| נשלח ב-9/6/2010 17:32 |
|
| |
תושבי ווימ"ס הכונו!! מעמד עצרת אדירה באולם ויואל משה ביום מחר ה' קרח

|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 18:04 |
|
| |
מהר"יי מסאטמאר וועט באשיינען?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 19:11 |
|
| |
זיכער נישט. דאס זענען נישט זיינע מוסדות וואס מאכן דא די געלט אקציע.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 19:51 |
|
| |
אנ"ש אין וומ"ס נעמט עס נישט פאר לייכט יעצט מיט זייער ווילדע אקציע פין זינטאג קען מען איינמאל פאר אלעמאל זיי גיט מסדר זיין ליגאל אויף אלע פראנטן מדארף דערצו ליידער אסאך אידיש געלט אבער דעס וועט אי"ה מאכן אז דאס איז עס מיט זייער ע גניבות אין רציחות לאמיר נישט פארפאסן די געלעגנהייט לאט נישט ענקערע ברידערס אין ק"י ווייטער ליידן נעמט אייך אן

|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 19:48 |
|
| |
הארציגע ווענדונג צו אונזערע אחים לדיעה אין ברוקלין טייערע ברידער, קרית יואל ברענט כמדורת אש!די טרויעריג-בארימטע כת שודדים וגזלנים והולכי בערכאות, וועלכע האבן אין די לעצטע יארן שאנטאדזשירט יעדע קהילה און וואוילטעטיגע ארגאניזאציע מיט די ביליגסטע מיטלען פון רויב און גזילה, און האבן מיט א שרעקליכע הרמת יד בתורת משה זיי אריינגעשלעפט אין די גוי'אישע געריכטן אין יעדע געגנט אויף דער וועלט, האבן זיך אין די לעצטע צייט צואווילדעוועט אין קרית יואל אויף א שרעקליכן פארנעם, מיטן ציל צו רויבן און גזל'נען וואס זיי קענען נאר.ווי ס'איז באקאנט איז דורך די גזלנים-קהילה אויסגעשטעלט געווארן א אגענדע פון רויב און גזילה קעגן יחידים און רבים איבער די וועלט, אריינצובאקומען אלעס אין זייער באזיץ, ובפרט אין קרית יואל וואו זיי ווערן באגלייט דורך די ווילידזש אינסטאנצן און זייערע קרעפטן.נאכן בארויבן דעם בית החיים אין קרית יואל, ששם חלקת מחוקק ספון, דאס הייליגע ארט וואו רביה"ק זצ"ל ותלמידיו זענען נטמן געווארן, דורך נידריגע דריידלעך און שטיקלעך, און האבן אנגעהויבן א שרעקליכע געלט-פרעסונג און ניוולי מתים אויף א אומדערהערטן אופן, וועלכע האט אין די ענדע געצווינגען צו גרינדן אן אייגענעם בית החיים לשביעת רצון אלפי אנ"ש.האבן זיי מיט אויסערגעווענליכע רשעות זיך א ווארף געטאן אויפן בית מקדש מעט וועלכע איז נתייסד געווארן בביתו נאוה קודש פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, וועלכער האט דארט אפגעראכטן זיין הייליג לעבן אין זיינע לעצטע יארן, עס צוצורויבן פון די ריכטיגע אייגנטימער דורך אלע מיטלען. דאס ערשטע זענען זיי געלאפן אין געריכט מיט ליגענטס און שווינדל, ווען זיי זענען דארט דורכגעפאלן און ס'איז קלאר דערקלערט געווארן אז זיי האבן נישט קיין שום בעלות דערויף, האבן זיי דורך ביליגע טריקס אפהאקנדיג אלע מינימאלע געברויכן פונעם ביהמ"ד, מיטן כח פון געריכט און מיט איינפאכע מסירה איבער עטליכע אידן, געצוואונגען די ריכטיגע בעלי בתים צו פארלאזן דעם ביהמ"ד, און דערמיט אפגעטאן אזא מעשה נורא פון אפשליסן א מקום קדוש וואס ווירבלט שוין דרייסיג יאר מיט תורה ותפלה.די רבנים הגאונים שליט"א חברי הביד"צ קהל היראים זענען ארויסגעקומען מיט א שארפע ווארענונג צו די מוסרים זיי זאלן צוריקציען זייער קלאגע אין געריכט קעגן אומשולדיגע אידן, וועלכע ווילן נישט אויפגעבן זייערע אייגענע רעכטן עפ"י תורה ועפ"י דינא דמלכותא. ווען די מוסרים - וועלכער איינער דערפון איז גאר דער ראש הקהל זעלבסט פון די קהילה המשתלטים על הציבור - האבן מיט טראציגקייט איגנארירט דעם התראת בי"ד, האט דער בי"ד ארויסגעטראגן א פסק אז זיי האבן דעם ריכטיגן דין פון מוסרים וואס ס'ווערט אפגע'פסק'נט אין שולחן ערוך.*דעם פארגאנגענעם זונטאג פ' קרח האבן זיי זיך גענומען צום ענדגילטיגן פלאן פון אויסאקערן דעם שטח רח"ל און זיך דערמיט משתלט זיין דערויף מיט געוואלד, אזוי ווי זיי זענען שוין טרויעריג בארימט איבעראל מיט זייערע מעשי אלימות.מיט א "בליץ אטאקע" האבן זיי אין די פארטאגס שטונדן זיך אראפגעלאזט אויפן פלאץ מיט טראקס און בולדאזערס, און מיט שטורעם אנגעהויבן אויסצורייסן דעם גאנצן שטח ארום דעם ביהמ"ד, זייענדיג באוואכט דורך די "פאבליק סעיפטי" קרעפטן וועלכע זענען געווען גרייט אויף רציחה ממש, די בריונים האבן - אונטער די דירעקטע אנפירערשאפט פון זייער פירער, מזרע ישראל ליידער - זיך געווארפן מיט רציחה איבער אומשולדיגע אידן וועלכע האבן געוואלט שטערן דאס אויסרייסן דעם מקדש מעט, זיי צוזאמגעשלאגן און געבינדן מיט א שרעקליכע בארבאריזם.די צוקוקער האבן נישט געקענט קומען צו זיך פון גרויס שאק, די סצענע האט זיי דערמאנט פון זייער ענליכע סצענעס, ווי אחינו בני ישראל ווארפן זיך אונטער די גרויזאמע ארכעאלאגישע טראקטארן, און ווערן געשלאגן און געבינדן מיט סאדיזם, זיך אננעמענדיג פאר קדשי ישראל.און דא האט זיך ארויסגעשטעלט א שרעקליך בילד! נעמליך, אז דער "ווילידזש" און די "פאבליק סעיפטי", פאר וועלכע "אלע" איינוואוינער צאלן שווערע אויסגעהארעוועטע דאלארן אין טעקסעס, האט זיך געשטעלט אונטער די פארברעכערישע כת זיי ארויסצוהעלפן מיט זייערע נידריגע מעשי גזילה. דער ווילידזש האט דירעקט ארויסגעגעבן די ערלויבעניש פאר די גזלנים אפצוטאן די מעשי גזילה, און געשטעלט זייערע "פאליצייאישע קרעפטן" צו היטן אז דאס זאל טאקע ווערן דורכגעפירט אומגעשטערט.גאר גרויס איז געווען דער ווייטאג צוקוקונדיג צו דעם גרויליגן ספעקטאל, און נאך זעענדיג ווי די ווילידזש פארוואלטונג האט געשטעלט רעגירונגס קרעפטן, זיך צו שלאגן מיט טויזנטער אייגענע תושבים און שטייער צאלער וועלכע בלוטיגן קעגן די גזילה ועקירת ביהמ"ד, זיי האבן באפוילן די באנדע זיי לאזן איגנארירן דעם ביטערן וויי געשריי פון די טויזנטער איינוואוינער, און זיי בינדן און שלאגן אויב זיי וועלן פרובירן שטערן דאס מינדעסטע.די "פאבליק סעיפטי" האט פארזיכערט פאר די "סטעיט פאליס" אז זיי נעמען שוין "קעיר" אויפן מצב, און האבן זיכער געמאכט אז זיי זאלן נישט וויסנדיג מאכן צו די צענדליגער הילפס-רופן און וויי געשרייען וועלכע האבן געהאלטן אין איין אריינקומען פון די דערשראקענע איינוואוינער.דער סקאנדאל האט גאר שטארק אויפגעשוידערט די אלפי תושבי קרית יואל, וועלכע קוקן מיט שרעק אויף דעם רויב-שותפות פון די אלע אינאיינעם, וואס וועט ערמעגליכן די כת גזלנים אנצוגיין מיט זייער אגענדע פון גזילה ורציחה אן קיין שטער, אפילו נישט פארן מוראה של מלכות, וועלכע איז נאך ביז היינט געווען דער איינציגער מיטל וואס האט אויף זיי געארבעט, נאכן צושטערן און ליצנות מאכן פון יעדע תורה'דיגע הוראה קעגן זייערע אינטערעסן.דער געמיינזאמער רויבער-קאאליציע האט נאך מער צוגערויבט די מנוחה פון די טויזנטער פרידליכע קרית יואל איינוואוינער, דערוויסנדיג זיך אז דער "ווילידזש" ארבעט אין די טעג גאר שטארק ארויפצוברענגען דעם "פאבליק סעיפטי" צו א פולן "פאליציי" שטאפל, און אויך פארמירן א געריכט, און האלטן שוין גאר נאנט עס צו דערגרייכן.דאס באדייט אז די פארברעכער און טעראריסטן וועלן אליין זיין די פאליציי, די אנקלעגער, און דערנאך די שופטים! וואס קען פארוואנדלען די נאבעלע שטאט קרית יואל אין אן עיר הדמים רח"ל אין פולען זין פון ווארט, וואו די גזלנים כת וועט האבן א פרייע האנט פון טעראר איבער די אלפי תושבי קרית יואל, זייערע בית מדרשים, מקואות, בתי חינוך, מוסדות און תורה צענטערן, עס עוקר צו זיין אינגאנצן.און דאס קען ליידער שטארקן זייער מאכט אויך אין וויליאמסבורג און אין אנדערע פלעצער איבער דער וועלט, ווי דער פאקט האט שוין באוויזן פונעם עתיד, אז זייער אפעטיט נאך אידישע פארמעגן וואקסט מיט יעדע גזילה, און דאס באדרעאט די עקזיסטענץ פון אלע קהילות קדושות בכל מקומות מושבותיהם.דאס יהדות החרדית ובפרט די תושבי קרית יואל, האבן געזען כי כלתה אליהם הרעה און האבן באשלאסן אז גענוג איז גענוג! ס'איז מוחלט געווארן ביי יעדן זיך ארויסשטעלן צו א דרייסטן קאמף, אפצושלאגן די כוחות הרשע מיט אלע כוחות. שטורמישע פראטעסטן זענען פארגעקומען איבער די קרית יואל'ער גאסן קעגן די פאראנטווארטליכע פאר די אומדערהערטע מעשי גזילה ורציחה, און הונדערטער חתימות זענען שוין צוזאמגענומען געווארן אין די בתי מדרשים אין וועלכע מ'בעט די שוץ פון די גוי'אישע פאליציי, אז זיי זאלן נישט לאזן די קארופטירטע "פאבליק סעיפטי" - וועלכע האבן שוין באוויזן זייער רשעות - צו געוועלטיגן איבער קרית יואל.אצינד ווערט צוגעגרייט א לעגאלער קאמף, צוצושטערן די בייזוויליגע פלענער פונעם "ווילידזש" און "פאבליק סעיפטי", זיי זאלן זיך נישט קענען צופירן די הענט, צו רויבן און פלינדערן כאוות נפשם. אבער דערצו פעלט אויס ריזיגע סכומים פון געלט, אין וועלכע די לעגאלע שריט ציען אריין כידוע.טוען מיר אצינד אפעלירן צו אחינו בני ישראל תושבי ברוקלין, אחים לדיעה וועלכע האבן שוין אליין געשפירט אויף זייערע אייגענע הויט די פעולות הרשע פון אט די כת און פארשטייען די נויטווענדיגקייט זיי אפצושלאגן און אומשעדליך מאכן, זיי זאלן קומען צו הילף די געשלאגענע ברידער פון קרית יואל וועלכע שטייען אין שרעקליכן געפאר, און אויפנעמען די עסקנים - וועלכע רוען נישט יומם ולילה צו לינדערן דעם פלאג פון תושבי קרית יואל - בסבר פנים יפות, זיי אהינגעבן סכומים יותר מכפי היכולת, ווייל די זאך איז בנפשינו, להצלת היהדות הצרופה, ולהיות לנו שארית בארץ.ס'איז צום האפן אז דער ריזיגער ציבור אנ"ש אין וויליאמסבורג וועלן קומען אין די מאסן היינט דאנערשטאג פ' קרח אין די זאלן פון ויואל משה, אין זיך נישט לאזן פארפירן פין דע כת וואס וויל אויף אלע וועגן מאכן אז סזאל נישט זיין היינט נאכט א הצלחה ווייל זיי ווייסן אויך אז זייער שרעכליכן כח קען אין וועט אי"ה ציבראכן ווערן היינט נאכט מיט די גרויסע געלטער וואס דער עולם וועט אי"ה געבען לאזן זיי ארויס אז סאיז נישט דא היינט א מסיבה אין אזוי ווייטער מיט אלע זייערע נידעריגע שקרים נאר יעדער וועט קימען אין אויסצודריקן די וויי געשריי קעגן די מעשה רשע ורציחה, ארויסווייזן סאלידאריטעט מיט די געשלאגענע און גע'רודפ'טע, און גלייכצייטיג זיך באטייליגן מיט סכומים אדירים למען הצלת בית רבינו ועירו הקדושה.ובזכות זה וועלן די אלע נדיבי לב און אלע וואס וועלן זיך אטייל נעמען געהאלפן ווערן מיט כל מילי דמיטב, שימלא ה' כל משאלות לבם לטובה, אמן.
תוקן על ידי kj1234 ב- 10/06/2010 19:06:05
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 20:01 |
|
| |
מיין קעפל איז געווען
| קול נהי נשמע מקרית יואל איך שודדנו! וומ"ס האט רחמנות! |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 23:40 |
|
| |
אהרונים קומען אויף מיט המצאה צו 'קרעשען' די מסיבה פון בית יואל. ברענגען אריין העניך'ס ווארט קיין הופער, אז אלע פראים פון קעי דזשעי זאלען דא זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2010 00:38 |
|
| |
טייערער המהדרין, מיט גרויס הארץ קלעמעניש האב איך געליינט ענקער קינה אויפן היינטיגן מצב אין קרית יואל, גלייב מיר, בלוט האט געטראפט פון הארץ, טאכן טרערן פליסן פון מיינע אויגן, יעדעס מאל ווען איך ליין די ווערטער טרויעריג בארימעטע כת שודדים, אדער ווען איך ליין פון די אגענדע פון רויב און גזילה, און די ווערטער קרית יואל ברענט כמדורת אש, גיט דאס א רייס אין הארץ, ווי א שפיז גיט דאס א שטעך, פלגי מים ירדה עיני אויף די צרות יגון ואנחה וואס איר ליידט אייך אן פון די גזלנים און שודדים, ובפרט ווען איר שרייבט פון די מעשי האלימות וואס האט מיך דערמאנט אין די רציחה פון די בג''ץ משטרה האב איך געפילט אז כלו כל הקיצין, איך טראג דאס שוין נישט אדורך, און ווי נאר איך בין צו געקומען צו די ריזיגע רויטע בוכשטאבן, בין איך געפאלן מאכטלויז אין אונים, ווי קענען אידישע קינדער אזוי פיל מיט מאכן אין דעם עיר הדמים, מיט אזויפיל מעשי רשע ורציחה,
אבער די הויכפונקט פון דעם מעכטיגן אומבאגרייפלעכער צער איז געווען ווען איר שרייבט אז דאס אלעס ווערט גאר פינאנצירט און באצאלט מיט אונזער שווערע אויסגעהארעוועטע דאלארן אין טעקסעס, דאס האט מיך שוין ארויס גענומען פון די כלים, קודם כל כמשמעו, פשוט אז מיר אלע צאלן געלט מען זאל אונז שמייסן, אבער בעיקר האט דאס וויי געטוהן ווייל דאס ווארט "טעקסעס" האט מיך גאר דערמאנט פון די טריפה'נע שחיטה מונחת פון טעקסעס, אויף וואס אינזערע רבנים הקדושים האבן שוין כמה פעמים מעורר געווען אז ס'איז חזיר טריפה, און מען דארף כשר'ן אלע כלים.
נאך איין מזל אז איר האט דארט צו געשריבן דעם פסק הלכה פונעם חשובן בית דין קהל היראים ווי זיי זענען ארויס געקומען מיט א וואורענונג צו די כת מוסרים, און ווען זיי האבן נישט געהארכט צום התראת בית דין זענען זיי ארויס געקומען מיט א פסק דין וואס האט אפגעהילעכט מסוף העולם עד סופו אז די כת גזלנים וחמסנים די כת הולכי לערכאות זענען בגדר מוסרים, דאס האט ביי מיר ארויס געברענגט א שטיקל שמייכל און האט מיך צוריק געברענגט צום באוואוסטזיין, פארוואס האט דאס ארויס געברענגט א שמייכל?, אה! דאס קען איך אייך נישט זאגן, אבער איך בין זיכער אז ווען איר האט דאס געשריבן האט איר אויך א שמייכל געטון.
על כל פנים נחזור לענינינו, איך ווייס אז פון מיד ליידט וועט איר קיין סאך נישט האבן, דאס וועט אייך זייער קנאפ העלפן, במילא וועל איך פראבירן מיט אפאר עצות, איר ווייסט דאך דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, און דאס ברענגט צום תשועה ברוב יועץ, און נאר מיטן כח הרבים וועלן מיר ביי קומען די אנשי רשע ובליעל, קודם כל עצה נומבער איינס: הערט אויף מיט ליגענט, שקר העלפט נישט, אמת רוב עולם זענען קעלבלעך און מען קען זיי איינרעדן באבקעס, זיי זענען אזוי נאאיוו, אז אפילו וואס מען זעט בחוש קען מען זיי איינרעדן אז זיי זעהן פארקערט, און וואונדער אריבער וואונדער, זיי גלייבן דאס, דאס איז אלעס גיט אויך טעמפערערלי, אדער צייטווייליג ווי מען רופט דאס ביי אונז, אבער מיט די צייט, ווען כל הקהל הקודש כאפט זיך אז מען האט פון זיי געמאכט דאס גענאר ווערן זיי אזוי ביטערלעך אנטוישט און דעמארעלייזט אז זיי ווערן אזוי צו ווילדעוועט אז זיי מאכן אונז אן חרפות און בושות, זיי פארשעמען אונז פשוט, מיר ווערן ללעג ולקלס ביי יעדן, און דער פועל יוצא פון א ליגנער איז, אז אפילו ווען ער זאגט אמת גלייבט מען עם נישט.
איך וועל קודם צולייגן ענקערע שקרים וכזבים אויף קליין געלט, איר שרייבט אין ערשטן פאראגראף: די טרויעריג-בארימטע כת שודדים וגזלנים והולכי בערכאות, וועלכע האבן אין די לעצטע יארן שאנטאדזשירט יעדע קהילה און וואוילטעטיגע ארגאניזאציע מיט די ביליגסטע מיטלען פון רויב און גזילה, און האבן מיט א שרעקליכע הרמת יד בתורת משה זיי אריינגעשלעפט אין די גוי'אישע געריכטן אין יעדע געגנט אויף דער וועלט, האבן זיך אין די לעצטע צייט צואווילדעוועט אין קרית יואל אויף א שרעקליכן פארנעם, מיטן ציל צו רויבן און גזל'נען וואס זיי קענען נאר. נו, ליינענדיג דעם פאראגראף האב איך קודם געמיינט אז דאס שרייבן די אהרונים אויף די בני יואל, און אז אלעס איז אמת ויציב, די בני יואל זענען בארימטע שודדים גזלנים והולכי לערכאות, זיי האבן מזייף געווען דעם דיד פון רעבעצינס דירה, און ביז קהל האט זיך געכאפט איז אדורך דער לימיטעישאן וואס מען קען קלאגן און צוריק דרייען במילא האט דער ריכטער געפסקעט אז איט איז טו לעיט, און דאס בלייבט ביי די גנבים, און ווען מען רעדט ווייטער פון הרמת יד בתורת משה, שטימט ווייטער אלעס, ווייל ווער זענען געווען די ערשטע פורצי גדר צו גיין בערכאות העכו''ם, דער טיטול וועט אייביג בלייבן ביי די בני יואל, זיי וועלן בלייבן לדראון עולם אלס די "ערשטע מרימי יד בתורת משה", איך ליין אזוי געמיטלעך דעם צווייטן פאראגראף, און ווייטער שטימט דאס, ווי זיי שרייבן אז: ווי ס'איז באקאנט איז דורך די גזלנים-קהילה אויסגעשטעלט געווארן א אגענדע פון רויב און גזילה קעגן יחידים און רבים איבער די וועלט, אריינצובאקומען אלעס אין זייער באזיץ, ובפרט אין קרית יואל, אבער פלוצליג, ווער איך סטאק, עפעס שטימט נישט זיי שרייבן: וואו זיי ווערן באגלייט דורך די ווילידזש אינסטאנצן און זייערע קרעפטן. האבן דען די בני יואל דאס בעלות אויפן ווילעדש אינסטאנצן און זייערע קרעפטן?, דיד איי מיס סאמטינג?, איז שוין מענדל שוויממער געווארן דער מעיאר?, איך בין געווארן אינגאנצן קאנפיוסט!,
איך ליין ווייטער ווי זיי שרייבן: נאכן בארויבן דעם בית החיים אין קרית יואל!!! פלוצלינג גיט מיר א בליץ אויפן געדאנק, דאס שרייבן נישט די אהרונים, דאס שרייבן די כת השקרנים העולמי, און אויף זיי איז נישטא קיין פראגעס, שווארץ איז ווייס, מותר איז אסור, אסור איז מותר, בג''ץ איז א מצוה, שחיטה מהודרת איז טריפה, מצות פון מצומחות איז א הידור מצוה, און מצות פון חיטים ווארס וואקסט אין אריזאנא ווי מען טרעפט נישט קיין מצומחות איז חמץ גמור, איז מיר פלוצלינג פארענטפערט געווארן אלע פראגן, זיי קלאגן, אז מען לאזט זיי נישט גנבענען, מען לאזט זיי נישט רויבן, טאקע א הימל געשריי, זיי קלאגן אז מען האט זיך א ווארף געטוהן אויפן בית מקדש מעט וועלעכער איז נתייסד געווארן בביתו נאווה קודש פון רביה''ק בעל ויואל משה (איי די הקדמה פון רבינו הק' אז מען זאל עם געדענקען אלס דער בעל ''דברי יואל'', תיקו) זי''ע וועלעכער האט דארט אפגעראכטן זיין הייליג לעבן אין זיינע לעצטע יארן, טאקע? האט דער דברי יואל, אדער ווי איר רופט עם דער ויואל משה דארט געוואוינט?, ווייל איך האב געמיינט אז ער האט געוואוינט אויף בעיקרטאון, אנלעס איר רעדט פון בעלת ויואל משה'טע, און אויב איז אזוי חשוב אין וויכטיג צו האבן א בית המדרש ווי דער רבי האט געוואוינט, אפשר מאכט מען א בית המדרש אין בעלל-הארבאר אדער אויף בעיקערטאון ווי דארט האט ער היבש לענגער געוואוינט, און וואס איר שרייבט ווייטער אז מען איז געלאפן אין געריכט מיט "ליגענטס און שווינדל" פון וואס פאר א ליגענטס רעדט איר?, פונעם זיוף אינטערשריפט פון רבי לייבוש לעפקאוויטש ע''ה, הרצחת וגם ירשת? איז דען נישט קלאר געווארן איבערגעצייגט אז איר האט דאס בגניבה, נאר דער סיבה פארוואס מען האט דאס פון ענק נישט אוועק גענומען איז די העכער 10 יאר וואס איז אדורך פון אייער גניבה, און לויט די חוקי המדינה, איז דאס פארפאלן און מען קען דאס נישט צוריק דרייען, און דאס איז טאקע די איינציגע סיבה פארוואס איר פארכט אייך אזוי שטארק צו גיין צו א דין תורה, איר זענט גרייט מחלל שם שמים זיין ברבים בהרמת יד בתורת משה נאר חלילה נישט אנצוקומען צו א דין תורה, פארוואס? ווייל די רבנים וועלן גלייך מגלה זיין די גניבה וגזילה און דאס צוריק געבן פאר די אמת'ע בעלי בתים, זיי זענען נישט געבינדן צו די חוקי המדינה, און פאר דעם ציטערט איר אימת מוות. פארזעצונג קומט.....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2010 17:51 |
|
| |
האט מען געמאכט געלט? וועט זיין צו באצאלן פאר די לויערס?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2010 17:56 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2010 17:59 |
|
| |
אינטערסאנט אונז איז נישט איינגעפאלן אהייצושיקן מיט די קינדערגארטן קינדערלעך פיקטשערס פון די ארעסטן אין קרית יואל דורך ר' אהרן'ס משטרה, קינדער זייטס ענק מחזק... איך פארשטיי ענק...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2010 18:04 |
|
| |
עס מיז זיין אז ער איז נישט יעקב אבינו ווייל ווי באקאנט פאר דע וואס לערנען יא די תורה אז יעקב האט געבעטען ובקהלם וכו' אדער קען מען זאגען אז ער איז שבתי צבי אין די אנדערע זענען די קליינע הייפעלע יודען וואס זענען מוחה קעגען עם
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2010 18:34 |
|
| |
http://24.213.178.195/bfgcontact.htm ביטע אימעלן דעם גאנצן ליסט, און בעטן אז זיי זאלן פועלן אז דער פרעזידענט זאל אראפ מעמן זיינע לאפעס פון כלל ישראל
תוקן על ידי zibala ב- 11/06/2010 18:36:41
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2010 21:04 |
|
| |
עס איז געווען באמת אר מעמדס קידוש שם שמים, ווען אידן זענען ארויסגעקומען אין מאסן צו געבן חיזוק בגוף ובממון פאר אחינו לדעה תושבי קרית יואל הנאנחים והנאנקים אונטער די שטיוועל פון דעם ראש ממשלת קיריאַט דזשאָועל.
|
|
|
|
|