אהרונים: קול קורא פאר כבוד פון רבי'ן, א טאטאלער דורכפאל!
נאך וואס מ'האט שוין ארומגעשיקט משלחת'ער צו אלע רבנים אין ניו יארק זיי זאלן אונטערשרייבן א קו"ק וואס נעמט זיך אן פארן כבוד פון ר' אהרן, נאך די שטורעמישע פראטעסטן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן קעגן אים אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל, אבער זיי זענען אהיימגעקומען מיט ליידיגע הענט. קומט יעצט די בשורה טובה אז דער באקאנטער שונא פאר סאטמאר ר' חיים לייב כ"ץ, א ברודער מיט דעם שיפלאדער רב ר' אנטשיל, האט ביי פרק מוחה געווען אויפן כבוד פון ר' אהרן וואס ווערט נתחלל אין די וועלט.
סאטמארע חסידים זענען שטאלץ אז די אלטע שונאים, וואס האבן נאך שופך געווען קיתונות של בוז אויפן חשבון פון רביה"ק זי"ע, זענען די וואס נעמען זיך אן פארן כבוד הנתחלל פון ר' אהרן טייטלבוים.
נשלח ב-13/6/2010 13:58
ר' חיים לייב מיט ר' אנשיל זענען אליין געליטענע ווען מ'האט נאך נאכגעשריגן זייער פאטער זצ"ל
נשלח ב-13/6/2010 16:28
דער אהרונים האבן גענומען א מהלך אז דארט ווי זיי זענען בכח מבטל צו זיין דער פראטעסט וועלן זיי עס מבטל זיין כדאי דער זאליס זאלן ניט אמאל קענען ארויס געבן זייערע בויך ווייטאג . און דארט ווי זיי זענען נישט בכח וועלן זיי דאס אין גאנצען איגנארירן און זיך נישט צו טעוהן מאכן פון זיי . און דער ביידע מהלכים קענען דער זאליס פשוט נישט אראפ שלינגען. דער ערשטע מהלך איז אזוי ווי ס'איז געווען דער וואך שבת מהאט עס פשוט מבטל געווען . דאס קענען זיי פשוט נישט אראפ שלינגען און זיי שרייען פארוואס זענען מיר אנדרש ווי אלע אנדערע פעלקער פון דער גאנצע וועלט. איבערראל אויף דער וועלט ווען איינער איז א לוזער האט ער רעכט על פו חק המדינה כאטש צי שרייען און ארויס געבען זייערע בויך ווייטאג אז ס'זאל נישט דארפן בלייבן אינווייניג . אבער דא און ק''י איז ניין. ענק האבן נעבעך דערלייגט און ענק זענען נעבעך דער לוזערס און ענק קענען נעבעך אפי' זיך נישט ארויס געבען אייערע וויי געשריי. און אויף דער צווייטע מהלך פון איגנארירן . קענען ענק נעבעך אויך נישט אויס היילטן .ווייל דאס ווייסט אז ס'גייט אונז בכלל גארנישט אן נאר אדרבה מלאכט פון ענק און מהאט הנאה אז ענק פארשעמען ענקערע נאמען אויפן וועלט . איז וואס טוט מען און אזא פאל מיר זענען דער לוזערס און דער פראטעסטן מאכן אונז נאר אן ביזיונות און פאר דער אהרונים גייט עס ניט אמאל אן????. זענען זיי אויף געקומען אז מער האט נישט קיין אנדערע ברירה נאר מער וועט דארפן פארקויפן שקר [שטרוי ] פאר עולם. און אפי' דער שקר איז מילתא דעבידא לגיליוא אבער מהאט נישט קיין בעסערע ברירא. האט מען אנגעהויבן. 1 דער ר' אנטלויפט קיין מאנסי. איי סאיז געווען קלאר פאר יעדן שוין אפאר חדשים פאר דעם אז דער דאטום קומט פאר א גרויסע מסיבה און מאנסי. תירוץ תיקו 2 דער ר' האט מורא ער וויל אנלויפן אויף שבת קיין וומ''ב. שטעלט זיך דער קשיא אז פארוואס זאל ער נישט מורא האבן און וומ''ב ער האט דאך געהאט דער וואך אליינס א פראטעסט און וומ''ב? תירוץ תיקו. 3 אז דער ר' איז ארויס געפארן מיט א הצלה . ווען אויפן ווידיא זעט מען קלאר ווי ער פארט ארויס מיט זיין אייגענע כאר דורך אלע מענטשען. 4 אז מער מהאט פראבירט צו מאכן א קול קורא. וכו' וכו'. דאס אלעס טעוהן זיי ווייל זיי זענען נעבעך ביטערע לוזערס .און קיין איינער הערט נישט צו זייערע וויי געשריי. דארפן זיי אויף קומען מיט שקר אפי' ז'איז מילתא דעבידא לגליוא.
יואלי808, מען מוז נישט ענטפערן ווען מען האט נישט וואס, צב"ש: אין א שכינותדיגער אשכול וועגען דער נושא האט איינער אפגעשריבען א גאנצער מעשה מיט דעם קאסובער רבי, ווען מען האט געברענגט פראוו אז די מעשה איז לא היה ולא נברא, האט מען פשוט אויסגעמעקט די תגובות מיט די סיבה אז ס'האט נישט קיין שייכות
יואלי808 . איך זיץ דא ציזאמען מיט א חבר און אונז קענען נישט פארשטיין וואס די שרייבסט . וואלט איך דיך געוואלט בעטן א טובה אויב די קענסט מיך ביטע מסביר זיין אביסל מער באריכות וואס דו האסט געשריבן. חוץ אויב די האסט סתם געוואלט האבן דער לעצטע ווארט.
מענדעלע די קוקסט אויס צי זיין א עכטע פארנאטעשטע זאלי וואס די קויפסט אפ יעדע זאך וואס שטייט און דער איד אדער וואס די האסט געליינט אויף היידפארק. אפי' ס'איז א מילתא דעבידא לגליוא. אוך האב פריער געשריבן אז ס'איז געווען באשריבן און אלע צייטונגען. און אויך אויף היידפארק אפאר חדשים פאר דער פראטעסט. אז סקומט פאר א גרויסע מסיבה און מאנסי בהשתתפות דער רבי [מהר''א]און ממילא איז דער ר' געפארן קיין מאנסי. אבער די קויף ווייטער דער שטרוי אז דער ר' איז אנטלאפן וועגן ענקערע פארטעסט. יעצט מענדעלע זאג אן פאר ענקערע מענטשען וואס פארקויפן דער שטרוי אז דער שקר מיז שטימען . און ק''י ביי דער פראטעסט האבן ענק פארקויפט שטרוי אז דער ר' האט נישט געקענט בלייבן אינדערהיים און ער האט געמיסט אנטלויפן . און און וומ''ב האבן ענק פארקויפט שטרוי אז דער ר' האט מורא געהאט ארויס צו קומען פון זיין הויז ביז ס'איז ליידיג געווארן דער גאס. איז ממה נפשך אויב האט ער מורא ארויס צו קומען פון זיין הויז איז פארוואס איז ער ארויס געקומען פון זיין הויז און ק''י און אנטלאפן קיין מאנסי ער האט דאך געקענט בלייבן ביי עם אינדערהיים. און אויב זאגסטו אז ער האט נישט געקענט בלייבן אינדערהיים און ק''י נאר ער האט געמיסט אנטלאפן איז פארוואס און וומ''ב איז ער געבליבן אינדערהיים ביז 12:30. תירוץ. שקר אין לו רגלים. אבער די מענדעלע חזר נאך אמאל איבער דער זעלבע שקרים[שטרוי] אפי' יעדער זעט אז ס'איז שקר. און פארגעס נישט צי זאגן חלה דעקל בשעת מעשה.