לאמיך אריינווארפן מיינע
צוויי צענט אין דעם שמועס דא...
נערמאלער האט דא זיכער אדרעסירט
א שטארקע טעמע! אבער עס
איז נישט געצילט צום ריכטיגן אדרעס...
נעמליך, דער
איד איז א צייטונג וועלכע איז אפען פאר
ביזנעס. דער איד איז
אינגאנצן נישט קיין קהל'ישע
טריבונע און אוודאי נישט א וואלונטירישע
ארגאנאזאציע...
דער איד איז א ביזנעס מיט
פולשטענדיגע עקספענסעס. דער
איד האלט אויף א גרעסערע שטאב פון
שריפט-שטעלער, רעדאגירער
און גראפיקער, וועלכע
דארפן אלע באצאלט ווערן א וועכנטליכע
געהאלט. צו דעם נעם אין
אכט איז דא נאך אנדערע עקספענסעס פון
אויפהאלטן א אפיס מיט אירע אלע מאשינען...
די וועכנטליכע דרוקעריי קאסט
זיכער אפ א הון תועפות. יעדע
איינציגע ריר איז פארבינדן מיט ריזיגע
געלטער, און איך פארשטיי
אינגאנצן נישט אויב עס צאלט זיך זיי בכלל
אויס די הויכע קאסטן וואס זיי טראגן...
וואס איך מיין צו זאגן איז
זייער פארשטענדליך. דער
איד אלס א ביזנעס קאמפאניע איז נישט
באפולמעכטיגט צו זיין די פארזארגער פון
סאטמארער חסידים, און זיי
זענען אינגאנצן נישט באאויפטראגט צו
דינען אלס די חסידות נייעס אגענטור...
זיי וועלן נישט און קענען נישט
אליינס נאכגיין יעדן נאטיץ און באריכט
פון די פילצאליגע פיליאלעס אינערהאלב
אונזער חסידות. עס איז
נישט קיין מעגליכע זאך פאר זיי אינגאנצן,
און עס איז נישטא ווער עס זאל
זאגן אז עס איז זייער ארבעט דאס צו טוהן.
און דאס ווייסט יעדער והמציאות
יוכיח (וואס אפילו אין
נערמאלער'ס אייגענע ווערטער
דערקענט זיך שטארק דער פאקט) אז
'דער איד' שטייט
גרייט צו געבן די שענסטע און בעסטע
קאווערידש פאר סיי וועלכע אפעראציע
אנבאלאנגט אונזער קהלה און אונזער חסידות
פון איבער די וועלט. יא
און יא. עס איז א פאקט וואס
יעדער איינער ווייסט און זעהט אז דער איד
דינט זייער קלאר אלס די פלאטפארמע פון
אונזער עולם. אלס די מערהייט
פון דער איד'ס ליינער
ווייסן זיי אפצוגעבן די שענסטע דעקונג
פאר די סאטמארער געשעענישן!
נאר וואס דען?
די נייעס באריכטן פון א חסידות,
גרויסע און קליינע, מוז
אויסדרוקליך צוגעשטעלט ווערן פון אינדרויסן
דורך די וואס געבן זיך אן צו זיין די
פארזארגער פון סאטמאר. די
וועלכע שטייען בראש און געבן זיך אן צו
זיין די היינטיגע פירער פון די חסידות,
זיי זענען פאראנטווארטליך
אין די נויטיגע קאמיוניקאציע מיטלען
צווישן דעם רבי'ן און די
חסידים, זיי דארפן צושטעלן
די נייעס און ארטיקלען אז א סאטמארער חסיד
אין די אנדערע עק וועלט זאל וויסן — למשל
— אז דער רבי האט די וואך ביי שלש סעודות
גערעדט פון עבודת התפלה און געפאדערט דעם
ציבור אריינצולייגן כוחות אין דעם
הינזיכט... אדער למשל אז
דער אדמו"ר און יענער
רב איז די וואך געווען אויף א באזוך ביים
רבי'ן און דער שמועס איז
געווען אנטוויקלט אויף א ברענענדיגע נושא
העומד על הפרק...
עס וועט קיינער נישט קענען
פארלייקענען אז למשל יו.טי.עי.
איז גוט געדעקט אין דער איד
מיט אלע זייערע פארשריט באריכטן,
רעגיסטראציע פראצעדורן,
בוי אונטערנעמונגען אין די
בניני המוסדות, פאזיטיווע
געשעענישן אינערהאלב די תלמוד תורה און
בית רחל, און אזוי ווייטער.
פארוואס? ווייל
זיי ווייסן אז עס איז זיי וויכטיג,
דינגט מען א שרייבער וועלכע
גייט נאך די אלע זאכן, שטעלט
צוזאמען די נויטיגע באריכטן און ארטיקלען,
און ווען עס קומט אן צום 'איד'
ווערט דאס שיין פלאצירט בכבוד
גדול.
דער איד שטעלט זיך פולשטענדיג
אהער מיט זייערע מאקסימאלסטע אנשטרענגונגען
— וויפיל עס איז מעגליך פון זייער זייט
און טיילמאל נאך מער — צו ברענגן פאר די
ליינער, וואס אין גרעסטן
טייל זענען דאס מיר סאטמארער תלמידים
וחסידים פון איבער די וועלט, אלע
געשעענישן פון אונזער הויף. זיי
געבן אונז שטענדיג די פאדערשטע זייטן,
גרויסע העדליינס, קאלירטע
בילדער זייטן, און וואס
נישט?
אבער ווי געשמועסט, די
מאטריאל ברויך ווערן צוגעשטעלט פון
אינדרויסן. די אלע
אפטיילונגען פון אונזער חסידות, זאל
עס זיין די מוסדות אין וויליאמסבורג אדער
מוסדות אין קרית יואל, זאל
עס זיין די ישיבה גדולה אין ניו יארק אדער
די מוסדות יטב לב פון ירושלים, די
אלע וואס האבן זיך אינזין צוצושטעלן און
אריינשיקן זייערע באריכטן — יעדער פון
זיי באקומט גוטע דעקונג, ומי
שטרח בערב שבת יאכל בשבת...
איך דארף נישט אויף דעם קיין
לענגערע אויפקלערונגען ווען מען קען זיך
דאס איבערצייגן יעדע איינציגע וואך,
אז די סאטמארער נייעס באריכטן
פון די קהלה און מוסדות בכל רחבי תבל,
אדער אפילו די מודעות מעלדונגען,
ווערן די שענסטע און בעסטע
פלאצירט אין דער איד, הכל
לפי גדלו. די אינטערעסע
וואס דער איד צייגט צו די סאטמארער מאטריאל
וואס קומען אריין צו די רעדאקציע טיש איז
זייער מערקבאר פאר יעדן איינעם, און
עס איז קומט זיך זיי טאקע א באגריסונג
דערפאר!
און קוק בלויז פאר א משל — ווי
איינער "אמיגא"
דערמאנט דאס אין א פריערדיגע
תגובה — דער איד פון פאריגע וואך פרשת
בלק, זעהט מען קלאר דעם
פאקט וועלכע איך שמועס דא אויס.
די מחנה דברי יואל נייעס מיט
עפענען א נייעם בית המדרש אין די קעטסקילס
פאר די תלמידי הישיבה גדולה. די
ישיבה גדולה האט א אדמיניסטראציע וועלכע
שוויצט פאר זייערע פראעיקטן, און
זיי האבן א אינטערעסע צו פראפאגאנדירן
זייערע דערגרייכונג און צייגן בילדער
פאר די וועלט. זיי ווייסן
אז עס איז וויכטיג פאר זייער פאנדרעיזינג
און זיי מוזן זיין געדעקט אין די נייעס
שפאלטענענס. האבן זיי
געדינגען א שרייבער און פאטאגראפירער,
שיין באשריבן דעם ריזיגן
בוי-אונטערנעמונג פון אלע
אספעקטן, אפגעכאפט שיינע
בילדער פון דעם נייעם לעכטיגן בית המדרש,
און דאס האט באקומען די שענסטע
דעקונג אויף די זייטן פון דער איד.
גרויסע שרייעדיגע קעפלעך,
און קאלירטע פעידשעס פון
בילדער.
דאס זעלבע געב א קוק מיט די
נייעס איבער דעם רבינ'ס
נסיעה קיין לאנדאן וועלכע איז געפלאנט
אויף קומענדיגע וואך לטובת די אנטווערפענע
מיידל שולע, וואס אויף די
הצלחה פון די איצטיגע נסיעה קוקן ארויס
די מנהלי בית רחל און זיי זארגן אז די
נייעס זאל ווערן געדעקט מיט אלע פיטשעווקעס
אז דאס זאל ברענגן דעם ריכטיגן אפקלאנג
ביים ברייטן אייראפע'ישן
ציבור. זיי האבן גענומען
א דרויסנדיגער שרייבער וועלכע האט
אהערגעשטעלט נייעס באריכטן און פראפגאנדע
ארטיקלען אויפצוהייטערן די געמיטער,
און דאס אלעס באקומט די שענסטע
דעקונג אויף די הויפט נייעס זייטן פון
דער איד.
וואס נאך ברויכסטו?...
ווי איידער צו שרייבן אויף
היידפארק איבער די פראבלעמען וואס דו
האסט אז דו געפינסט נישט אין דער איד
געוויסע נייעס וואס זענען פארבינדן מיט
אונזער הויף, הייב אן צו
נוצן דיין צייט אויף צו נאכגיין די אורזאך
פון דיין פראבלעם... גיי
ערקלער פאר די חסידות פירער — וואס אויף
זיי ליגט אויסדרוקליך דער פליכט צו זארגן
אז די נייעס קומט אן צו דער איד — אז דער
עולם דארשט אזוי שטארק צו ליינען מער
איבער די געשעענישן וואס שפילן זיך אפ
מדי יום ביומו בחצרות קדשינו.
און וואס דו זאגסט וועגן דער
בליץ-בלעטל איז אזוי:
ערשטענס רעד נישט אזוי ברייט
ווען יענער קומט דיר גארנישט, דער
בליץ-בלעטל איז אין מיינע
אויגן א יונגער וואלונטיר וואס ווייסט
אפילו נישט אין וואספארא ארבעט ער איז
אריינגעשפרינגען... און
כאשר בא כן ילך, ער טראגט
נישט קיין שיעבוד צו דיר סייווי... און
צו בארעכטיגן מיין געדאנק מיין איך אז ער
האט זיך שוין נישט באוויזן פאר א שטיק
צייט...
און נאכדעם ווי 'באלאנד'
האט שוין ערווענט, דער
בליץ-בלעטל כאפט דיין
עקסייטמענט צוליב וואס ער קומט אן צו דיר
אויף א טעגליכע באזיס ווען די נייעס איז
אסאך מאל פריש און מער אקוטעל. און
פלאס ער ערלויבט זיך דערווייל צו האקן
בילדער פון רבי'ן — א זאך
וועלכע דער איד איז דערויף פארבאטן און
זיי האלטן זיך געטריי צום רבינ'ס
פארלאנג און ערפילן זיין באגער צייגנדיג
דערמיט שטארקע לאיעליטעט צום רבינ'ס
ווארט, אפילו עס קאסט זיי
א פרייז, און האבן היבש
אויסצושטיין פון אזעלכע 'נערמאלע'
מענטשן ווי דו...
נאכאמאל: דער
איד איז א פולשטענדיגער ביזנעס אימפעריע,
דער איד'ס
רעדאקציע איז אינגאנצן נישט באאויפטראגט
נאכצוגיין סיי וועלכע נייעס נאטיצן און
קרישקעלעך פון אינערהאלב די סאטמארער
קהלה איבער די וועלט. דאס
באלאנגט אויסדרוקליך פאר די חסידות פירער,
די וועלכע שטייען אין שפיץ
פון אונזער חסידות — און אז זיי זענען
נישט דערביי דאס אהערצושטעלן צוליב סיי
וועלכע סיבה, דאן האסטו א
פראבלעם מיט סאטמאר זעלבסט, נישט
מיט דער איד!
איך וועל נישט ענדיגן מיט דיך
אראפרייסן אז "דו האקסט
אין טשייניק" און אז
"מען פארשטייט בכלל
נישט וואס דו ווילסט"... ווייל
דו האסט אויסדרוקליך נאר געשריבן פון
אומוויסנהייט... אצינד
ביסטו שוין זייער קלאר, אז
נישט דער איד איז דא בכלל דער ציל ברעט
פאר דיינע ווייען אז דו טרעפסט נישט יעדן
דאנערשטאג וואס דו ווילסט זעהן... נאר
אנדערע גאר זענען דא שולדיג אין דעם
פראבלעם און זיי דאפרסטו קאנפראטירן
דערוועגן!
יעצט קענסטו באזונדער אנהייבן
דעבאטירן אויב אונזער חסידות איז בכלל
געשטעלט אויף פראפאגאנדירן יעדעס מינדסטע
געשעעניש וואס שפילט זיך אפ, אויב
אונזערע מענטשן זענען בכלל נייגעריג אויף
אזא סארט חסידות וואס לעבט אויף די
באשרייבונגען אין צייטונג און מען שעפט
חיות פון בילדער...
און אויב טאקע איז דאס א זאך
וואס פעלט זיך באמת אויס פאר אונזערע
מענטשן, אויב איז דער
קאמיוניקאציע צווישן דעם ציבור זייער
אפגעשוואכט, דאן איז דאס
א געוואלדיגע פראבלעם וואס ברויך געלעזט
ווערן. אבער ווענד זיך
אויסדרוקליך צום ריכטיגן אדרעס און לאז
אפ די וועלכע זענען אינגאנצן נישט
באאויפטראגט דערויף!