בית פורומים אידישע געדאנק

פון "דעפינאציע" ביז "דיפרענטשין"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2010 17:56 לינק ישיר 
פון "דעפינאציע" ביז "דיפרענטשין"

רובתי ס'קומט א גוט'ס. איך האב זיך א גאנצע שעה איינגעבעטן ביי באדאפעסט אין טאלק אויף [email protected] אז ער זאל זיך לאזן הערן זיין פוינט אף וויאו וועגן די פראטעסט אין וו"ב און די רעאקציע פון די אהרוינים. ער האט קודם נישט געוואלט, ער האט דווקא געוואלט אז פארמעגליך זאל דאס באשרייבן, צום סוף איז ער איינגעגאנגען אויף איין תנאי. איך זאל עפענען א אשכול אינטערן נאמען וואס ערשיינט יעצט און איך זאל אריינלייגן אלע בילדער וואס די אהרוינים האבן מפרסם געווען. (פשט פונם נאמען ווייס איך אויך נישט און פרעגט מיר נישט).

איך וועל דא אריינלייגן די בלידער און ווארטן אויף באדאפעסט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 18:18 לינק ישיר 

דעם מישמאשער זין






משה דוד גרינ'ס זין




זאליס משב"ק ליפא קרויס




# 4




נתן יושע בראווער'ס זין





הגז"ל'ס אייניקיל








 





 




חיים משה ווייסמאנ'ס זין



קווינסער בחורים




 




 



מאנטיוודעאר רב'ס זין


עקיבא הערש לעבאוויטש'ס זין



 




 




 




 




 






 




 




 




*** אזוי שרייבט דער אהרויני וואס לייגט ארויף די בילדער מיט די הגהות "ווער ס'איז דארט געווען וועט באצלען א פרייז" און ער איז ממשיך לייגן בילדער*****************



 




 

Phonebook results for 7182371025 Sarah Mertz (718) 237-1025 874 Bedford

עד כאן זענען אלע בילדער וואס די אהרוינים האבן ארויסגעשטעלט.

יעצט ווארטן מיר אלע אויף באדאפעסט'ער



תוקן על ידי המהדרין ב- 10/06/2010 21:00:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 19:25 לינק ישיר 

בשם די מוחים וואס זייערע בילדער זענען דא, דריקען מיר אויס א יישר כח פארן ארויפשטעלן די בילדער,

מפרסמין עושי מצוה, מיר זענען שטאלץ מיט דעם, מיר האבן זיך געשטעלט פאר די קעמרעס ווייל מיר האבן אייך געוואלט ווייזן אז מיר פייפן זיך אריין אין ענקער מנהיג, מיר זענען נישט קיין פחדנים, מיר אנטלויפן נישט פון אונטער טיר ווען מען וויל נישט הערן וואס אנדערע האבן צזאגן,

בשם די איבעריגע הינדערטער אידן בעטן מיר שטעלט ארויף די איבעריגע בילדער מיט קליפס, לאמיר האבן וואס צו ווייזן פאר אונזערע דורות, אז מיר זענען געווען ביי די ערשטע פראטעסט קעגן דעם קליפה,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 20:14 לינק ישיר 

איי טינק די סעים!

I'm really proud of all of you! Wish I was in your place!

א שאד עטס זענטס שוין אלע חתונה געהאט, ווען נישט נעם איך ווען א איידעם פון אזעלכע בחורים!

*

די ארונים האבן 7 יאר געבורדעט נאכגעשריגן רבי זלמן לייב, מיט ברך משה אויף אלע גאסן ביי יעדע טיש, אינמיטן ליינען (-אפי' ווען די ברך האט גיוויזן מיט די האנט אז מ'זאל זיין שטיל!!!) , ביי גוט שבת זאגן און ווען נישט, על לא עוול בכפם, אלעס נאר פאר'ן איינעם סיבה וויל די ברך משה  האט געוואלט פאר'ן 2טן זוהן אויך עפפעס גיבן, און די ארונים 'האבן אנדערש פארשטאנען...'

יעצט קומא אים אלעס אהיים! און שוין גארנישט על לא עוול בכפו........




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/6/2010 20:28 לינק ישיר 

יישר כח פאר ענק אלע וואס מ'זעהט דא אויף די בילדער, ממנו ילמדו וכן יעשו!

מצות תוכחה אויפ'ן שענסטן אופן קעגן א יוד וואס איז בועט בתורה

        די ערשטע 'רבי' צו גיבן א פערסאנעל טשעק פאר א לויער צו גיין אין קארט!

        די ערשטע 'רבי' צו גיין אין ציוניסטישן בג''ץ!

        די ערשטע 'רבי' צו שיקן א מחנה בחורים מאכן פורים פון זיין אייגענעם טאטן!

        די ערשטע 'רבי' צו רופן זיין טאט'ן אין קארט, און סערוען פעיפערס אויף די גאס!

     די ערשטע 'רבי' צו שיקן בחורים צו פראטעסטירן און שלאגן א צוויטן יוד רב/גדול בישראל!!! (שארמאש/בארדישעל/רבי יחזקאל ראטה/און וועם נישט?

-        די ערשטע 'רבי' צו פארברענען א קימפעטארען היים פיל מיט פיצלעך!

-        די ערשטע 'רבי' צו נישט פאלגן צו א צואה פון א טאטן!

-        די ערשטע 'רבי' צו גיין איבער 15 מאל אין קאורט און פארלירן אלע 15!

-        די ערשטע 'רבי' צו זאגן ליגענט ברבים! (עיין ערך דרשה בחוה''מ שעבר...)

-        די ערשטע 'רבי' צו בארעדן און מוציא לעז זיין אויף פריעדיגע רבנים ( עיי' ערך פלייש/ווייץ/)

-        די ערשטע 'רבי' צו ווילן איינווארפן א שוהל ווי זיין פעטער און מומע א רשכבה''ג האט געוואוינט!

-        די ערשטע 'רבי' צו רעדן אויף רבנים וואס קענען זיין זיין זיידע! (וויזניץ/קאשוי/קארלוסבורג ועוד ועוד...)

-        די ערשטע 'רבי' צו מאכיל זיין נבילות וטריפות און נאכדען נאך לייקענען!

-        די ערשטע 'רבי' צו זיך בעטן ביים טאטן ''איך וויל זיין א רבי! (עיין ערך 'די טאטע גייט אין גארטן' טעיפ)

-        ועוד ועוד........... (איך דארף שוין גיין ווייטער ארבעטן J ווער וויל צולייגן איז מכובד

 

 



תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 10/06/2010 20:35:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 21:34 לינק ישיר 

איינער ווייסט די ארונישע אימעיל ווי מקען אריינשיקען בילדער פון דעם פראטעסט, פאר וויל עס וויל פאראייביגן זיין בילד אז ער האט זיך באטייליגט ביים ערשטן פראטעסט קעגן דעם רשע הדורות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 22:10 לינק ישיר 

עולם הפוך ראיתי אינטערסאנט די קרית יואלע מוחים פארשעמן זיך אליינס?! זיי האבן פארשפרייט די קליפ פון זייער פראטעסט פון בייטאג ווי מ'זעט קלאהר אלע פנים'ער פון די מוחים, א פלא זיי זענען זיך אליינס מבזה?! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 01:43 לינק ישיר 

גאר אסאך האבן מיר געפרעגט אין אישי וואס מיין ציל מיט די בלידער איז.

רבותי איך גיי אויף די שאלות נישט ענטפערן יעצט. ווארט ביזן סוף וועט איר אלעס פארשטיין.

איך וויל נאך פאר איך לייג אריין דעם ערשטן חלק מגלה דעת זיין און בעטן מחילה. רבותי איך בין א פאריאגטער ארבעטער וואס נעמט אראפ צייט לטובת דעם ציבור. מיין פרנסה באשטייט נישט פון שרייבן דא, דעריבער דארפט איר פארשטיין אז איך קען נישט אלעמאל אנקומען צום סוף, צומאל נעמט דאס צייט. איך האב שוין אפגעשריבן קרוב צו 15 טויזענט אותיות און איך בין נאך ווייט ווייט פון בכלל אנהייבן וואס איך וויל אנקומען צו. דאס וואס איך לייג יעצט אריין איז נאר די הקדה. האט געדולד ביטע.

---------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

תשל"ט סאטמאר פארלירט דעם בונה און מנהיג פון מלכות סאטמאר. דער ברך משה ווערט אויפגענומען דורך קהל און מוסדות סאטמאר אלס ממלא מקום.

דער ברך משה שטעלט זיין עלטערע זין אלס ראש ישיבה פון די מתיבתא אין קרית יואל. דער ראש ישיבה האט שוועריגקייטן איבערצונעמען די לייצעס, די בחורים זענען זיך נישט מכניע.

דער ברך משה שטעלט זיין עלטערע זין אלס מסייע אין קרית יואל, זיין טיטל וואקסט פון ראש ישיבה צו רב ור"מ. ער הייבט שוין אן האבן א שליטה אויף די בחורים אין ישיבה, פארט פעלט אים נאך די שליטה אויף די איינוואוינער פון שטעטל.

 

געוויסע יחידים אין קרית יואל זענען נישט צופרידן פון די הנהלת המוסדות, זיי שפירן אז זייערע טענות קעגן מנהלים פון ת"ת און טענות קעגן מלמדים ווערן נישט אדרעסירט, בעיקר איז זייער טענה געווען אז די קינדער ווערן גע'רודפ'ט אין חדר דורך חברים און דורך מלמדים פאר די עוולה פון געבוירן ווערן ביי א טאטע וואס איז נחשד אין מחשבות זרות קעגן ר' אהרן אדער קעגן ברך משה. די עלטערן בעטן זיך צו די הנהלה און צו ר' אהרן אז מען זאל אפשטעלן דאס רודפ'ן תשב"ר פאר די חטאים פון זייערע עלטערן, די בקשות פאלן אויף טויבע אויערן. בלית ברירה נעמען זיי ארויס זייערע קינדער סך הכל 6 קינדער און דינגען א אינגערמאן זאל מיט זיי לערנען אין ביהמ"ד.

פארשטייט זיך (בימים ההם איז דאס נישט געווען אזוי פארשטענדליך ווי היינט) אז ר' אהרן האט נישט געהאט אין חלום איינצושטעלן ארדענונג אין חדר. ער איז געווען זיכער אז די תשב"ר דארפן זיך אנעמען פאר זיין כבוד, און אויב רודפ'ן זיי פאר זיין כבוד קען מען און טאר מען דאס נישט אפשטעלן.

ער האט אנגעדרייט דעם ברך משה ער זאל שארף ארויסגיין קעגן די עלטערן, אבער דער ברך משה האט געהאלטן אז ארויסגיין שארף קעגן די עלטערן וועט נאר מאכן די מצב ערגער.

ר' אהרן האט מחליט געווען נישט צו פאלגן דעם טאטע'ן און געשיקט זיין יד ימין וועלכער האט צוטראסקעט די ביינער פונם מלמד ר' משה מרדכי פרידעמאן פארנט פון די 6 קינדער און ר' אהרן האט שארף געפאדערט פון די עלטערן אז די קינדער זאלן שוין צוריק געשטעלט ווערן אין די מוסדות. די עלטערן פון די קינדער ענטפערן "בלא" אויב איז מען זיך נישט גרייט מתחייב צו זיין אז די קינדער וועלן נישט ווערן גע'רודפ'ט אין חדר בלייבן זיי אין ביהמ"ד מיטן פריוואטן מלמד.

ר' אהרן האט געטון וואס ער האט געטון, זיינע חברה האבן געטון וואס זיי האבן געטון נאך א קורצע תקופה איז פון די 6 קינדער מיט א מלמד ארויסגעוואקסן א 7'טע א 8'טע וכו', עס האט אנגעהויבן קרוסירן אין קרית יואל'ע גאסן א באס פאר די תשב"ר וואס לערנען אין ביהמ"ד פריוואט.

פלוצלינג האט זיך אנגעהויבן א מנהג פון באווארפן דעם באס מיט שטיינער שיש בהם כדי להמית רח"ל. און נאך שרעקליכע זאכן וואס די חסידים פון ר' אהרן האבן געטון קעגן די עלטערן. פארשטייט זיך אז טעראר ארבעט נישט אין אזא מצב, נאר אדרבה, עס איז ארויסגעוואקסן "מוסדות בני יואל" (אנגעהויבן האט זיך דאס מיט 6 אינגלעך, אבער די אהרוינים האבן דאך נישט קיין שכל, האבן זיי אנגעהויבן טרינקן די בליט פון די מיידלעך וואס האבן א ברידער אינם פריוואטען ביהמ"ד. האבן די עלטערן געדינגען א פרוי זאל לערנען מיט די מיידלעך). היינט צוטאגס ציילן זיך "מוסדות בני יואל" אין די טויזענטער תלמידים און תלמידות". אלס אדאנק די נישט קלוגע און טעראריסטישע מהלכים פון ר' אהרן. ווען וואלט ער דעמאלט'ס געהאנדלט מיט שכל, זאל דער רבוש"ע אונז "היינט" אפהיטן.

די אהרוינים האבן נישט אויפגעגעבן זייער מערכה, זיי האבן געשלאגן (פיזיש) געשאסן פענסטער פון דירות און קאר'ן, ווער עס וויל קען באקומען ביי ר' יוסף וואלדמאן א גאנצע עלבאם מיט בילדער פון די אהרוינישע טעראר קאמפיינס.

מיט די צייט האבן זיך מוסדות און קהלת בני יואל זיך צוזאמענגעשטעלט מיט "ביהמ"ד בית יואל" דאס זענען געווען עטליכע אין צוואנציג סאטמארע חסידים וואס זענען געבליבן לימינה פון די סאטמארע רבצי'ן ז"ל.

איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין אלע רשעות'ן וואס די אהרוינים האבן אפגעטון פון דאן ביז היינט ווייל איך וועל נישט ענדיגן. לדוגמא צופליקן די ביינער פאר צענדליגע אינגעלייט. ארויסטראגן א בחור פון מקוה אינם פראסטיגן ווינטער פארטאגס "נאקעטערהייט" ווייל "זיין טאטע" איז א בני יואל. ועוד. שפעטער האבן די זאלי'ס אויך געכאפט פון די אהרוינים דעם ניגון "זיין טאטע" דאס האט פאסירט ר"ח אלול תשס"ט אויפן ביה"ח.

בני יואל פון זייער זייט האבן "קיינמאל" נישט צוריק געטון פאר די אהרוינים פאר דעם וואס די אהרוינים האבן געטרינקען זייער בליט אלע יארן. בני יואל האט קיינמאל נישט געהויבן קיין האנט, בני יואל האט קיינמאל נישט געווארפן קיין שטיינער וכו'

די איינציגסטע אקציע'ס וואס בני יואל האט געטון קעגן ר' אהרן און זיינע מענטשן איז א פראטעסט קעגן דעם פאבליק סקול, געווארפן פאשקעווילן, און זיך באקלאגט פאר די מידיע. דאס האט געדארפט אפענטפערן די מכות רצח וואס בני יואל האט אריינגעכאפט טאג און נאכט.

ווען עס האט אויסגעבראכן די מעכטיגע ספליט אין סאטמאר (פארמעגליך רופט דאס "די חלוקה"), האבן די אהרוינים באקומען פרישע "ארבעט" זיי האבן זיך יעצט געדארפט פארמעסטן קעגן די זאלי'ס. פירן צוויי מלחמות אויף איין מאל האבן זיי נישט געקענט האבן זיי מחליט געווען אז די זאליס זענען א גרעסערע סכנה פאר ר' אהרן'ס "וועלט פירן" פלענער, בפרט ווען די זאלי'ס לייגן אריין ר' אהרן'ס הנהגה אין א סכנה סיי ווי עס געפינען זיך סאטמארע חסידים איבער די וועלט אין די צייט וואס בני יואל שטעלט נאר א סכנה אין קרית יואל זעלבסט. האבן זיי צייטווייליג אפגעלאזט בני יואל און זיך געווארפן אויף די זאלי'ס.

בני יואל האט דא אנגעהויבן לאכן אין די פויסטן, נאכן זיך טינקן אין בליט 20 בליטיגע יארן האבן זיי יעצט אנגעהויבן אטעמען פריי, עס איז געווען פאר זיי א געוואלדיגע נצחון אז אינערהאלב סאטמאר רייסט מען זיך. עס איז נישט געקומען אין חשבון בני יואל זאל זיך צוזאמען שטעלן מיט די זאלי'ס ווייל ביידע סיי ר' זלמן לייב און סיי ר' אהרן זענען זינען פונם ברך משה און בני יואל האט געהאסט דעם ברך משה מיט אלע זיינע קינדער אייניג.

נאך 10 יאר וואס די אהרוינים האבן געפירט א בליטיגע קריג קעגן די זאלי'ס האבן די אהרוינים אנגעהויבן איינזען אז זייערע שלאג ווערטער ווי לגודמא אז ר' זלמן לייב האט אפילו נישט א גאנצע מנין און אז ער זיכט א צענטער בחור אין זיין ישיבה, זענען געגאנגען קראכן, זיי האבן האבן אנגעהויבן איינזען אז זייער ישיבה גדולה וועלכע האט זיך געציילט אריבער 800 בחורים אין זייערע גוטע צייטן ציילן היינט אינטער 500 אין די צייט וואס ר' זלמן לייב'ס ישיבה איז אויסגעשטיגן פון א נייע ישיבה צו אריבער 700 בחורים. אויך האט זיי געשמיסן אין פנים די פאקט אז זייער באלאן אז זיי וועלן עפענען מוסדות אין וו"ב און אויסליידיגן ר' זלמן לייב'ס "אלטע" מוסדות איז געגאנגען קראכן זיי האבן זיך געטראפן מיט ווייניגער ווי א דריטל. אין די צייט האבן זיי אויך אנגעהויבן איינזען אז אין זייערע מעיאר וואלן אין קרית יואל קענען זיי מיט אלע פעלשערייען און שטימע'ס פון די ישיבה גדולה בחורים נישט אנציען קיין 60% אינערהאלב קרית יואל. האבן זיי מחליט געווען אז די זאליס זענען א "לאסט קעיס" די זאליס זענען א פאקט. יעצט קען מען זיך צוריק נעמען צו "די שוואכע" בני יואל.

בני יואל איז די גאנצע צייט געזעצן אין די זייט און געשמייכלט, זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו די זאלי'ס אזוי ווי דער עולם אין גאס האט געמיינט אז ס'וועט פאסירן. זיי זענען געזעצן על מי מנוחות און נישט גע'חלומ'ט אז ביי ר' אהרן טוט זיך הייסע מיטינגען וועגן "בני יואל'ס ביינער".

די אהרוינים האבן זיך אנגעהויבן אומקוקן אויף "בני יואל'ע צילן". דאס ערשטע האבן זיי געווארפן שארפע בליקן אויף די רעבצינס שול. זיי האבן מעסעדשעס פאר די בני יואל'ע ראשי קהלה אז זיי זענען גרייט "בדרכי נועם" צו "פארהאנדלען" אויף אלטע קריגעריי. בני יואל'ע ראשי קהלה האבן נישט געוויסט צו זיי זאלן לאכן אדער וויינען, פון איין זייט האבן זיי געהאלטן אז עס איז נישט דא פון וואס מורא צו האבן ווייל די אהרוינים קענען נישט פירן צוויי מערכות אויף איין מאל, פון די צווייטע זייט איז זיי נאך גוט געלעגן אין די ביינער די רציחות וואס זיי האבן 20 יאר מיטגעלעבט, זיי האבן פארשטאנען אז "פארהאנדלען בדרכי נועם" נוסח אהרוינים מיינט מכות רצח.

בני יואל'ע ראשי קהלה האבן מחליט געווען אז זיי זענען גרייט צו הערן וואס דוד עקשטיין פאדערט. די תשובה איז געווען אז זיי דארפן "באמת" נישט קיין סאך נאר א קליינע שטיקל פון די רבצינס (אזוי אויך קליינע) שול זאל ווערן באהאפטן צו ר' אהרן'ס ביהמ"ד כדי ר' אהרן זאל קענען האבן "א קליינע צימער" און א בית הכסא אויפן מזרח און ער זאל נישט דארפן דורכשפאצירן דאס גאנצע ביהמ"ד יעדעס מאל "דער אפגאט דארף ארויסגיין"...

די תשובה פון בני יואל איז געווען, "עס קומט נישט אין באטראכט" אפילו א אינטש פון די רעבצי'נס ביהמ"ד וועט נישט אראפגיין פאר ר' אהרן'ס ביה"כ.

דוד עקשטיין האט נישט געגלייבט וואס ער הערט. נאכן זיך איבערצייגן אז בני יואל האט זיך במשך די 10 יאר נישט צוגעשטעלט צו די זאלי'ס, און מיינענדיג אז בני יואל האט אין די 10 יאר פארגעסן די רציחות וועלן זיי אוודאי מסכים זיין צו זיין "גוטע" שכנים.

פון דא און ווייטער איז פיין באקאנט. די אהרוינים האבן אפגעהאקט דאס לעקטער און וואסער צו ביהמ"ד בית יואל, האבן די בני יואל געצויגן אייגענע לעקטער און וואסער, זיי האבן אריינגעלייגט א אייגענע סוער. האבן די אהרוינים געשניטן די ווייער'ס און געוואלט ארויסגראבן די סוער מיט כח, האט דאס פאליציי אפגעשטעלט. די אהרוינים האבן פראבירט מיט כח צו צושטערן די בני יואל'ע סכוה א טאג פאר יו"ט. און אריינגעגעבן א "מסירה" אין געריכט אז באמת איז דאס מקום מיחוד געזעצליך פאר א דירה (רעזידענטשאל) און בני יואל ניצט דאס נישט לעגאל אלס א ביהמ"ד. דאס געריכט האט ארויסגעגעבן א סאמונס אז דאס פאלץ קען נישט דינען אלס א ביהמ"ד נאר אלס א דירה. אויך האט דער שגץ און מסור דוד עקשטיין אריינגעגעבן א מסירה דורך א אינגערמאן וואס איז געווען פארמישט אין דאס ארגסטע ליידער (דוד האט אים צוגעזאגט אז מיט דעם מסירה וועט ער אים לאזן לויפן) אז בני יואל שמש פארקויפט וויין נישט לעגאל. בני יואל האט טאקע אפיציעל פארמאכט דעם שול, די תפלות האבן זיך אויפגעהערט און דאס פאלץ ווערט דערווייל גענוצט פאר שיעורים און אויך קומען דארט אידן זיך טובל'ן אין רבי'ן ז"ל'ס מקוה.

דערווייל האט בני יואל איינגעגעבן א ביטע צו די לאקאלע רעגירונג (דהיינו, די ווילידש אוף קעי. דשעי. ווי דער מעיאר איז אויך דער פרעזידענט פון ר' אהרן'ס ביהמ"ד) צו באשטעטיגן דאס עפענען דאס פלאץ אלס א ביהמ"ד. די ווילידש (= די אהרוינים) האבן פארשטייט זיך נישט געגעבן א באשטעטיגונג, אזוי ווי ערווארטעט, עס האט קיינער נישט געמיינט אז זיי וועלן ארויסגעבען אזא זאך אן זיין געצווינגן דורך א שופט.

די אהרוינים האבן זיך געפינען אין זייער א שמאלע פאזיציע, דא האבן זיי זיך פארשמירט די הענט, זיי האבן נאכמאל זיך אנגעהויבן מיט בני יואל און "גארנישט פארדינט" זייער רבי דארף נאך אלס דורכשפאצירן דעם גאנצן ביהמ"ד יעדעס מאל ער דארף זאגן אשר יצר. האבן זיי אנגעהויבן א טאקטיק פון פארקויפן די באקאנטע שקר אז באמת האבן זיי באקומען דעם גאנצן געשעפט פונם שופט. זיי האבן זייער גוט געוויסט אז זיי פארקויפן פאר זייער עולם לאקשן אבער היות זייער עולם גולם גלייבט אלעס וואס מען פארקויפט זיי קען מען געווינען אויך דורך פארקויפן אזוי אין גאס.

עס איז אריבער א שטיק צייט און זייער עולם האט אנגעהויבן פרעגן נערוועזערהייט "נא?" וואס טוט זיך? ווען באקומען מיר דאס פלאץ?

האט דוד געמאכט א קורצע חשבון אז היות די שטח ארום דעם בנין געהערט צו די אהרוינים, און די שטיגן (סטעפ'ס) וואס פירן אריין אין די רבצינס ביהמ"ד געפינט זיך אין די שטח וואס באלאנגט פאר די אהרוינים, וועט ער אראפ-פליקן די שטיגן, ער וועט דאס טון זונטאג פארטאגס ווען קיינער באמערקט נישט, ער וועט תיכף ומיד אויספאלכן דעם שטח און מאכן דארט א "פארקינג לאט" פארן ר' אהרן'ס ביהמ"ד און יעדער וועט זיך איבערצייגן אז ער איז "באמת" יא בעל הבית.

למעשה האט דאס אריינגעפירט די אהרוינים אין א טיפע בלאטע, ווייל זיי האבן פארקויפט פאר די פאליציי אז זיי האבן א "פערמיט" פון די ווילידש צו צוברעכן די שטיגן, צוליב דעם האט די פאליציי ארעסטירט סיי ווער עס האט פראבירט צו שטעלן א ווידערשטאנד צו די טראקטארס פון דוד עקשטיין. למעשה האט די ווילידש נישט געקענט ארויסגעבן א פערמיט אויף א שטח וואס ווערט באהאנדלט אין געריכט. דעריבער מיז זיין אז די אהרוינישע פריער האבן פארקויפט שקרים פאר די פאליציי (א זאך וואס וועט זיי שטארק צוריק שפייען אין פנים ואכמל"ב) אדער אז די ווילידש האט געטון נאך א אומלעגאלע זאך.

דוד האט נישט גע'חלומ'ט אז בני יואל וועט ערהלאטן א עמערדשענסי סטעי (TRO ) פון געריכט זונטאג פארמיטאג, ער האט געמאכט א חשבון אז פון זונטאג פארטאגס ביז מאנטאג ווען דאס געריכט עפענט זיך וועט ער קענען האבן גענדיגט די ארבעט און צייגן פאר אלע זיינע קעלבער אז ער איז יא בעל הבית אויפן גאנצען געשעפט.

דא איז שוין בני יואל ארויס פון די גלייזן, זיי האבן אנערקענט גענצליך אז ר' אהרן שטעלט זיי אין פאלץ. ער איז דא צוריק מיטן אלטן פרישקייט. עס האט פון בני יואל פלוצלינג ארויסגקראכט זייער אלטע ווייטאג, זיי האבן געשפירט אז זיי קענען נישט מער, עד כאן! בני יואל איז שוין היינט א אימפעריע פאר זיך, נישט מער די זעלבע אלטע 6 קינדער, עס איז א ריזן קהלה אין מוסדות. ווען מען זאל זיי רעכענען קעגן די אנדערע קהלות אין גאס קענען זיי סיי ווען לייגן אין די לינקע קעשענע אזא קהלה ווי לדוגמא פאפא. בני יואל מעמבער'ס האבן זיך פארזאמלט אין ביהמ"ד חרדים (א פרשה פאר זיך, דארט האבן די אהרוינים אויך נישט געוואלט געבן א פערמיט, פונקט ווי יעצט, און צום סוף האט זיי א שופט געצווינגן דאס צו טאן און נאך צוגעלייגט א קנס פון 700 אלפים וואס די אהרוינים האבן באצאלט פאר חרדים) ווי עס זענען אפגעהאלטן געווארן דרשות מחאה וכדו' און דערנאך איז דער ציבור ארויס אויף א פראטעסט קעגן דעם הויפט רשע אליינס.

קרית יואל האט נאך אזא מחזה נישט געזען! די קליפס זענען איבעראל צו געפינען, און יעצט דרייט זיך שוין אויך ארום די קליפ ווי מען זען ר' אהרן אנטלויפן די לעצטע מינוט. די אפקלאנג פון דעם פראטעסט קעגן ר' אהרן א פראטעסט אין הארץ פון שטעטל פארנט פון ר' אהרן'ס הויז ווי הונדערטער אידן שרייען "אהרן טייטלבוים צא טמא!" ווען ר' אהרן איז געקומען קיין וו"ב די וואך דינסטאג נאכט צו שטיפן ווייטער זיין חסידות וואגן האט אים אין הארץ פון וו"ב פארנט פון זיין רעזידענץ אפגעווארט א סופרייז... איך ווייס נישט צו איין טויזענט אדער עטליכע טויזענט אידן האבן אים אין וו"ב אויך באזינגען, עס האט נישט געהאלפן די תחנונים פון די אהרוינישע פירער צו די פאליציי אז זיי זאלן צוטרייבן דעם ציבור, די קולות פונקט ווי אין קרית יואל "אהרן טייטלבוים צא טמא!" האבן אנגעהאלטן ביז חצות הלילה.

דאס מערסטע האט פאר די אהרוינים אויפגעגעסן אז ר' אהרן האט זיך געיאגט צו די שידוך שליסן פון א אייניקל זיינס וואס האט געדארפט פארקומען 10:15, די מחותנים פון אלע זייטן זענען שוין פארזאמלט וכו', עס ווערט 10:30 11:00 11:30 און ר' אהרן געפינט זיך אין "תפיסה" אין זיין אייגענעם דירה פון ווי ער קען נישט ארויסגיין צוליב די בזיונות עצומות וואס ווארטן אים אפ. לבסוף ווען די הפגנה האט זיך גענדיגט 12:30 האט זיך ר' אהרן געקענט ארויסלאזן צו די שידוך שליסן.


המשך יבאו



תוקן על ידי באדאפעסט ב- 11/06/2010 02:24:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 03:02 לינק ישיר 

במחך"ת זעסטו אויס צו זיין היבש אומבאקאנט מיט די פאקטן. איך באשולדיג דיר נישט, סוכ"ס האסטו שוין אפגעטייפט איבער 15,000 קערעקטערס, גענצליך לשם מצוה...

איך וועל גיין אין די רייע מתקן זיין אפאר - זייער וויכטיגע - טעותים.

א) דער שטח ארום באלאנגט אויסדרוקליך נישט צו די אהרונים!
ווען יא, איז אין אומר ואין דברים, יעדער פארשטייט אז ביי אזאלכע גוטע... שכנים פארלאנגט מען נישט קיין גמילות חסדים איינער פון צווייטן. נאכמער, בית יואל אין אזא מצב וואלט מסתם געטון די זעלבע זאך. כאטש זיי וואלטן אפשר נישט געהאט קיין  פאבליק סעיפטי זיי ארויסצוהעלפן.

דא איז דער ענין אינגאנצן עפעס אנדערש, ווייל לאמיר פארשטיין ווען דו קויפסט א הויז באקומסטו דען נישט קיין פראנט און בעק יארד? (דאס איז אויסער דעם לאו/ הלכה אז משייר לו דרך).אקוראט די זעלבע זאך האט דא פאסירט.
 נאר וואס דען, צוליב דעם וואס ביי דעם פאל זענען די בילדער'ס - מ'שטיינס געזאגט (ווייל די אמת'ע בילדערס דא זענען די זאליס ובנ"י) - און די קונים נישט אזוי שוה בשוה... איז זעלבסט פארשטענדליך נישט קלאר געמאכט געווארן קיינמאל 100 פראצענט ביז וואו דער הויז גייט, זעט אויס אז אינעם דיעד איז עס נישט פארשריבן געווארן בכלל.
 - קען זיין אז ביי קיין איין הויז שרייבט מען נישט אריין אינעם דיעד, און יעדער פארשטייט אז פונעם הויז ביז'ן ראוד צי סיידוואלק באלאנגט פארן בעל ה"הויז" (אין די שטאט איז עס אפשר כמעט נישט שייך, אבער אין ק"י גייט אזוי ביי יעדן הויז).

עכ"פ הרבה קולמוסין נשתברו ע"ז, ווי האט יענער געזאגט, יש דין בישראל - ס'דא א קאורט ביי אידן... (קרעדיט ר' א. ט"ב) אסאך געריכטן זענען אפגעהאלטן געווארן דערויף, ווי עס וועט מעיד זיין יעדער וואס קען דוד עקשטיין אז ער וועט נישט מוותר זיין  קיין איין אינטש, אף שעל ווי מפלעגט עס רופן. לבסוף האט ריכטער אוענס - דער זעלבער וואס האט פארמאכט די שול - גע'פסק'נט גאנץ קלאר אז די "גראז" באלאנגט פאר בית יואל.

גאנץ קלאר האב איך געשריבן? נישט פאר יעדן. דוד עקשטיין האט אייביג פרובירט צו טענה"ן אז נאר די בעק האט ער געמיינט, נישט די פראנט. די שכל פון אזא טענה זאלט איר גיין פרעגן דוד עקשטיין און זיין חכמה'דיגער לויער.

בכל אופן ווי לאנג בית יואל איז געזיצן אינעווייניג זענען זיי פארשטענדליך געווען די מוחזקים, איינמאל זיי זענען ארויס האט דוד מחליט געווען אז ס'שוין העכסט צייט להציל עשוק מיד עושקו... און ער האט אנגעהויבן גראבן.

זיין חשבון? לכאורה האט ער געהאט גאנץ א גראדן חשבון אז איינמאל ער מאכט זיך באקוועם אין דעם לאט וועט שוין זיין סאך שווערער פאר בית יואל צו גיין אויפווייזן אז עכט האט אוענס יא געפסקן'ט דעם פראנט פאר זיי, דאס איז טייטשט, ער האט פארדינט שטח, אויך נישט אוועק צו מאכן. און אויסער דעם האט ער אריין גערוקט א זויער פיקל... פאר זיינע לאנג יעריגע דם שונאים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 18:06 לינק ישיר 

מען קען שרייבן וויפיל שטוסים מען וויל.

גארנישט פארלייקנט נישט די פאקטן אז צעהן גאנצער יאר!! פון תש"מ ביז תש"נ, האבן די חסידי סאטמאר (ווי דו רופסט זיי 'ארונים') גארנישט געטוהן אקעגן די פארשאלטענע רשעים די רשעי עמנו, ווערעמדיגע און קרציגע, וועלכע מיט זייערע מידות מושחתות האבן אלעס געוואלט אונטערברענגען.

תש"נ איז פארגעקומען די היסטארישע "אסיפת הקהל" בהשתתפות אלע קינדער פונעם הייליגן רבי'ן ז"ל בעל ברך משה, ווי כ"ק מרן מהר"א ט"ב שליט"א האט אויפגעטרעטן און פארציילט באריכות די השתלשלות הענינים פון די פארגאנגע יארן, (און אויך אביסל די רדיפות אויפן טאטן נאך זייענדיג סיגוט'ער רב), און געזאגט בסוף הדברים אז ער האט געמיינט אז קהל וועט אליינס פארשטיין וואס מען דארף צו טוהן אין אזא פאל, און די זאכן דארפן זיך שוין ענדיגן! עס איז קהל'ס אחריות!

דאן האט אויך גערעדט מיט הארצרייסענדע בכיות, וואס אפילו א שטיין האט געקענט צוגיין, הרבנית הצ' מרת חי' ע"ה, אז מען רודפט דעם טאטן פאר גארנישט און פאר נישט על לא עוול בכפו.

דאן האבן זיך אנגעהויבן די רדיפות אויף די קרעציגע און ווערעמדיגע!! און אדרבה, יפה עשו וטוב עשו, אזוי האט מען געטוהן אלע יארן מיט מחוצפים!

דאס איז אלע יארן געווען די פליכט פון די ראשי הקהלה, עי' בשו"ת מהרם שיק או"ח סי' שי"ג, ווי ער שרייבט לק"ק בערעגסאז אז די פליכט ליגט אויף די ראשי וטובי הקהל זיך אנצונעמען אויפן כבוד פונעם מרא דאתרא.

כל מי שיש לו מח בקדקו פארשטייט די אמת'דיגקייט פון מיינע רייד, הגם כ'האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 18:21 לינק ישיר 

אומזיסט, די ביסט זייער נאיוו און אומוויסענד, די פאקטן וואס די שטעלסט בנוגע דאס בעלות פונם שטח ארום א הויז איז נישט מער ווי מקוה מעשיות.

לאעליכם, יישר כח פאר דיין תגובה, עס מאכט מיר אסאך גרינגער די ארבעט ווען עס קומט א אהרויני און פארציילט פארן ציבור אז טאקע דער ר' אהרן בכבודו ובעצמו האט פארלאנגט "אז די זאכן דארפן זיך שוין אפשטעלן. וכלשונך: "און געזאגט בסוף הדברים אז ער האט געמיינט אז קהל וועט אליינס פארשטיין וואס מען דארף צו טוהן אין אזא פאל, און די זאכן דארפן זיך שוין ענדיגן"

קהל האט נישט "פארשטאנען" דער ברך משה מיט זיינע גבאים האבן נישט "פארשטאנען" ר' אהרן האט יא פארשטאנען!

על כגון דא נאמר, בא לקלל ונמצא מברך.

טאקע דאס איז וואס מיר שרייבן דא. די רדיפות און רציחות קעגן בני יואל איז געווארן פארלאנגט דורך נישט א צווייטער ווי ר' אהרן! יישר כח


תוקן על ידי באדאפעסט ב- 11/06/2010 18:24:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 18:36 לינק ישיר 

לאעליכם כתב:
מען קען שרייבן וויפיל שטוסים מען וויל.נאך אמזל די ביסט מסכים

גארנישט פארלייקנט נישט די פאקטן אז צעהן גאנצער יאר!! פון תש"מ ביז תש"נ, האבן די חסידי סאטמאר (ווי דו רופסט זיי 'ארונים') גארנישט געטוהן אקעגן די פארשאלטענע רשעים די רשעי עמנו, ווערעמדיגע און קרציגע, וועלכע מיט זייערע מידות מושחתות האבן אלעס געוואלט אונטערברענגען.
דאס מיז שוין זיין אמת ווייל סאפערמאסי אין דער בלאט פלעק שרייבען אזוי

תש"נ איז פארגעקומען די היסטארישע "אסיפת הקהל" בהשתתפות אלע קינדער פונעם הייליגן רבי'ן ז"ל בעל ברך משה, ווי כ"ק מרן מהר"א ט"ב שליט"א האט אויפגעטרעטן און פארציילט באריכות די השתלשלות הענינים פון די פארגאנגע יארן, (און אויך אביסל די רדיפות אויפן טאטן נאך זייענדיג סיגוט'ער רב), און געזאגט בסוף הדברים אז ער האט געמיינט אז קהל וועט אליינס פארשטיין וואס מען דארף צו טוהן אין אזא פאל, און די זאכן דארפן זיך שוין ענדיגן! עס איז קהל'ס אחריות!
אקעי סא דער גרויסער ראשכעבאהאג האט יא געהייסען טין טעראר אין איך האב געמיינט משה גבאי האט געהייסען

דאן האט אויך גערעדט מיט הארצרייסענדע בכיות, וואס אפילו א שטיין האט געקענט צוגיין, הרבנית הצ' מרת חי' ע"ה, אז מען רודפט דעם טאטן פאר גארנישט און פאר נישט על לא עוול בכפו.
 די קענסט די פסוק כבד את אביך ואת אמך אין ח"ו אויב פארקערט. וד"ל

דאן האבן זיך אנגעהויבן די רדיפות אויף די קרעציגע און ווערעמדיגע!! און אדרבה, יפה עשו וטוב עשו, אזוי האט מען געטוהן אלע יארן מיט מחוצפים!
קרעציגע ווערימדיגע אוי די מאכסט מיך לאכען אין באלד גייסטי שרייען אז בני המן ווארפט שטיינער אין פיינעגען נעבעך דעם אימשילדיגער שטראף פין שטאט נעבעך

דאס איז אלע יארן געווען די פליכט פון די ראשי הקהלה, עי' בשו"ת מהרם שיק או"ח סי' שי"ג, ווי ער שרייבט לק"ק בערעגסאז אז די פליכט ליגט אויף די ראשי וטובי הקהל זיך אנצונעמען אויפן כבוד פונעם מרא דאתרא.
אינטערסאנט אלע ספרים רעדין אזוי פיל ארים פין אלע זאכען וואס קימט פאר ביי דיין שייגעטץ טמא אין ווער רעדט נאך פין דער מרא דאתרה שאפט דארטען ווילסט נישט אריינגיין כאפען א בליק וואס דער שלחן ערוך האט צי זאגען כאפ א בליק אין וועק דיך אויף נאכדעם וועמיר שמועסן
כל מי שיש לו מח בקדקו פארשטייט די אמת'דיגקייט פון מיינע רייד, הגם כ'האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין! 
וויבאלד די ביזט דער שרייבער דא מיז זיין אז די זאגסט אמת ?פין ווי נעמסטי דאס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 20:24 לינק ישיר 

המשך

אויב האט איר באמערק, האבן מיר נישט גענומען א שטעלונג ביז אהער ווער עס איז גערעכט און ווער נישט. מיר האבן יא אריינגעווארפן א ווארט אז אויב ר' אהרן וואלט אנדערש געהאנדלט תיכף נאכן ווערן מסייע (מיטן טיטל רב) אין קרית יואל וואלט ער היינט געווען א מושל בכיפה, מיר זענען פארט נישט אריין אין פרטים צו ער איז געווען גערעכט אדער נישט.

עס איז קלאר פאר אינגעלע אז דא זענען דא צדדים וואס רייסן זיך ארום, יעדער איז 100% זיכער אז ער איז גערעכט און ער האנדלט ריכטיג, דאס זעלבסט זיכערקייט פון יעדן צד לייגט צו אויל צום פייער וואס ווערט נאך דערווייל גרעסער און גרעסער. מיר וועלן באהאנדלען די זאך נאר לויט די "תכסיסי מלחמה" (די אופן ווי אזוי די גריגעריי ווערט געפירט).

זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז ר' אהרן איז א טעראריסט און ער גייט ארויס אומבאשעדיגט, זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז בני יואל אדער די זאליס פארגינען פאר אים א חיים טובים. קלאר אז נישט און ר' אהרן האט שוין געשפירט די נקמות אויף זיין אייגענע הויט.

דאס וואס ר' אהרן האט נישט געקענט גיין צום שידוך שליסן פון א אייניקל דינסטאג נאכט, און דאס וואס ר' אהרן האט געמוזט אנטלויפן כגנב במחתרת זונטאג נאכט פון קרית יואל. איז נישט נישט מער ווי א שפיל וואס די אהרוינים האבן געמאכט קעגן זייערע שונאים אלע יארן. און יעצט האט דאס צוריק געשאסן.

עס איז דא צאלויזע שמחות ווי בני משפחה האבן זיך נישט געקענט משתתף זיין צוליב די טעראר פון די אהרוינים. עס זענען דא צאלויזע אבלים און יתומים וואס האבן נישט געקעט ארויפגיין אויפן ביה"ח ביומא דהילולא פון א משפחה מיטגליד צוליב די טעראר פון די אהרוינים. יעצט האט ר' אהרן דאס אליינס געשפירט.

איצטער לאמיר זען א זה לעומת זה, ווי ר' אהרן האט אריינגעכאפט אקוראט דאס וואס ער האט געטון פאר זיינע שונאים. מיר וועלן אייך צייגן די צד השווה, און מיר וועלן אייך צייגן די "דיפרענטשין" (=צווישנשייד). קודם וועלן מיר זיך נעמען צו די "דעפינאציע" (=אפטייטש) פונם ווארט טעראר.

קודם א שטיקל הקדמה.

אידיש איז זייער א רייכע שפארך, אבער ליידער פארמאגן מיר א קליינע קענטעניס אין אידישן שפראך, אמת אז מיר רעדן אידיש אלס מאמע לשון, אבער "אונזער אידיש" (מ'קען דאס רופן פלעין אידיש) איז זייער ארעם אין אויסדריקן. דעריבער וועל איך נאכשרייבן די פינקטליכע לשון פונם דיקשאנערי און דערנאך איבערטייטשן.

איך האב גענוצט דעם דיקשאנערי וואס Google ניצט http://wordnet.princeton.edu/

איך האב ארייגעקלאפט terrorism

דאס איז ווי אזוי זיי טייטשן דאס אפ:

די אויסגערעכענטע ניץ פון וויילענ"ס (אדער סטראשען מיט וויילענ"ס) קעגן ציווליזירטע באפעלקערונג כדי אנצוקומען צו צילן פון פאליטיק, גלויבונג, אדער אידיאלאגיע. דאס ווערט געטון דורך אנזייען אין יענעם א פחד צו טון א געוויסע זאך, אדער מאכן יענעם שפירן זייער ביליג.

איר האט אוודאי באמערקט דאס ווארט וויילענ"ס, ווי אזוי טייטשט מען וויילענ"ס אין אידש? יעצט וועל איך אפטייטשן דאס ווארט וויילענ"ס אויך לויט זיי.

אלס טייטש ניצן זיי עטליכע ווערטער, ווי לדוגמא "כח" (forc). אלס דעפינאציע שרייבן זיי בזה"ל: א פראבלאמאטישע מצב וואס די תוצאות דערפון זענען געשעדיגטע גופים אדער צו'מזיק'טע נכסים.

יעצט וועלן מיר איבערטייטשן אין ריין אידיש די דעפינאציע פונם ווארט "טעראר": די אויסגערעכענטע ניץ פון כח וואס ברענגט צו געשעדיגטע גופים אדער געשעדיגטע נכסים (אדער סטראשען צו שעדיגן גופים אדער נכסים) קעגן ציווליזירטע באפעלקערונג כדי אנצוקומען צו צילן פון פאליטיק, גלויבונג, אדער אידיאלאגיע. דאס ווערט געטון דורך אנזייען אין יענעם א פחד צו טון א געוויסע זאך, אדער מאכן יענעם שפירן זייער דערנידערט.

לכאורה איז דאס זייער קלאר.

יעצט וועלן מיר נעמען די "התנהגות" פון אלע דריי פארטייען (אהרוינים, בני יואל, זאלוינים) מיר וועלן נעמען די "התנהגות" פון אלע דריי און לאמיר זען אויף וועם דאס ווארט "טעראר" וועט פאסן און אויף וועם נישט.

איך גיי נישט איבערגיין היסטאריע פון די לעצטע 20 יאר בפרטי פרטים, איך וועל נאר נעמען א פאר דגמאות.

פראטעסט
איך הייב אן מיט דעם ווייל דאס האבן שוין אלע דריי געטון. די אהרוינים האבן במשך די יארן פראטעסטירט קעגן באדישלא רב, קעגן ר' יחזקאל ראטה, קעגן ר' אברהם לייטנער, ר' יודל גרובער, ר' זלמן לייב פיליפ ר' חיים דוד כ"ץ ועוד ועוד ועוד. זענען אין די פראטעסטן פארגעקומען "טעראר"? זיכער אז יא, געשעדיגטע גופים, געשעדיגטע נכסים, יענעם מאכן שפירן זייער דערנידערט.

בפרטיות: ווארפן שטיינער אנשפריצן מיט פייער עקסטינגווישער פוידער אויסשיסן פענסטער'ס פון הייזער און קאר'ס ארויסטראגן א בחור פון מקוה נאקעטערהייט אינם אייז פראסטן ווינטער פארטאגס = שעדיגן גופים און נכסים.

שפעט נעמען ווי באבא יחזקאל, פעטי לייטנער, דער שוטה פון בעדפארד הילס, דער פראפעשינאל מוחה פון מאנסי זאלי, בן פראדל, = מאכן יענעם שפירן דערנידערט. אלע פון די זאכן זענען געקומען קעגן ציווליזירטע באפעלקערונג כדי אנצוקומען צו צילן פון פאליטיק, גלויבונג, אדער אידיאלאגיע. און דאס איז געטון געווארן דורך אנזייען אין יענעם א פחד צו טון א געוויסע זאך. (בנידון דידון זענען די אלע זאכן קעגן די אלע מענטשן געטון געווארן פארן צוועק אז די מענטשן זאל מורא האבן צו זאגן א ווארט אדער טון אנדערש ווי ר' אהרן).

סך הכל, די אהרוינישע "פראטעסטן" האבן אלע פינגער אפדיקינגען פון "טעראר".

יעצט זענען מיר געצווינגען צוזאמען צו שמעלצן די בני יואל און די זאלי'ס (עפעס א טובה מעג איך אמאל טון פאר די אהרוינים אויך, נישט אזוי?) ווייל ווען עס קומט צו פראטעסטן זענען די צוויי קבוצות גענצליך אייניג. עס קומען זיך צוזאמען ציוויליזיטע מענטשן, מען "שרייט" ארויס א ווייטאג, אקוראט דאס וואס א פראטעסט איז געשטעלט פאר און אקוראט דאס מיט וואס אמעריקא שטאלצירט, פרידאם אף ספיטש, פרידאם אף עקספרעשאן. עס קומען פאר שלעגעריי? ניין, עס קומען פאר שטיינער ווארפעריי? ניין, עס קומען פאר שעדיגן נכסים? ניין. עס קומען פאר צונעמען ווי לגודמא פעטי אדער באבא יחזקאל אדער זאלי? ניין. איר קענט אין די פראטעסטן נישט געפינען "קיין איין איינציגע" פינגער אפדריק פונם "דעפינאציע" פון "טעראר".

דאס איז א זאך וואס ברענגט שטארק ארויס די "דיפרענטשין" צווישן אהרוינים\זאלי'ס\בני יואל. עד היום הזה ווערט ר' אהרן באטיטלט ביי די לעצטע צווי אלס "אהרן", איך האב נאך נישט געהערט שרייען ביי פראטעסטן אדער אפילו שרייבן אויפן אינטערנעט "ארי בארי באקסער" אלס שלאגווארט קעגן "זאלי" די זאליס אין בני יואל ווען יענעם נישט דערנידערן. יא זיי וועלן בהחלט פארלאנגען זייערע רעכטן, אבער נישט ארויסדריקן סלאגאנען וואס זענען דא פארן לויטערן צוועק פון דערנידערן. אפילו שמואל ווידער וועט באטיטלט מיט זיין אמת'ע פולע נאמען. איך וועל פראבירן אויסצורעכענען א קורצע רשימה פון צונעמען וואס די אהרוינים ניצן פארן ציל פון דערנידערן זייערע קעגנער.

פעטי לייטנער
באבא יחזקאל
זאלי
שמואל קאמפאוט
בן פראדל
ביעם ביהמ"ד
פעמעלי פיקטשער
ח"ד קעצעלע
פגר יאקאבאוויטש
מעיאר שווימער
משכיל דייטש
בעקבי הסוס
פאסט טרעגער
גרוש וויינבערגער
מנוול קליין
שפטיווקער
יפוער
בלעקבערי
שפיצקע
סאסמאנס
בני המן

די רשימה איז אזוי לאנג אין גרויס אז איך וועל קיינמאל נישט ענדיגן, דעריבער ענדיג איך שוין.

דאס זענען אלעס אקטן פון טעראר קעגן צווילעזיטרע פארן מטרה פון זייען פחד.

יעצט לאמיר גיין אביסל מער אריינקוקן אין די "התנהגות" ביים עצם פראטעסט, ווארפן שטיינער שעדיגן נכסים, איז ביי די אהרוינים א גאנגבארע מיטל, ביי די אנדערע צדדים נישט. הייבן הענט איז אקוראט דאס זעלבע.

יעצט לאמיר געבן א קוק אויף די תוצאות פון "נאכן פראטעסט". די זאלוינים האבן אריינגעהויבן פון די אהרוינים ווי עס באדארף צו זיין 2 באזונדערע יארן אין ביהמ"ד הגדול אין ראדני, איין יאר שמיני עצרת און א יאר דערויף שמחת תורה, די אהרוינים האבן געמזיק'ט נכסים און גופים. דאס ערשטע יאר זענען די זאלי'ס נישט געווען געראכטן אויף די איבערקערעניש, אבער דאס צווייטע יאר האבן זיי שוין געוויסט אז "ס'קען" קומען האבן זיי אריינגעלייגט אין ביהמ"ד ווידיאו אפעראטן וואס האבן אויפגעכאפט אלעס מיט א געוואלדיגע קלארקייט, מען האט געזען אין די גאנצע וועלט די התנהגות פון די ציושעטע אהרוינים.

יעצט האבן די אהרוינים געטראפן א געלעגענהייט צו פארשפרייטן בילדער פון די זאלי'ס ביים בני יואל'ער פראטעסט קעגן ר' אהרן אין וו"ב דעם דינסטאג ווי רוב באטייליגטע זענען געווען זאלי'ס.

סך הכל ביידע האבן פארשפרייט די בילדער. מיט דעם זענען ביידע אייניג.

וואס זענען יא די חילוקים צווישן די צדדים?

א.   ביי די אהרוינישע פראגראם האבן די אהרוינים געדינגען שחורים צו טיילן מכות, ביי די בני יואל פראטעסט האבן בני יואל נישט געדינגען שחורים.
ב.   ביים אהרוינישן פראגראם איז געווען פולע פינגער אפדריקן פון "טעראר" (אלעס אויף די בילדער) און ביי די בני יואל'ער פראטעסט דעם דינסטאג אין וו"ב קען מען נישט צייגן אפילו איין איינציג בילד פון "טעראר". איין בילד איז יא דא ווי מען זעט יא וויילענ"ס. וואס מיינט איר, וואס זעט מען דארט? מען זעט א זאלויני מיט אנגעפליקטע ביינער! יא, דאס איין ביסל וויילענ"ס וואס איז יא געקומען ביי דעם פראטעסט איז געווען פון עטליכע אהרוינים וואס האבן זיך אריינגעריקט צווישן ציבור און אנגעהויבן טיילן מכות! פארשטייט זיך אז די בילד פונם זאלויני אנגעפליקטערהייט האבן זיי מפרסם געווען זיי האבן זיך געריבען די בייכער מיט "חלשות טראפן" אה כאטש איין זאלויני האט געכאפט, אזאש אפליציי האט זיך געדארפט אריינבאקומען צווישן דעם ציבור אים צו ראטעווען. זיי האבן אבער פארזען אינאכט צו נעמען אז דאס צייגט ווידער אז די אהרוינים זענען טעראריסטן. פארשטייט זיך אז די בילדער פונם אהרוינישן שלעגער האבן זיי נישט מפרסם געווען. פון די אנדערע זייט האט קיין איין איינציג זאלויני נישט געהויבן קיין הענט!!


דעם בילד מיט די ווערטער אינטערן בילד האבן די אהרוינים אליינס פארשפרייט נישט טראכטענדיג אז דאס וועט זיי גאר צוריק שמיצן אין פנים.

אויף די "תוצאות" און אויף די "מעשים" פון נאכן פראטעסט זעט זיך אויך א געוואלדיגער נפק"מ צווישן די צדדים. נאך די פראגראם אין ראדני האבן די זאלוינים מפרסם געווען די בילדער, מען זעט קלאר א אינגע בחור'ל צוברעכט א סטענדער אום יו"ט רח"ל. האבן די זאלי'ס ארויפגעלייגט אויפן אינטערנעט דאס נאמען פונם בחור'ל? האבן זיי צוגעלייגט זיין טעל נומער אז דער עולם זאל רופן די עלטערן פונם בחור? בהחלט נישט! האבן די אהרוינים געטון אקוראט דאס פארקערט? האבן זיי ארויפגעלייגט בילדער פון בחור'לעך מיט די נעמען און טעל נומערן? יא! (עס איז כמעט איבריג צו זאגן אז מען זעט נישט אויף די בילדער קיין שום "ווילדע אקט" פון קיין איינעם! די אהרוינים פארשפרייטן די בילדער מיט די נעמען נאר פאר "טעראר" יא די עצם פארשפרייטן די בילדער מיט נעמען איז "טעראר" אויב פארשטייט איר נישט פארוואס דאס איז "טעראר" קוקט איבער נאכאמאל די "דעפינאציע" פון טעראר. יעצט ווען איר פארשטייט שוין אז אנזייען ביי יענעם א "פחד" צו טון א געוויסע זאך (בנידון דידון איז דאס אז יענער זאל מורא האבן זיך נאכאמאל צו משתתף זיין ביי א פראטעסט קעגן ר' אהרן) וועט איר דאך אוודאי פרעגן, אמת אז דאס איז די "דעפינאציע" פון טעראר אבער ווער זאגט אייך אז די אהרוינים טוען דאס טאקע מיט די כוונה? וועלן מיר אייך צייגן ווערטער שווארץ אויף ווייס וואס דער בלאט אפיס האט מפרסם געווען! זיי האבן מפרסם געווען די בילדער מיט די נעמען און צווישן די בילדער האבן זיי צוגעלייגט בזה"ל: "ווער ס'איז דארט געווען וועט באצלען א פרייז". איר הערט ווערטער? יעצט זאגט איר מיר אויב זייער ציל יעצט איז נישט טעראר?!

פון די אנדערע זייט, מצד די זאלוינים, איז קלאר אז עד היום הזה ווייסט קיינער נישט (חוץ זיינע אייגענע נאנטע וואס דערקענען אים) וואס די נאמען פונם בחור'ל וואס האט צובראכן די סטענדער איז!!!!! איז דאס נישט "הפך" פון טעראר?!

איך וויל יעצט ציען א שטיקל פארעלעל צווישן צוויי בילדער. (שפעטער וועל איך זיך נעמען צו די עצם קאפ פארדרייענעיש פון דער בלאט מיט פאמפן אויפן אינטערנעט אז "גאנץ" קווינס האט זיך משתתף געווען, זיי לייגן צו אז זיי וועלן מפרסם זיין די פנימ'ער פון די בחורים... דערווייל האבן זיי ארויסגעלייגט צענדליגע בילדער און צו זייער באדויער האבן זיי נישט מצליח געווען צו אידענטעפיצירן אפילו איין איינציג תלמיד פון די ישיבה גדולה!)

(איך בין נישט מצליח ארויפצולייגן די בילד פונם בחור וואס צוברעכט דעם סטענדער אום יו"ט רח"ל) דא לייג איך יעצט צו צו יענעם בליד דעם בילד.

דא האט איר א בליד וואס די אהרוינים האבן ארויפגעלייגט, און צוגעלייגט "בן מאנטיווידעא", עס איז קלאר ווי טאג אז דער בחור איז אינטערוועגנס אהיים פון ישיבה, ער שטייט מיט זיין תפילין בייטל אין די הענט. אין פאקט וועל איך אייך פארציילן אביסל מער פרטים, ער איז א וואוילער בחור, ער לערנט ביים טאטן אין ישיבה אויף ראטשלידש סטריט, זיין היים איז אויף קיעפ סטריט, אויף וועג פון ראטלידש קיין קיעפ גייט מען דורך יוס סטריט, נא ווען עס טוט זיך יו"ט איז נישט מער ווי נארמאל אזא בחור זאל זיך שטעלן כאפן א בליק אויף וואס עס גייט פאר. אבער פארן אהרויני ארבעט נישט קיין מעשיות, ער וועט "אינטערדריקן" יעדע אויפשטאנד מיט טעראר. אויב מיינט איר אז ארויפלייגן אזא בילד פון א בחור אין שידוכים איז נישט מער ווי א צופאל, האט איר א טעות, זיי האבן דערקלערט אז "ווער ס'איז דארט געווען וועט באצלען א פרייז".

לאמיר גיין א טריט ווייטער, אויב מיינט איר אז זיי וועלן טון זייערע פעולות דיפלאמאטיש... דא האט איר א סעמפל פון יורד זיי לחיים פון יעדער וואס האט נאר א געדאנק קעגן ר' אהרן. און זיי טוען דאס מיטן גרעסטן מאס רשעות.

דא האט איר א בילד פון א צווייטן בחור, די אהרוינים האבן אליינס מפרסם געווען דעם בילד מיט די שורה העכערן בילד


די אהרוינים כאפן נישט איין זאך, א עלטערער בחור (איך ווייס נישט אויב ער איז 25 אדער 21, די אהרוינים קענען פון א 21 יעריגער בחור מאכן א 29 נאר כדי אים צוצופיקסן אזוי ווי זיי האבן דערקלערט אז זיי וועלן פארדערן א "טייערע פרייז פון יעדער וואס איז געווען דארט"...) ביי די זאלי'ס איז נישט דווקא א אויסווארף! אזוי ווי איר הערט, גיבט א בליק אויף דעם בחור, ער גייט מיט חסידישע פיאות, ער שניידט נישט די בארד, ער האט אויפן פנים א ערליכקייט, ער זעט אויס פונקט פארקערט ווי א 25 יעריגער אהרוינישער אלטער בחור, א אלטער אהרוינישער בחור וועט שניידן די בארד און זיך דרייען אויפן גאס אן היט און רעקל וכו', משא"כ ביי די זאלי'ס, דער "אלטער" בחור האט זיך זיינע שיעורים אין כולל, ער דרייט זיך אין ביהמ"ד, נישט ביים רעדל פון א קאר מיט א ציגארעטל אזוי ווי עס פירט זיך ביי די אהרוינים. יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער, איר זעט עפעס ראנ"ג (שלעכט) אין די התנהגות פון דעם בחור? בהחלט נישט, עס איז זייער מעגליך אז ער איז דורך געגאנגען און זיך אפגעשטעלט פרעגן "וואס גייט פאר?" אבער פאר די אהרוינים איז דאס שוין גענוג צו קענען טרינקען זיין בליט אז זיינע עלטערן וועלען זיך נאך א גוטער שידך. איז אזא אקט פון די אהרוינים "טעראר?" בהחלט יא!

(איך הלאט שוין ווייטער ביי פרישע כמעט 15 טויזנט אותיות, מיין צייט איז אויסגעלאפן, נאך שבת וועל איך אי"ה ממשיך זיין, איך וויל בארירן די חילוק פון "לאז מיר לעבן מיין לעבן" און "טו וואס איך באפעל דיר" וואס דאס איז "דער גרעסטער חילוק צווישן די אהרוינים פון איין זיין און בני יואל און די זאלי'ס פון די צווייטע זייט דערווייל האטס מיר א גוט שבת)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 21:18 לינק ישיר 

די אהרונים האב א גרויס פראבלעם: ווער עס קוקט א די פיקטשערס זעט ווי מענטש שטייען אויף דער גאס.

קיין ראיאטן, קיין קאר איבערדרייען, קיין שחורים וואס זאלן שלאגן אידן, קיין אייגענע פאליציי וואס זאלן רצחנען אידן.
און "דאס" איז טאקע די עיקר סיבה פארוואס זיי האבן נישט געקענט פועלן ביי די פאליס צו פארטרייבן די דעמאנסטרירער. די פאליס האט זיי קלאר געזאגט, אז דאס איז אויסגעהלטן לויטן געזעץ, און זיי מוזן דאס דורכטראגן.
באדעם ליין איז, אז די אהרונים אין גרויס אויפברויז לייגן ארויף פיקטשער פון פרידליכע מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען, און זיי האבן איין עצה, צו געבן פאר יעדן א צונאמען אדער א שפעט נאמען פונקט ווי זיי האבן געטאן די לעצטע 25 יאר פאר יעדן וואס איז נישט מיטגעשטאנען מיט זיי, אריינגערעכנט גדולי הרבנים זצ"ל ולהבחל"ח אשר אתנו חיים.
און "דאס" איז די סיבה פארוואס עס שטערט קיינעם נישט, אויסער דעם ארגינעלן בראווער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 23:11 לינק ישיר 

קאררעקשן אויב איך מעג, מוסדות בני יואל האט זיך נישט געגרינדעט מיט 6 בחורים עס האט זיך געגרינדעד דורך א תוצאה פון די זעקס בחורים, ווען מען האט ארויס געווארפן די געשוויסטער פון די זעקס בחורלעך, האט זיך געגרינדעט דער מוסד, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2010 07:28 לינק ישיר 


דאכט זיך מיר, אז אין אחים אנחנו, האט פארמעגליך, אדער איינער אנדערש, געהאט געשריבן אן הערליכן ארטיקל, איבער די חילוק פון פראטעסטן, צווישן די איידעלע סאטמערע, און די ווילדע פראים וואס רופן זיך ארונים,

וואלט געווען כדאי, אז איינער וואס ווייסט פון וואס מ'רעד, זאל עס ביטע דא אהער קלעבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פון "דעפינאציע" ביז "דיפרענטשין"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext