געדאנקען / א. שמעקער
טררר... טררר....טר....
האלא?
מיינסט עס ערנסט? שטעל זיך פאר!
וויאזוי האט עס פאסירט?
און וואס זאגט דער דאקטאר?
אוי, נעבעך, בשורות טובות.
איך זינק צוריק איין אין מיין ביכל. איך זוך צוריקצוגיין צו די דארפישע געסעלעך, צום האלץ האקער, צום פריץ.
מאמע... מאמע... יא, שעפעלע?
מיט וועם האסטו פריער גערעדט?
מיט מומע אסתר.
וואס האסטו געזאגט "נעבעך"?
נע, גארנישט.
עפעס א שרעקעדיגע זאך, אמת?
פארוואס רעדסטו נארישקייטן? שלוימי האט געכאפט א מאסקיטא ביס און עס איז איהם געווארן א שרעקליכע אנטצינדונג און ער איז יעצט אין שפיטאל אויף אינטערווינוס.
מ'קען שטארבן?
שוין ווייטער רעדסטו נאריש! דער דאקטאר זאגט אז מיט א גוטע מעדיצין וועט ער אם ירצה השם קענען צוריקגיין אין חדר.
זיסי איז צוריק אין שפיל צימער, מיט די מענטשעלע אין די האנד, קענטיג פארטראכט.
איך בין אויך געבליבן עפעס זיצן פארטראכט.
שרעקעדיג... שטארבן... פריץ... שפיטאל.... מאשקע... מאסקיטא.... קרעטשמע....
וואס רעדט דאס קינד אזוינע נארישקייטן? קען מען דען שטארבן פון א מאסקיטא ביס?
זוכנדיג צו פארטרייבן די אימה'דיגע געדאנקען, איז מיר אומוועלנדיג אריינגעשוואומען אין געדאנק דער באקאנטער מאמר חז"ל, אז טיטוס'ן, דער גרויזאמער רשע וועלכער האט פארשוועכט און פארניכטעט דעם הייליגן בית המקדש, איז אריינגעפלויגן א פיצינקע פליגעלע אין נאז, און עס האט דארט געבויערט יאהרן ביז ווילאנג עס האט איהם פון דער וועלט אומגעברענגט. ווען מען האט איהם געשפאלטן דעם קאפ נאכן טויט האט מען דארט געפונען א ריזן פויגל, וועלכער האט זיך ערנעהרט פון זיין טמא'נעם קערפער ביזוואנען זי האט איהם באזיגט אויף אייביג.
*
"טיטוס הרשע" איז דער טיטל וועלכער עס פארדינט זיך יעדער וועלכער שעדיגט, שענדעט אדער צוברעכט א מקום קדוש, א מקדש מעט.
יא, טיטוס, דו קענסט זיך טאקע באריהמען מיט דיינע בלוטיגע הענט וועלכע דו צופיהרסט איבער א מקום קדוש, ידו פרש צר, טראגסט אידן אין ארעסט, אין געפענגעניש, אבער דעם רוימישן טיטוס האט באזיגט א קליין פליגעלע וועלכע האט יאהרן זיך ערנעהרט פון זיין טמא'נעם בלוט.
דעם מאנראער טיטוס וועלן באזיגן נישט פליגן, נאר ווערים, און טאקע אט די ווערים וועלכע זענען מיט די יאהרן געווארן מעכטיג און ריזיג. פון זעקס נישטיגע שוואכינקע ווערים זענען אויסגעוואקסן פופצן הונדערט פון איין זייט, און צוויי טויזנט פון די אנדערע זייט. זיי וועלן אויך דעם איצטיגן טיטוס אומשעדליך מאכן! זיי האבן זיך אין לויף פון די יאהרן ערנעהרט און זיך געבויט בלויז דורך זיינע סאדיסטישע בארבארישע טיראנישע בייזוויליגע טעראר אקטן.
ער ווייסט דעם געהיימניס וואס טיטוס האט נישט געוואוסט: טעראר נוצט נישט. ציוניסטישע-שטייגער נאגייקעס פארשטומען נישט די שטימע פון אידן וועלכע ווילן נישט זיין אונטעדריקט אונטער א טייוולאנישן רעזשים.
*
כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת. אזוי זאגן חכמינו ז"ל.
די הייליגע סעפטיק זת"ע, - וועלכע נוצט שוין נישט פאר אזא ריזן ציבור כ"י וועלכער האט צונויפגעזאמלט די פארגאנגענע וואך אין קרית יואל, וויליאמסבורג און מאנסי פאר וועמען מען דארף בויען א קאמפלעטן סוער פלענט - איז זיך ביטערליך נוקם אין דעם מלעיג על דברי חכמים.
די צואה רותחת יאגט איהם נאך פון דעם צו'חרוב'טן גארטן פארנט פון דעם מקדש מעט, ביז צאנז קאורט, און ס'איז אזש ריחו נודף ביז היוז סטריט. דער גערוך פון די צואה רותחת וועט איהם ווייזט אויס באגלייטן פאר לאנגע צייטן.
דער הייליגער סעפטיק זת"ע, זיין גערוך און זיין אינהאלט, וועט זיך מיהען, און וועט איהם לאנג מבאיש ריח זיין.
*
דער זעלביגער טיטוס וועלכער האט געוואלט דערצערנען כביכול מיט אן עבירה פון די עשרת הדברות, קענענדיג דעם פסוק ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך, און איז אריין זינדיגן ב"תוך" קודש הקדשים, איז מגולגל געווארן אין דעם מאנראער טיטוס הרשע. ער האט געלאזט ברענגען א פרוצה מיטן ציהל צו דערצערענען און צושפרייטן די מוחים. די תורה הקדושה שרייט לא תנאף, און ער מיט די שפיזיגע אויגן, מיט די עינים פתוחות נאך פון די מקוה, וואס האט שוין לעצטנס אויך אנגעהויבן זעהן רעגן אין א טרוקענעם טאג מיט די טמא'דיגע אויגן, האט געטראפן א מיטל צו דערצערנען אידישע קינדער מיט א בלעם'ישן פלאן, פון דער פארצייטישער מואב.
דער אלטער טיטוס איז פארווארפן געווארן פון ביידע וועלטן, דער נייער טיטוס וועט נישט האבן קיין בעסערן סוף, אויב ער וועט נישט צייטליך תשובה טון און איבערבעטן יעדן איינעם.
עבודה זרה גילוי עריות שפיכות דמים אין איין מינוט.
די עבודה זרה פון בעל פעור איז געווען דורכן עס פאר'מיאוס'ן, דורכן אנטבלויזן אזעלכע טיילן פון קערפער וועלכע ווערן נישט געטון אין דער עפנטליכקייט. מיט די זעלבע שטייגער עבודה האט מען געדינט דעם געטשקע, דורכן עפנטליך אנטבלויזן טיילן פון קערפער! שומו שמים!
גילוי עריות'דיגע עבודה זרה פארן ציהל פון שפיכות דמים!
איז אזא פארשוין און זיינע מיטשלעפער-קלאטשער-צושויער כשר צו מצרף זיין צו מנין? זענען זיי נאך בכלל בגדר ישראל? איז אזעלכער באנדיט באגלייבט אויף כשרות פון פלייש? איז אזוינער טיראן נישט מנסך יין? איז דען אזא שטייגער עוכר ישראל נישט קיין רודף? פייניגן רצח'נען אונטערדריקן האלב פון א שטאט בלויז פארן נישט גיין אין שפאן!
ווער אבער עס בוקט זיך צו די עבודה זרה, באטיטלען זיי אלס הגאון הגדול בעל פעור!
ווי קען א איד א שומר תורה ומצוות שטיין אין זיינע דל"ת אמות? ער איז דאך מטמא במגע און מזיק בראיה!
ווער עס שטייט מיט אזעלכער און זאגט איהם נישט קיין ווארט, אדער דער וועלכער עס שטיצט איהם, איז אהן צווייפל א מפטם אגלי"ם לעבודה זרה! א מאכיל שאור ודב"ש לריח ניחוח פארן בעל פעור!
אלהיהם של אלו שונא זימה האט בלעם געזאגט. דער שפל שבשפלים, דער גרוע שבאומות, דער משולח און נושא כליו פון טיטוס, ווייסט, אז די פרומע קען מען מיט נבלה אויפרעגן.
יא, אויך בלעם איז געפלויגן אין די הימלען, ביז מען האט איהם מיטן כח פון הייליגן ציץ אראפגעווארפן און געטויט. דער היינטיגער בלעם פליהט אויך אין די הימלען. עס דערקענען זיך שוין די שפורן פון זיין נידערלאגע, מיר וועלן נישט רוען ביזוואנען ער וועט גענצליך אומפאלן.
*
דער פריש אויפגעגראבענער ארט אוואו דער הייליגער סעפטיק זת"ע איז געווען באהאלטן, רוהט נישט. די צואה רותחת קאכט און זידט.
כאפט זיך אריבער אויפן פריש אויפגעגראבענעם גארטן, בייגט אראפ אייער קערפער, מיטן אויער צו דער ערד - גענוי ווי עס געטון דער אמורא רבב"ח אויפן ארט וואו קרח און זיין געמיינדע זענען אויף איייביג פארשלונגען געווארן - וועט איהר ארויסהערן היסטערישע באנומענע יאמערליכע קולות וועלכע קומען ארויס פון דעם האלז פון דעם בעל צואה רותחת:
פוילישע גויטע!
עפרא לפומיה!
זיבעטע ריפ!
יא, כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת.
פון די פוילישע איז אויסגעוואקסן אן אומבאזיגבארע ארמיי.
פון די עפרא איז געווארן חצים ובליסטראות.
פון די ווערים איז געווארן סטאדעס גיפטיגע שלענג.
פון די טיפענישן פונעם קעלער איז געבוירן א נייער דור וואס בוקט זיך נישט צו די בני הגר.
וויאזוי?
כל הרודף אחר השררה, סעפטיק רודף אחריו.
*
די פוסטע גרויסהאלטעריי און זינלאנזע באריהמעריי זענען שוין אריבער אלע גרעניצן.
אויב ביז היינט האט דער טיטוס געהאט חשבונות מיט זיינע פאליטישע פיינד, איז ער אריבער צו פארשווארצן דאס פנים פון כלל ישראל און זייערע גרעסטע מענטשן, דער איינציגער וואוילער איד איז פארבליבן בלויז ער מיט זיינע אפגעגאלטע גלויביגע.
דאס קענט איהר אויך הערן דארט אראפגעבויגן צו דער ערד:
אידן האבן אלע יאהר געגעסן חמץ!
אידן האבן נישט געגעסן קיין כשר פלייש!
שרייטס'זשע יודעלעך (בניגון ויז'ניץ):
ע פ ר א ל פ ו מ י ה !
*
די בארבארישע באלשעוויסטישע מערדערישע פאליציי אגענטור, די נ.ק.וו.ד., וועלכע זענען מגולגל געווארן אין דעם רויטן ימח שמו'ניק און זיינע געהילפן, א גלגול פון די רוימישע סאלדאטן מיט די רויטע הארטנעקיגע פאנצער הוטן. פון טיטוס'ן האט דער עשו האדומי זיכער קיינמאל נישט געהערט, ער ווייסט ווארשיינליך אויך נישט וואס דער בית המקדש איז.
די הייליגע סעפטיק זת"ע און זיינע גערוכן וועלן איהם אויך נישט אפשוינען. זיין נאמען בלייבט פארשטונקען אויף איייביגע צייטן ביי יעדן איד. ער קען איינשווערן צאללאזע אפיצירן. אידן זענען שוין בייגעקומען פוילישע קאזאקן, סאוויעטישע קאמאנדירן, און נאצישע עס עס'ניקעס. איצט איז געקומען די ריי אויף די יודנרא"ט פון קרית יואל.
מען וועט עס סוף כל סוף אויך אדורכשטופן. אידן קען מען מיט סאדיזם נישט אונטערדריקן.
דער ריח הנודף פונעם הייליגן סעפטיק זת"ע וועט האפנטליך נאך אמאל פארוואנדלט ווערן אין א ריח ניחוח, אין א ריח בשמים, די הייליגע בלומען וועלן צוריקגעשטעלט ווערן אין פלאץ, די גוטע זאכן וועלן ווידעראמאל זיין צו באקומען דארט, און עס וועט נאך מקויים ווערן דער פסוק, הדודאים נתנו ריח, ועל פתחינו כל מגדים חדשים גם ישנים, דודי צפנתי לך.
דער פעטער וועט זיגן.
*
די לעצטע אומרוהען ארום די "סידור קידושין" געפעכט האט גענצליך אנטפלעקט דעם מאסקירטן געשטאלט זיינעם.
טראצדעם וואס ער און זיינע ארומיגע ווייסן אז צוליב זיינע מעשי תעתועים האט זיין פאטער זצ"ל - דער ערוועהלטער מרא דאתרא - איהם געווארנט ער זאל תשובה טון, און ווען ער האט נישט געהארכט, האט ער אין א בריף בעצם כתב ידו איהם געמאלדן אז ער איז אצינד מער נישט דער אויסשליסליכער מסדר קידושין אין קרית יואל - מאכן זיי און זייערע דיינים שפאס פון די לעצטע הוראה זיינע צו קרית יואל'ער אידן, און זיי דרש'ענען הוראות כנגד דעת תורה, פאררופנדיג זיך - בזדון אדער בשגגה - אויף א בריוול פון רביה"ק ז"ל קיין נאסויד וואס עס איז שוין אויפגעוויזן געווארן על פי מציאות ועל פי תורה מש"ס ופוסקים אז עס האט נישט אהער.
דער כבוד פון זיין טאטן זצ"ל איז ביי איהם אזוי מושפל, ביז ער האט זיך געוואגט צו פארשפרייטן אין די וועלט קונטרסים, אויף אידיש או לשון הקודש, אז ער איז ל"ע נישט געווען מיט אלעמען פון דעם טאג ואס ער האט אנגעהויבן אוועקשטופן דעם מקלה אביו ואמו פון זיך!
זה הכלל, ווער עס גייט נישט מיט איהם אין שפאן, שוינט מען נישט די שרעקליכסטע מיטלען צו פארוואנלדען יענעמ'ס מיינונג אין אש און פארעך, אפגעזעהן ווער דאס זאל זיין, א פאטער, א רבי, א צדיק אדער אפילו סתם א רב בישראל.
דערמיט איז ער אריבער דעם קלימאקס. אויב איז ער ביז היינט געווען א מלעיג על דברי חכמים, איז ער מיט דעם קונטרס און מיט מערכה אריין אין נייע עפאכע א מלעיג על חכמים עצמם! רחמנא ליצלן! שפעטן פונעם אייגענעם טאטן!
*
דער בעל צואה רותחת, דער מאנראער טיטוס, גייט אין די וועגן פון זיין פארגייער, דער פארצייטישער טיטוס הרשע פון רוים. מיר וועלן ציטירן דעם לשון פון די גמרא אין מסכת גיטין דף נ"ו.
נטל סייף וגידר את הפרוכת ונעשה נס והיה דם מבצבץ ויוצא, וכסבור הרג את עצמו, שנאמר, שאגו צורריך בקרב מועדיך, שמו אותותם אותות. דבי רבי ישמעאל תנא, מי כמוכה באלים ה', מי כמוכה באלמים, מה עשה, נטל את הפרוכת ועשאו כמין גרגותני, והביא כל כלים שבמקדש והניחן בהן, והושיבן בספינה לילך להשתבח בעירו.
דער מאדערנער טיטוס, דער גלגול פון דעם אלטערטימליכן טיטוס, גרויסט זיך מיט אקוראט די אייגענע סאדיסטישע דערגרייכונגען מיט וואס דער אותו רשע מחריב בית מקדשנו האט זיך געגרויסט.
מיט דער מאדערנער סייף, דער שווערד פון איין-און-צוואנציגסטן יאר-הונדערט, דער בולדאוזער, וועלכער איז טרויעריג באריהמט מיטן צוטרעטן מאראליש און פיזיש אונזערע ברידער אין הייליגן לאנד, איז ער צוגעטרעטן צום גארטן פארן מקום מקדש מעט, און עס צושעדיגט.
גידר את הפרוכת. די פרוכת, דער מסך המבדיל, וועלכע האט אפגעטיילט צווישן קודש מיט חול, צווישן די טומאה און קליפה פון דעם גייסטליכן און דער בנין פון וואו קדושה האט ארויסגעשיינט אויף ארבע כנפות הארץ אין די לעצטע יאהרן, שבתים און ימים טובים, פונעם צדיק הדורות, רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו, וואו אידן האבן געפונען שוץ די פארגאנגענע עטליכע צענדליג יאהר פון דעם שלטון הרשע, פון דעם דל גאה, פון דעם נלעיג על דברי חכמים, פום דעם מוציא לעז על הראשונים, פון דעם חוטא ומחטיא את הרבים.
אידן האבן מיט זייערע קערפער געוויזן דעם טיטוס הרשע, אז זיי וועלן נישט דערלאזן דעם חילול הקודש. היצט איז אבער שעה משחקת לו, האט ער גענומען אין געפענגעניש, געשלאגן און געפלינדערט, ביז עס האט זיך געגאסן בלוט. דם מבצבץ ויוצא!
די ברוטאלע קאלטבלוטיגע טיטוס'ער האבן אנגעקוואלן פון דעם דם מבצבץ. אז עס טוט וויי שרייט מען! שרייבן די זינדיגע אין זייער בלאטיגן צייטשריפט. יא יא. דער פארצייטישער טיטוס האט אויך געקוואלן פון דעם דם וואס איז געווען מבצבץ ויוצא. איהם האט זיך נאך צוגעדוכט אז חלילה הרג את עצמו, דעם כביכול.
טיטוס בן אשתו של אספסיינוס נכנס לבית הקדשים וגידר את הפרוכת בסייף ואמר אם אלוה הוא יבוא וימחה (ספרי האזינו). אומגלויבליך. אויך דער אלטער טיטוס האט געזאגט אז ער וויל זעהן מחאות. פראטעסטן. דער מאדערנער טיטוס פאסט געוואלדיג אריין אין די ווערטער. מיר פארמאגן די מאכט. "זיי" קענען גארנישט. אויס מיט ענקער "רביזיכרוינעליווראכע".
מיטן וויסטן סוף פון טיטוס זענען אלע באקאנט. ריכטיג, דער "טריאומף טויער" שטייט מיט זיין גאנצן פראכט ביזן היינטיגן טאג אין רוים, שטום און שטאלץ. די אידן וועלכע האבן געשריגן פאר ווייטאג זענען דארט איינגעקריצט אלס געפאנגענע קנעכט מיט די מנורה אויף די פלייצעס. ווען טיטוס איז אריין אין רוים, האבן די מאסן איהם אפגעווארט, געשאלט און גע'יובל'ט. ער האט "געוואונען"!
עס איז פון איהם קיין שפור נישט פארבליבן, בלויז אין ביבליאטעק און ביי מטבעות זאמלער אין קאמער הערט זיך צייטנווייז זיין נאמען. איבריג צו זאגן, אז, להבדיל בין קודש לחול אלפי אלפים הבדלות, כביכול איז חי וקים. היה הוה ויהיה. עם ישראל איז חי וקים. דם איז געווען מבצבץ ויוצא, אבער זיך אליין האט ער דער'הרג'עט, דער טיטוס, דער שענדער, נישט חלילה וחס זיין ציהל.
דעם הייליגן סעפטיק - דעם טיטל וואס די ליצני הדור האבן ערפונדן צו פארבלענדן דעם אמת'ן ציהל פון דעם אנפאל פארטאגס - האבן זיי פאטאגראפירט און געשטעלט פאראלעל מיט אויסגעהוילטע קברים אין הייליגן לאנד אויפן הויפט בלאט, אבער אהן די מוחים ווי ביי די ביינער אין אשקלון ווי זיי האבן זיך נישט געשעמט מיט די פראטעסטירער.
יא, פארפאלן! דעם טיטוס, דעם מחלל הפרוכת, דעם בעל צואה רותחת און זיינע מיטשלעפער, איז געלונגען צו זיך משתבח זיין בעירו מיט דעם הייליגן געלן סעפטיק, און מיטן אנדערן איינציג-פארבליבענעם פארהייליגטער עלעמענט אין יענער לאגער. דער קו"ף פון הגה"ק. (נאך שבת דארף מען שוין שרייבן הגה"כ, נעמליך, הגאון הכֶּלֶב, ער בלייבט דאך גאון בלויז א דאנק די סטאדע כלבים).
טיטוס קדמך.
יתוש קדמך.
דער קאמף איז אן אנטשלאסענער. דעם ראט"ן פארבאנ"ד וועט מען דערפאלגן צום אפגרונד. מיר וועלן דערפיהרן צו זיין טאטאלן צוזאמענפאל.
יהי רצון מיר זאלן דערלעבן צו זאגן בשם ומלכות ברוך שעקר עבודה זרה מן המקום הזה יהי רצון מלפניך ה' אלהינו ואלהי אבותינו כשם שעקרתה אותה מן המקום הזה כך תעקור אותה מן המקומות כולם ותחזיר לב עובדיה לעובדך (ירושלמי ברכות פ"ט ה"א).
אמן.
*
יעצט קען איך ווייטער לייענען די מעשה פונעם פריץ מיט די קרעטשמע...