בית פורומים אידישע געדאנק

2# האט זיך דאס געלוינט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2010 20:06 לינק ישיר 
2# האט זיך דאס געלוינט?

איך הייב אן מיט די נוסח פין נעקי

האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!

איך וויל בשום אין אופן נישט אריינגיין אינם זינלאזען וויכוח, ביז יא א אהרויני ביסט נישט א אהרויני, איך גיי בשום אופן נישט ענטפערן אויף די סארט שיטה. איך גיי זיך באציען נאר צו די נקודות אין פאקטן ארום מיין עצם דיסקאשען. איך בעט די מנהלים זאלן שטיין וואך און מיר העלפן האלטן די דעם אשכול אויף די רעלסן.

אמת אז עס זענען שוין דא אפאר אשכולות איבער דעם נושא, אבער עס איז נאך נישט דא קיין איין אשכול וואס גייט באהאנדלען די נושא פון מיין פוינט-אפ-וויוא.

יעדער וואס ווייסט אפילו נאר אביסל וואס דא גייט פאר (איך רעד נישט פון די וואס קויפן לאקשן, פון ביידע צדדים)

 

עכ''ל

 

קודם א שטיקעל הקדמה פין טרוקענע פאקטען וואס יעדער קען זיך איבערצייגן

אין וואס יעדער האט געקענט ''זעהן'' (נישט שרייבן אדער ליינען) 
 
איך בין נישט קיין שרייבער אין אוודאי נישט אזעלכע לאנגע ארטיקעלן, אבער כ'וועל פראבירן מ'זאל פארשטיין וואס איך וויל ארויסברענגן



אויב די איבערקערניש האט פארשעמט מהר''א צו נישט, דאס וועל איך נישט יעצט אריינגיין אויף די מיניט

די פארזאמלונג/פראטעסט איז נישט געווען גערופן דורך קיין שום ארגענעזעציע אדער מוסד אפיצעיל

קיין שום האט דעת תורה האט נישט אפיציעל געהייסען גיין אין שרייען

אין אוודאי איז קיין איינס פין די שרייער פין צד מהרז''ל זענען נישט געווען פאריגע וואך ביי די גרויסע פראטעסט אין מאנהעטן קעגן חיטוטי שוכבי פין די רשעי הציונים

די פראטעסט איז באשטאנען מער ווייניגער פין קינדער אין בחורים אין העכססטענס יונגעלייט ביז 25 יאר, עס איז זעלטן געווען צו זעהן איינעם העכער 25


די פלאץ וואס איז מ'איז געשטאנען איז געווען מאקסימום 2 אדער 3 הייזער אריין פין לי עוו' אין פין דארט איז געווען נאר באריקאדעס, אין נאר היץ קעפ פין צד מהר''א האבען זיך דארט געדרייט

די שרייער אין ציריק שרייער זענען געווען קאנצעטרירט אינמיטן ראוד אויף די 2 לעינס ווי די קארס פארען


 אויפן סיידוואק – פין ווי מ'האט בעיקר נאר ציגעקוקט איז איף די זייט צו הופער געווען רובא דרובא צד מהרז''ל ,אין אויף די זייט פין פען איז געווען רובא דרובא צד מהר''א, אין ציקוקער אין בילדער כאפער אריינגמישט ביי ביידע זייטן,

אויף ביידע זייטן פין די גאס זענען קארס געווען געפארקט אויף ביידע זייטען געהעריג

אויף די זייט צו בעדפארד איז אויך געווען אפגעשפארט אבער דארט זענען נישט געווען קיין שום מהימות, דארט איז אינדיג פין צד מהר''א געשטאנען מיט די פאליציי איז געזאגט וועם מ'זאל אריינלאזען
בעיקר שכנים, אדער באזוכער ביי מהר''א

עס זענען ארעסטירט געווארען 2 מענטשן פין צד מהר''זל דורך די פאליציי, אויף זייער {די פאליציי'ס} אייגענע האנט

עס זענען נישט פארגעקומען קיין שום געשלעגן (כ'רעדט נישט פין א שטופ אהער אדער אהין) חוץ אין איין פאל פין א יונגערמאן וואס איז אנגעקומען אויף יוז סט' ביז סיגוט, וואס ער האט געטוהן דארט איז מיר נישט באקאנט, אבער דערווייל האבען ליידער מענטשן פין ביידע צדדים געפרעסט טשארזשעס

הצלה אין פייער לעשער זענען עטליכע מאל גערופן געווארען צו פארשטעקערן די מהימות אדער צו פארטרייבן די פארזאמעלטע, אבער האבען למעשה גארנישט געהאט קיין ארבעט דארט ב''ה

ביי מהר''א אין שטוב איז אנגעגאנגען אלעס ווי געהעריג, צענדליגע יונגעלייט זענען געקומט ברענגן 1800 דאללער פין די מקוה טהרה, אין אסאך מענטשן צווישען זיי רבנים אין ת''ח זענען געקומען באזוכען ביז שפעט אין די נאכט, מהר''א האט גענדיגט געזעגנן ווי וועכענטליך ביז ארום חצות– אין ווער ער איז אהיימגעפארען קיין ק''י איז נישטעמאל געווען קיין באריקעידס אויף די גאס (זיין איידעם האט נעכטן געשלאסען א שידוך מיט טשאקערע רב הרה''ג ר' זלמן ה''ש, אין ער איז געווען אין א גיטע שטומינג)

די פאליציי וועלכע זענען געברענגט געווארען דורך צד מהר''א זענען געווען גיט ארגענעזירט אפי' זיי זענען נישט געווען אזוי סאך אין צאל, אבער האבען אפגעכאפט די גאנצע איבערקערנישט אויף ווידיא, אין האבען שפטעטער אנגצינדען גרויסע פראזשעקטער אין ליכטיג געמאכט די גאנצע ארום, וואס האט אסאך בחורים אין די יארען פארשיקט אדער איינגשטילט

ארום 12 אזייער האט די פאליציי געזאגט אז מ'זאל אנהייבן זיך ציגיין אין ווער נישט וועט ווערן ארעסטירט, אין פארשטייט זיך אז די גאס איז ליידיג געווארען

דאס אז זענען אלע טרוקענע פאקטן וואס יעדער האט געקענט ''זעהן'' אין איך האב עס קראנט באשטעטיגט פין ערוואקסענע באטייליגטע אין ציקוקער פין ביידע צדדים

--------

יעצט צום ענין

ווי באקאנט טענה'ן צד מהז''ל שוין לאנגע יארען אז אין קרית יואל ספעציעל אין ישיבה ערציט מען די בחורים מיט שטארקע עזות אין מ'איז מחזק דארט געשלעגן - די טענה באציט זיך ביז די פרשה פין בני יואל, וואס צד מהר''א ווייזט קלאר אויף אז דעמאלטס איז משה גבאי געווען בעל הבית – איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין דעם

די מציאות איז פאקטיש, אז פין די בחורים אין קרית יואל האט מען די לעצטע פאר יאר נישט געהערט קיין שום ספעציעל ווילדע אקטען, כאטש מ'האט טענות גערעכטע צו אימגערעכטע שריט אויף די פאבליק סעיפטי אדער אויף אנדערע יחידים, אבער אויף די בחורים קענט מיר נישט אנווייזען א ''געמיינזאמע אקציע'' פין די גאנצע ישיבה קעגן סיי וועם

למעשה האט די נעכטיגע פרשה, געוויזען פאר די גאס ''ווי יעדער האט געזעהן'' אז דאס וואס צד מהרז''ל שרייט אז די בחורים פין ק''י טוהן, דאס ווערט אין איז פאקטיש געווארען געטוהן דורך זייער אייגענע יונגעלעך אין בחורים

איך ווייס נישט וויפיל בחורים פין ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה פין צד מהרז''ל 'האבען געפעלט', אבער דאס האט יעדער געזעהן אז רוב באטייליטגע זענען געווען פין די ישיבות בנשיאת מהרז''ל

די אויפפירינג פין זיי, וועט יעדער קענען זעהן פין די קליפס וואס וועלן ארויסקומען - אויב וועט עס זיין צענזירט נאר אזווי די קליפס פין ק''י (ווייסט איינער פארוואס פינקט היינט נעמט אזוי לאנג ס'זאל ארויסקומען די קליפס?)

פארשטייט זיך ווי א שטארקע בושה דאס איז פאר צד מהרז''ל,


איר מיזט פארשטיין אז די גאס קוקט עס נישט אן וויאזוי איר ווילט מ'זאל עס אנקוקען אין אפי' ערנסטערע ביי צד מהרז''ל האבען זיך געשעמט צו אנדעפצירן אויפן פלאץ

איך האב געזעהן - בשעת איך בין דורךגעגאנגן ווי א בחור'ל פראבירט מסביר צו זיין פאר א דורךגייער אז זיי האבען ציגעמאכט די רעביצין'ס ביהמ''ד אפאר חדשים ציריק דורך א קאנטער קלעים, נאך לענגערע געשלעגן,  אין יעצט האבען זיי אראפגעריסען די גאנצע סטעפס אין א סעפטיק טאנק, אין די פאבליק סעיפטי אין פאליצייי האט גאר זיי געוואטשט, אין יענער האט אים אנגעקוקט מיט אזא ווינדערדיג פנים, ענדיגעןדיג סוי ווי לערענען די אלע בחורים?

איר האלט אז מיט דעם אלעם האט זיך נאך געלוינט די מהימות?

אגב, איך רעדט שוין נישט דא פין די אחריות פין די ביטול תורה אין חילול ש''ש.


 

 

 

 

 

 

 




תוקן על ידי המהדרין ב- 09/06/2010 20:29:16




תוקן על ידי המהדרין ב- 09/06/2010 20:32:18




תוקן על ידי דיןתורה ב- 09/06/2010 20:48:04




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 20:25 לינק ישיר 

דין תורה, איך האב פשוט נישט אזוי פיל צייט ווי דיר אפצישרייבן אזא לאנגע ארטיקל דיך אפציענטפערן אויף אלעס וואס יעדער ווייסט....., איך ווינדער מיך אויף איין זאך, וואס וואלסטו געטון אויב שקר וואלט נישט באשאפען געווארן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 20:27 לינק ישיר 

קודם כל אדאנק אייך פאר די גאר גוטע נייעס אז גרויסע רבנים און צענדליגער אינגעלייט זענען נעכטן געווען ביי ר' אהרן אין שטוב, הפנים ווייסן זיי אויך פון דעם פראטעסט...
 
אויך בין איך גאר שטארק פרייליך צו הערן אז ווען ר' אהרן האט פארלאזט וויליאמסבורג, איז ער געווען אין א גוטע גוסטע...
 
יעצט זאגטס מיר צו ס'האט זיך נישט געלוינט!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/6/2010 20:50 לינק ישיר 

די האלטס אוודאי אז די רבנים קוקען דאס אן וויאוזי די ווילסט

זיי קוקען עס אבער אן ווי יעדע פרעמדער מענטש קוקט עס אן

ווען בחורים שטייען אין שרייען ביז שפעט אין די נאכט, קעגן א רבי'ן מיט וועם זיי פירן א פאליטיק מחלוקה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 21:11 לינק ישיר 

קודם יישר כח פארן געבן די ליגיטימאציע און נאך דערצו נאכצומאכן מיין געדאנק. כאטש איך האב כבוד דערפון בעט איך דיר זייער שטארק זאלסט נישט ניצן מיין נאמען אינם עתיד. ווייל איך האב געשריבן נאר 100% אמת און די שרייבט שקרים וכזבים אויף רעכטס און לינקס.

טאקע פארדעם וואס איך שרייב אמת קען די נושא ווערן אויסגעשמועסט אויף א נארמאלע אופן, די רגע די לייגסט אראפ פאקטן וואס זענען נישט מער ווי שקרים וכזבים פארלירסטו דיין גאנצע ציטרוי און עס איז נישט אינטערסאנט צו פירן א שמועס מיט דיר בכלל.

קודם נעם אריין א כלל אין קאפ, די כלל איז א פאקט און עס איז נישט דא אין דעם קיין שום בושה! נישט אלעמאל איז מיין צד גערעכט. איך בין נישט דער וואס מאכט די החלטות, און יענער קען אמאל האבן א טעות. אויסדרייען פאקטן כדי ס'זאל אויסקומען אז איך בין גערעכט איז קינדיש.

איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אז דוד עקשטיין האט געמאכט א פאטאלע טעות מיטן ברעכן און ארעסטירן. ער האט נישט אויסגערעכענט די קאנסעקווענצן, ביי מיר איז קיין ספק נישט אז ווען ער זאל זונטאג פארטאגס וויסן ווי אזוי דאס געשעפט גייט זיך אויסלאזן וועלט ער זיך לכה"פ צייטווייליג אפגעהאלטן דערפון. איז דוד עקשטיינ'ס מעשים מיין בושה? איז דוד עקשטיין'ס מעשים א בושה פארן רבי'ן? בהחלט נישט! דוד איז אליינס א בשר ודם און א יעדער בשר ודם קען מאכן א טעות! פירט דוד עקשטיין די קהלה אויף די ריכטיגע טרעקס? בהחלט יא, עס זענען נישט דא אסאך קהלות אין די וועלט וואס שטייען אזוי גוט פיינענשעלי ווי קהל יטב לב אין קרית יואל, אלס צו פארדאנקן דוד עקשטיין. האט ער געמאכט א טעות, סאו וואט?

איך גיי דיר נישט אויפקלערן יעדע טעות וואס די האסט געמאכט ווייל עס גייט נישט דינען מיין אייגענע אינטערעסע. איך וועל דיר נאר געבן א בכלליות'דיגע בליק אויף וואס דריקט מיר דא, איך האף אז די וועסט ארויסנעמען די ריכטיגע מעסעדש.

די שרייבסט אז די ביסט נעכטן געווען דארט, די שרייבסט פאקטן מיט נאמבער'ס, עידשעס און סלאגאנס וכו' א דורכגייער האט מיר געזאגט אזוי און פון א צווייטער דורכגייער האב איך געהערט א-זי

רבי לעבן, די ביסט "נישט" דארט געווען! מיטן פאקט אז די ביסט נישט דארט געווען מאכסטו אסאך מער שאדן ווי אויפטו.

איין דוגמא, די שרייבסט אז איין זייט סיידוואק און איין לעין זענען געווען זאלוינים די צווייטע זייט סיידוואק און איין לעין זענען געווען אהרוינים און אין ביידע זייטן זענען געפארקט קאר'ס.

איך האב פאר דיר נייעס, יענע גאס האט נאר "איין" לעין! אויב קומסטו צו גיין מיט א גראבע שקר וואס "יעדער קען אליינס זען און זיך איבערצייגן" (אזוי ווי די רופסט דאס) ווי אזוי קען מען דיר גלייבן מיט די פאקטן וואס מען קען "נישט אליינס זען און זיך איבערצייגן?



נ.ב. אויב ביסטו פון די רבי_יונה, ארגינעלער, עירהתורה, יראים סארט ניק'ס ביטע ענטפער מיר ניטאמאל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 21:12 לינק ישיר 

זיי נישט באזארגט! מיר וועלען ברענגען בילדער וי אזו ענק צי בליטיגען אידשע קינדער.. אין ענק וועלען ברענגען בילדער וי אזו אידישע קינדער שטייען מיט א מייסטערהאפטיגע ארדער אין שרייען אויס זייער וויי געשריי...
WHATS THE PROBLEM?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/6/2010 21:13 לינק ישיר 

דין תורה; דו האלטסט למשל אז דער באבוב'ער רב ר' יהושע רובין שליט"א, וואס האט באזיכט ר' אהרן נעכטן האט זיך נישט נאכגעפערעגט פארוואס מ'פראטעסטירט אינפארענט פון סאטמאר'ער רבי'ס שטוב?
 
וויל איך דיר זאגן אז יא, און וואס מיינסטו האט מען אים געענטפערט? אז דער פראטעסט קומט פאר ווייל דער וואס שטייט איין אויף 152 הויז סט. ר' אהרן טייטלבוים, פארמאכט שוהלן אין קרית יואל.
 
איז וואס זאגסטע?! ער מיינט אז ס'איז סך הכל אפאר היימלאזע בחורים וואס פירן א מערכה מיט א רבן של ישראל בלויז פאר די נישטיקייט, ניין?

תוקן על ידי בראווער1 ב- 09/06/2010 21:14:34




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/6/2010 21:19 לינק ישיר 

אין די האלטס אז ער האט נישט געפרעגט ווער אין פארוואס מ'האט עס פארמאכט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 21:23 לינק ישיר 

דיןתורה, קודם לאמיר הערן פון דיר אליינס,

פארוואס האבן די אהרוינים פארמאכט די רעבעצענ'ס שול?

איך ווייס באמת נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 21:27 לינק ישיר 

אזהרה, המהדרין



תוקן על ידי המהדרין ב- 09/06/2010 21:34:50




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 21:30 לינק ישיר 

נפל
איך וויל מיך נישט לאזען פארדרייען די טעמע
איך וועל דיר איין מאל ענטפרן בל''נ

ווייל לויט זייער שיטה אז ס'איז זייער'ס (אין זיי האבען גערופן די צו די''ת וועגן דעם אין נאכן מסרב זיין אין קארט ווי זיי האבען פארלוירן בטענות חזקה)
פירן זיי זיך דארט אויף כאדם העושה בתוך שלו

ווילסט אים אפהאלטען שיק אים א הזמנה מיט א עיקול ווי יעדער יוד





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 21:35 לינק ישיר 

די ווייסט נישט דט בית יואל חברה האבן אליין אריין געבען א מסירה עס צי פארמאכן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 22:38 לינק ישיר 

דער אקס

נישט איך און נישט די ווייסן פון א מציאות אז בני יואל האט אריינגעגעבן א מסירה צו פארמאכן דעם שול!

באמת וואלט איך געדארפט אזא תגובה אויסמעקן און דיר שיקן שרייבן אין א צווייט פאלץ. הפעם לאז איך איבער דעם תגובה כדי דו און אויך אנדערע זאלן פארשטיין וואס איך וויל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 22:45 לינק ישיר 

איך האב געמיינט אז יעדער וועט וויסן וואס איך האב געטראכט איך האב גערעדט די ווערטער וואס די ארונים זינגן כסדר אז בית יואל האט זיך עס אליין געברעגט מיט זייער אריין גיין אין קארט אין די מסור עקשטיין מיט מסור וויינשטאק האבן גארנישט געטיען "מנהל זיי מיר מוחל איך זע אז איך האב געמאכט א טעות נישט יעדער כאפט מיינע מחשבות פאר נעקסטיים וועל איך שרייבן קלארער"


(אין די צייט וואס בית יואל האט שיין ארויס געברעגט אין זייער באשרייבונג אז זיי זענען אריין אין קארט ס"ד נאך דעם וואס מסור עקשטיין האט אפגעהאקט זייער סוער ליין אין זיי זענען אריין צים אלטן שופט פאר א פארלאנג אז זיי זאלן דארפן צוריק געבען די סוער)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 22:59 לינק ישיר 

כ'לייג ציריק מיין תגובה מיט רשות פין מנהל

איך באצי מיך צו דעם שקרן נעקי

קודם יישר כח פארן געבן די ליגיטימאציע און נאך דערצו נאכצומאכן מיין געדאנק. כאטש איך האב כבוד דערפון בעט איך דיר זייער שטארק זאלסט נישט ניצן מיין נאמען אינם עתיד. ווייל איך האב געשריבן נאר 100% אמת
ביזט דאך איין שטיק אמת, כידוע
 און די שרייבט שקרים וכזבים אויף רעכטס און לינקס.
סתם שרייען שרייבסט שקרים, פרעגט נישט אפ קיין מציאות, אדרבה זאג מיר וואס איך שרייב ליגענט

טאקע פארדעם וואס איך שרייב אמת קען די נושא ווערן אויסגעשמועסט אויף א נארמאלע אופן, די רגע די לייגסט אראפ פאקטן וואס זענען נישט מער ווי שקרים וכזבים פארלירסטו דיין גאנצע ציטרוי און עס איז נישט אינטערסאנט צו פירן א שמועס מיט דיר בכלל.
איך צווינג דיר נישט פאר א שמיעס, אבער זאג מיר וואס איז ליגענט

קודם נעם אריין א כלל אין קאפ, די כלל איז א פאקט און עס איז נישט דא אין דעם קיין שום בושה! נישט אלעמאל איז מיין צד גערעכט. איך בין נישט דער וואס מאכט די החלטות, און יענער קען אמאל האבן א טעות. אויסדרייען פאקטן כדי ס'זאל אויסקומען אז איך בין גערעכט איז קינדיש.
100% אין קוק דיר אין שפיגעל

איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אז דוד עקשטיין האט געמאכט א פאטאלע טעות מיטן ברעכן און ארעסטירן. ער האט נישט אויסגערעכענט די קאנסעקווענצן, ביי מיר איז קיין ספק נישט אז ווען ער זאל זונטאג פארטאגס וויסן ווי אזוי דאס געשעפט גייט זיך אויסלאזן וועלט ער זיך לכה"פ צייטווייליג אפגעהאלטן דערפון. איז דוד עקשטיינ'ס מעשים מיין בושה? איז דוד עקשטיין'ס מעשים א בושה פארן רבי'ן? בהחלט נישט! דוד איז אליינס א בשר ודם און א יעדער בשר ודם קען מאכן א טעות!
פירט דוד עקשטיין די קהלה אויף די ריכטיגע טרעקס? בהחלט יא, עס זענען נישט דא אסאך קהלות אין די וועלט וואס שטייען אזוי גוט פיינענשעלי ווי קהל יטב לב אין קרית יואל, אלס צו פארדאנקן דוד עקשטיין. האט ער געמאכט א טעות, סאו וואט?
איך גיי דיר נישט אויפקלערן יעדע טעות וואס די האסט געמאכט ווייל עס גייט נישט דינען מיין אייגענע אינטערעסע. איך וועל דיר נאר געבן א בכלליות'דיגע בליק אויף וואס דריקט מיר דא, איך האף אז די וועסט ארויסנעמען די ריכטיגע מעסעדש.
דאס איז נישט די טעמע וואס איך באהאנדעל יעצט, אויף דעם האטסו שוין געפענט א אשכול

די שרייבסט אז די ביסט נעכטן געווען דארט, די שרייבסט פאקטן מיט נאמבער'ס, עידשעס און סלאגאנס וכו' א דורכגייער האט מיר געזאגט אזוי און פון א צווייטער דורכגייער האב איך געהערט א-זי

רבי לעבן, די ביסט "נישט" דארט געווען! מיטן פאקט אז די ביסט נישט דארט געווען מאכסטו אסאך מער שאדן ווי אויפטו.
איך בין דארט געווען אבער נישט די גאנצע צייט, א גרעסערע חלק פאקטען האב איך אליין בייגעוואינט

איין דוגמא, די שרייבסט אז איין זייט סיידוואק און איין לעין זענען געווען זאלוינים די צווייטע זייט סיידוואק און איין לעין זענען געווען אהרוינים און אין ביידע זייטן זענען געפארקט קאר'ס.

איך האב פאר דיר נייעס, יענע גאס האט נאר "איין" לעין! אויב קומסטו צו גיין מיט א גראבע שקר וואס "יעדער קען אליינס זען און זיך איבערצייגן" (אזוי ווי די רופסט דאס) ווי אזוי קען מען דיר גלייבן מיט די פאקטן וואס מען קען "נישט אליינס זען און זיך איבערצייגן?
דאס איז די גאנצע וואס די האסט מיר געכאפט ?
זאל יעדער זעהן וואס פאר א איש אמת די ביזט במילתא דעבידא לגלי', יוז סט' איז די ברייט פין יעדע סטריט גאס אין וומ''ס אין האט פלאץ פאר 2 קארס טאקע בדוחק
די מאכסט גאר שאדען מיטן ארויסברענגן אז זיי זענען קוים געשטאנען אויף 1 לעין


 



תוקן על ידי דיןתורה ב- 09/06/2010 23:43:10




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 23:03 לינק ישיר 

דין תורה, מאמיר דאך געשמועסט , אז גראפיטי איז פארבאטען אין הייד פארק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > 2# האט זיך דאס געלוינט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext