ק"י - לוח המודעות / לוח השמחות
די וואך שב"ק גייענדיג דאווכנען אין אן אנדערן ביהמ"ד ווי איך דאווען געווענדליך, צוליב א משפחה שמחה, האב איך געזעהן א צעטיל אונטערן נאמען "לוח השמחות", עס קוקט אויס פונקט די זעלבע ווי די געווענדליכע "לוח המודעות", זיך וואונדערנדיג וואס איז פשט דערפון, א קאמפעטישאן זאל נאך מאכן א צווייטן אינגאנצן די זעלבע, דערנאך נעם איך אין אכט אן אינטערסאנטע זאך, עס קומט פאר א באווארפן אויף 6 קארטער לעין, אזוי אויך אויף 7 זענטע, איך וואונדער מיר וואס איז פשט דערפון, פארוואס מאכן נישט די אידן באווארפן אין א ביהמ"ד, וואס עפעס סתם אינדערהיים, אפשר האבן זיי מורא פון די הינט וואס איז געווען דין גאסן דעם שבת. פרעגענדיג איינעם האב איך געהערט גאר אן אינטערסאנטער תירוץ, וואס האט מיר אלעס פארענטפערט, די צוויי צעטלעך סיי די "שמחות" און סיי די "מודעות" זענען איינס, נאר לעצטענס האבן די ארונים געמאכט א נייע תקנה, אזוי!, אלע בתי מדרשים וואס געהערן צי די בני יואל, אדער צו די זאליס, טאר נישט ארויסגעהאנגן ווערן אין די בתי מדרשים, און אזוי אויך א ביהמ"ד וואס לאזט הענגן די שמחות פון די בתי מדרשים, וועט אויך נישט מעגן שטיין די נאמען פונעם ביהמ"ד, נאר אן אדרעסס, און דאס איז דער נייער צעטיל "לוח השמחות" בייגעלייגט א פונטקליכער טשארט, וועלכער ביהמ"ד מעג יא שטיין, און וועלכע נישט, און וועלכע נאר דער אדרעסס. ביהמ"ד | יא | ניין | אדרעסס | אבני צדק | / | | | אהל פיגא | / | | | באד-אישל | | / | | באלטימאר | | | / | בית אברהם יצחק קניזשא (הויער) | | | / | בית ברוך | / | | | בית דוב | / | | | בית יואל | | / | | בית מרדכי | / | | | בית פריינד (יעקב לייב) | | | / | בן ביתי נירמאדע | | | / | ברוך לעווי | | | / | ברך משה | / | | | ברסלב (מערמעלשטיין) | | | / | ברסלב (פארקאש) | | | / | ברסלב (שווארטץ) | | / | | גאלאנטא | / | | | גבעת שאול | | | / | דברי חיים | / | | | דברי יואל | | / | | דעשש | / | | | דרך החיים | | / | | הוניאד | / | | | הלכה ברורה | / | | | ווערפלעט | | / | | ויואל משה (קאזשניץ) | / | | | זידיטשויב | / | | | זכרון יושע צבי | | / | | שער התפלה | | | / | חרדים | | / | | טאהש | | | / | טאלטשווע | | | / | טארנא | | / | | טשאטה | | / | | ייטב לב (מהר"א) | / | | | ייטב לב (מהרי"י) | | | | יפו | | | / | ישמח משה (שווימערס הייזער) | | / | | ישמח משה (שכונת ברך משה) | / | | | כולל ד'מאנרא | | | / | לאנצוט | / | | | משכנות הרועים | | | / | נאסויד | / | | | נועם אלימלך ליזענסק | | | / | סוואליעווע | | | / | ספינקא | | | / | עטרת זקנים | / | | | עץ פרי בעהוץ | | | / | פעטראווע | / | | | פראג | / | | | קדושת יו''ט | / | | | קומץ המנחה | | | / | קערעסטיר | | / | | ראפשיטץ | | | / | רידזשוואל | | | / | שארית ליהודא (הערמאן) | | | / | שארמאש | | / | | שלום על ישראל | | | / | תהילות יואל | | / | | תולדות אהרן | | | / | תפארת יחזקאל (מערץ) | | | / | תפלה למשה | / | | |
ווי האט א חכם אמאל געזאגט, (ווען מען האט ארויסגעגבען א טעלפאן ביכל אין ק"י, אן די נעמען פון די בני יואל,) אז ער פארשטייט נישט וואס אמעריקע מוטשעט זיך מיט איראן, זאל מען איבער מאכן די מאפע, און נישט אריינלייגן איראן............
 |
|
|