכרונות פון יענעם פראטעסט תשמ"ב, נעכטן איז געווען די צווייטע פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגן א מנהיג, די ערשטער איז ר' בערעלע בעלזער און דער צווייטער איז ר' אהרון טייטעלבאם, צוויי שונאים פארן סאטמער'ן רבי'ן בעל ויואל משה זי"ע

(איך פארשטיי ס'האט דעמאלטס נישט געבאדערט פאר די בעלזערס און אויך יעצט נישט פאר די ארונים..)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 18:00 לינק ישיר 

ווי שוין פריער באריכטעט, איז דער סבלן אהיימגעפארן נעכטן אין די שפעטע נאכט שעות, אבל וחפוי ראש, נאך די שטורעמישע פראטעסטן אין וויליאמסבורג וועלכע האבן אים געהאלטן פארשפארט אין שטוב.
 
יעצט קומט א באריכט, אז בערך 2 אזייגער פארטאגס ווען דער סבלן איז אנגעקומען צו זיך אהיים, האבן אים אפגעווארט א שיינע צאל אינגעלייט, און מוחה געווען אויף דעם רשעות וואס ער זייעט אן אין שטעטל.
 
ציניקער זאגן, אז אויפן וועג אהיים האט ר' אהרן געהערט ליפא שמעלצער'ס נייע טעיפ, דעם ניגון "איך האב געכאפט", ביי די הויכע פאל האט זיך ר' אהרן צעוויינט און אנגעהויבן מיטזינגען אויף זיין אייגנארטיגע שטייגער; איך האב געכאפט אין קרית יואל, נאכאמאל געכאפט אין וויליאמסבורג וכו'...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 18:02 לינק ישיר 

סעננדר

על פי דרך הטבע זעט אויס אז די זאלונים גייען אונקומען דארט ווי סאטמאר תשמ"ב איז אנגעקומען היינט צוטאג
פילע פראקציעס וואס איש את רעהו חיים בלעו אין די אהרונים גייען אנקומען ווי בעלז תשמ"ב איז אנגעקומען היינט צוטאג אחדות מיט שטארקייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 19:12 לינק ישיר 

זייער שיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > לעבעדיגע באריכטן: פראטעסט ג' קרח אין וויליאמסבורג קעגן ר' אהרן טייטלבוים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.